פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו.
ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגל הי"ו - ירושלים.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אל הארץ אשר אראך' אויף וואס דער אמרי נועם זאגט אז 'אראך' איז בגי' שבת, און ארויסגעברענגט אז הקב"ה האט געגעבן די תורה פאר כלל ישראל און נישט פאר די מלאכי השרת וויבאלד די מלאכים קענען נישט דינען דעם אייבערשטן מיט אכילה ושתיה, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים צו פראווען די סעודת שבת כראוי מיט שירות ותשבחות אזוי אז די מלאכים זאלן נישט קענען האבן קיין טענות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען בני הרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - רב דקהל עצי חיים סיגוט מאנסי,
כל מקדש: הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק לך לך מארצך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרב נתן טייטלבוים שליט"א.
ברכת המזון: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי משה'לע שינאווער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך י"ב חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו - לאנדאן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגל הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:25.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' זלמן לייב בערקאוויטש שליט"א - ראה"כ ספינקא ב"ב.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: החתן יוסף בהר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א - באווארפען.
שלישי: החתן אליעזר זוסמאן בהר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א - באווארפען.
רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
חמישי: החתן נפתלי הירצקא ב"ר יואל ברא"י ווידער הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו.
ר' משה אהרן ברב"ב פרידריך הי"ו.
ר' ליפא ברח"ד פריעד הי"ו.
שביעי: החתן משה אליעזר ב"ר יואל ברי"מ בלייך הי"ו.
הוספה: החתן ב"ר יואל בר"י קליין הי"ו.
אחרון: החתן בערל ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: הרב זלמן לייב בהרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק פויגעל הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע בראך הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אלכסנדר מייזעלס הי"ו - ב"פ.
שלישי: הרב יואל בהרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרב נתן בהרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לך לך מארצך און ארויסגעברענגט אז הקב"ה האט געוויזן פאר אברהם אבינו די חשיבות פון יעדע מצוה און לימוד התורה פון יעדע איד עד ימינו אלה אפילו ער איז נישט די חשוב'סטע מענטש און דוקא אין אונזערע צייטן וועט זיין די גאולה השלימה,
און דער רבי האט מעורר געווען אז שטייענדיג נאך חודש תשרי ווען מען האט זיך מקבל געווען קבלת טובות בנוגע לימוד התורה און קיום המצוות איז יעצט די צייט עס צו מקיים זיין און עס אויספירן און זיך נישט לאזן פונעם יצר הרע וואס פראבירט אונז אראפצוקלאפן נאר גלייבן אז דאס האט א שטארקע חשיבות ביי הקב"ה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף מענדל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ בבי"ד שבט הלוי ב"ב.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן נפתלי הירצקא ב"ר יואל ברא"י ווידער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.
מען האט געענדיגט ארום 7:40, און מען האט באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל די קורצע נסיעה די וואך קיין ארגענטינע און אורעגוויי.
ארום 9:45 זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומ"ס אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א און זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר אויף מסכת גיטין, בבא קמא, און נדרים,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים א זילבערנע בעכער.
א גוטע וואך.
~

~