בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 9:17 pm
שמחה'לע האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 9:02 pm
אנדערע מאגאזינען וועלן נישט אנרירן אזא טאפיק ווי גיטין, גרושים, צוקער ליידנדע, וכדומה, נאר מאמענט וואגט זיך צו אדורך טוען אזעלכע נושאים,אויף דעם איז לית מאן דפליג, גראדע האלט איך נישט אז עס איז שלעכט, נאך אלעם דארף זיין איינער וואס זאל ברענגען די אינפארמאציע פארן פאבליקום, און אסאך מאל איז עס דווקא גוט, נעם א משל ווי די פרשה פון ''לב טהור'' וואס ''מאמענט'' האט געהאט א גרויס חלק אין די ערפאלג צו צוזאמליייגן דעם קולט, טא, יא, מאמענט וואגט זיך, אבער אסאך מאל איז דא גוטע רעזולטאטען.
אפי' לו יציור אז דו זאלסט זיין גערעכט, און מאמענט לייגט קאנטראווערסיע , איז קיינע פון דיינע משלים וואס דו האסט אנגעכאפט איינער פון זיי..
אויב עפעס אין די לעצטע יאר, איז עס וויזניץ, אבער זה הוא.
גראדע עגרי איך 'אביסל' מיט אים איבער די נושא,
נאר וואסדזשע דען?
בפשטות האט ער נישט ארויס וואס איז די אפטייטש פון קאנטערווערסיע, און ער האט אנגעכאפט א זאך וואס רופט זיך סעיקרע"ט בלע"ז, (דאס הייסט זאכן וואס זענען ווי מ'זאגט, די בי"ג עלעפאנט אין די רו"ם, וואס מ'האלט זיך צוריק געווענטליך צו רעדן אפן פון דעם,)
וואס אין דעם זעה איך נישט קיין שום פראבלעם, אדרבא אויב עפעס נאר א תועלת, ווי למשל אמאל פלעגט שלום בית זיין אין די קאטעגאריע פון סעיקרע"ט, און עס האט נאר אנגעזייט חורבנות, און היינט ווען ס איז אכשר דרא אז מען רעדט דערפון, ברענגט עס נאר גוטס!
בקיצור איך מיין אז דו זאלסט דיך גיין לערנען אידיש (אדער ענגליש....)
אט די סיבה פארוואס א ארימאן הייסט א שלעפער, הייס איך א שטופער, אינגערמאן!
שטופ אוועק אט די געשלעפאכט'ס...