בלאט 22 פון 33
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 2:03 pm
דורך Spa 42
אמעזאן זאגט אז דאס יאר האט פריים דעי געהאט די מערסטע סעילס פון סיי ווען.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 2:13 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צוויי מענטשן זענען געשטארבן אין קאנאדע און נאך צען זענען קראנק נאכן טרינקן א מילך ערזאץ וואס האט ענטהאלטן א שעדליכע כעמיקאל.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 2:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א באס האט זיך איבערגעדרייט אין פערו פון וואס 25 זענען אומגעקומען.

- unnamed - 2024-07-18T142702.477.jpg (17.77 KiB) געזען געווארן 518 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:14 pm
דורך ניקל
א מאכטפולע 7.3 ערדציטערניש האט נארוואס געשאקלט טשילע
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 1:41 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 17, 2024 1:22 pm
אומרוען קומען פאר אין בענגלאדעש ווען סטודענטן פראטעסטירן ווילד אנטקעגן א פרישע געזעץ וואס וועט לויט זיי איינצוימען די ארבעטס מעגליכקייטן.unnamed - 2024-07-17T132048.106.jpg
גענצליך ארויס פון קאנטראל. שווערע געשלעגן צווישן ראיאטירער און פאליציי וועלכע נוצן הייס פייער. באריכטן איבער צענדליגער טויטע.
ווידיאו קרעדיט:
@את פתח לו
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 5:14 am
דורך ניקל
א מאסיווע סייבער קראך (אטאקע?) קומט פאר איבער די גארער וועלט
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 5:15 am
דורך ניקל
ווינדאוס און שפיטעלער, לופטפעלדער ארבעטן נישט
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 9:44 am
דורך אנדערער
ניקל האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 19, 2024 5:14 am
א מאסיווע סייבער קראך (אטאקע?) קומט פאר איבער די גארער וועלט
viewtopic.php?t=1980
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 1:07 pm
דורך שאינו יודע לשאול
עוואן גערשקאוויטש, א אמעריקאנע בירגער און וואל סטריט זשורנאליסט, איז פאראורטיילט געווארן אין א רוסישע געריכט צו זעכצן יאר אין טורמע פאר אנגעבליכע שפיאנאזש קלאגעס. א זאך וואס די אמעריקאנע רעגירונג לייקנט שארף.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 1:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 19, 2024 1:41 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 17, 2024 1:22 pm
אומרוען קומען פאר אין בענגלאדעש ווען סטודענטן פראטעסטירן ווילד אנטקעגן א פרישע געזעץ וואס וועט לויט זיי איינצוימען די ארבעטס מעגליכקייטן.unnamed - 2024-07-17T132048.106.jpg
גענצליך ארויס פון קאנטראל. שווערע געשלעגן צווישן ראיאטירער און פאליציי וועלכע נוצן הייס פייער. באריכטן איבער צענדליגער טויטע.
די ראיאטירער האבן שוין אינטערגעצינדן העכער פופציג רעגירונג געביידעס. ס'איז באריכטעט העכער פופציג אומגעקומענע פראטעסטירער פון פאליציי הייס פייער, און ארום הונדערט פאליציאנטן פארוואונדעט.

- 20240719_091250.jpg (213.43 KiB) געזען געווארן 430 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 12:43 am
דורך מיין טעגליכע
טראמפ האט באקומען א פעינטינ”ג פון אילוסטראציע פון די אטענטאט פארזוך אויף אים יר”ה

- טראמפעינטינג.jpg (256.77 KiB) געזען געווארן 412 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 12:51 am
דורך מיינע פאעזיעס
מיין טעגליכע האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 12:43 am
טראמפ האט באקומען א פעינטינ”ג פון אילוסטראציע פון די אטענטאט פארזוך אויף אים יר”ה
טראמפעינטינג.jpg
ווער איז דער מעלער?
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 12:52 am
דורך מיין טעגליכע
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 12:51 am
מיין טעגליכע האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 12:43 am
טראמפ האט באקומען א פעינטינ”ג פון אילוסטראציע פון די אטענטאט פארזוך אויף אים יר”ה
טראמפעינטינג.jpg
ווער איז דער מעלער?
ווייסט איך נישט
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 12:55 am
דורך מיין טעגליכע
באאמטע אין פלארידע האבן געווארנט מענטשן זאלן אומפהערן נעמען סעלפי בילדער מיט א בער וואס זעהט אויס צו זיין דיפרעסט און ער זיצט איינזאם אויף די זייט פון א הייוועי

- IMG_8264.jpeg (133.93 KiB) געזען געווארן 399 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 12:59 am
דורך מיינע פאעזיעס
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 19, 2024 1:41 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 17, 2024 1:22 pm
אומרוען קומען פאר אין בענגלאדעש ווען סטודענטן פראטעסטירן ווילד אנטקעגן א פרישע געזעץ וואס וועט לויט זיי איינצוימען די ארבעטס מעגליכקייטן.unnamed - 2024-07-17T132048.106.jpg
גענצליך ארויס פון קאנטראל. שווערע געשלעגן צווישן ראיאטירער און פאליציי וועלכע נוצן הייס פייער. באריכטן איבער צענדליגער טויטע.
ווידיאו קרעדיט:@את פתח לו
שווערע רציחה!
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 3:52 am
דורך ניקל
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 12:59 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 19, 2024 1:41 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 17, 2024 1:22 pm
אומרוען קומען פאר אין בענגלאדעש ווען סטודענטן פראטעסטירן ווילד אנטקעגן א פרישע געזעץ וואס וועט לויט זיי איינצוימען די ארבעטס מעגליכקייטן.unnamed - 2024-07-17T132048.106.jpg
גענצליך ארויס פון קאנטראל. שווערע געשלעגן צווישן ראיאטירער און פאליציי וועלכע נוצן הייס פייער. באריכטן איבער צענדליגער טויטע.
ווידיאו קרעדיט:@את פתח לו
שווערע רציחה!
אמעריקע לייגט ארויף א לעוועל 4 ווארענונג נישט צו רייזן אהין
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 1:41 pm
דורך ניקל
טשיינע זאגט:
די צייטן אז די יונייטעט סטעיטס בוליט די וועלט קומט צו א סוף
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 2:03 pm
דורך שאינו יודע לשאול
11 זענען טויט און ארום דרייסיג ווערן נאך געזוכט נאך א בריק צוזאמפאל אין כינע. די בריק איז איינגעפאלן נאך וואס די זוילן האבן נישט געקענט דערהייבן די שווערע שטורעמעס און רעגענעס וואס האבן פארפלייצט דעם ראיאן.

- unnamed - 2024-07-21T140024.891.jpg (17.48 KiB) געזען געווארן 358 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 10:24 am
דורך שאינו יודע לשאול
עגיפטן האט איינגעשטעלט צוימונגען אויף די עלעקטעריק סיסטעם וואס וועט נאר ארבעטן געוויסע שעות דורכן טאג, אויס מורא עס זאל נישט אינטערברעכן צוליב די שרעקליכע היצן אין לאנד.

- unnamed - 2024-07-22T102243.689.jpg (158.66 KiB) געזען געווארן 319 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 10:32 am
דורך שאינו יודע לשאול
פאקיסטאנע קרעפטן האבן געכאפט און ארעסטירט אמין על האק, א הויכראנגיגע על קאידא קאמאנדיר וואס איז געווען נאנט מיט בין לאדין ימ"ש.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 10:45 am
דורך שאינו יודע לשאול
דרום קארעא זאגט אז זיי וועלן אויסברייטערן דאס אריינשיקן קיין צפון אנטי רעזשים פראפאגאנדע אין רעאקציע צו די פארמערטע צאל מיסט באלונען אריינגעשיקט דורך צפון.

- unnamed - 2024-07-22T103849.204.jpg (248.27 KiB) געזען געווארן 303 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:12 am
דורך שאינו יודע לשאול
די הויפט פאליציי אפיציר אין מעקסיקא סיטי איז דער'הרג'ט געווארן אין א אקציע דורך דראג קארטעלן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:20 am
דורך שאינו יודע לשאול
22 טויט און 16 פארוואונדעט נאך א באס קראך אין באליוויע.

- HJYTJYFJ.jpg (114.38 KiB) געזען געווארן 283 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:49 am
דורך שאינו יודע לשאול
כאאס אין בענגלאדעש.
@את פתח לו
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 2:16 am
דורך ניקל
רויטערס:
איראק פארלאנגט פון אמעריקע ארויסציען זייערע קרעפטן פון איראק, נאך אזוי פרי ווי סעפטעמבער, און ענדיגן די אינטערנאציאנאלע קאליציע וואס איז געווארן אויפגעשטעלט קעגן אייסעס