בלאט 22 פון 27
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 3:46 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
עס איז א הנאה צו זען אז מען טוט צו דער זאך וויפיל עס איז שייך
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 4:09 pm
דורך שינאווער
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 12:48 am
דורך דעת קדשי
געוואלדיגע בייפאל
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 3:47 pm
דורך Azoi Tzi Zugen

- AD.jpg (249.01 KiB) געזען געווארן 1409 מאל
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:25 am
דורך Think and Thank
וויאזוי לויטערן קלאנגען?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:26 am
דורך Azoi Tzi Zugen
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:25 am
וויאזוי לויטערן קלאנגען?
מיט רויטע פלאקאטן....
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:46 am
דורך Azoi Tzi Zugen
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 10:42 am
דורך ווער

- unnamed - 2025-04-04T104140.013.jpg (376.6 KiB) געזען געווארן 1163 מאל
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 4:07 pm
דורך ווער

- Screenshot 2025-04-07 160629.png (493.62 KiB) געזען געווארן 996 מאל
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:05 pm
דורך איד

- 1000107088.jpg (186.76 KiB) געזען געווארן 699 מאל
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:07 pm
דורך געשמאקער איד
איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:05 pm1000107088.jpg
וואס גייט פאר?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:18 pm
דורך דעת קדשי
געשמאקער איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:07 pm
איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:05 pm1000107088.jpg
וואס גייט פאר?
ק''פ
די מעשה איז געווען אז אפאר מענטשן האבן געבעטן אינטערצושרייבן קעגן לינקאלן רעסטלער פארן מאכן די בייק לעין אין וויליאמסבורג אין לינקאלן רעסטלער האט אנגעקלאגט זעקס אינגעלייט פארן מאכן עלעקשן פראד דעיס איז די מעשה אין קורצן ס'גייט זיין א קאמפיין צו קענען אויפנעמען לויערס
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:23 pm
דורך איד
געשמאקער איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:07 pm
איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:05 pm1000107088.jpg
וואס גייט פאר?
ק''פ אין ספוילער
► Show Spoiler
ק''פ
דעוועלאפינג:
אין די לעצטע פאר טעג דעוועלאפט זיך א שוידערליכע מעשה אין היימישע'ן וויליאמסבורג אזש ביז'ן מסר'ן היימישע אינגעלייט!
שוין א לענגערע צייט מיטשענען זיך תושבי ניי וויליאמסבורג מיטן אומבאקוועמע און סכנות'דיגע "בייק-לעין" אויף בעדפארד עוו., וואס נאך יארן וואס מ'האט דאס פרובירט צו פייטן, איז מען צום סוף אדורכגעפאלן און די דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע, מיט די הילף פונעם גאר לינקן קאנסולמאן לינקלאן רעסטלער, (באקאנט געווען ווען ער איז געלאפן פאר דיסטריקט לידער אלס ר' נחום...) האט דאס אדורכגעפירט און אינסטאלירט.
די איינוואוינער פונעם געגענט בלוטיגן טעגליך איבער דעם בייקלעין, וואס ווערט נישט געניצט אדורך די לאקאלע איינוואוינער, (א שמועס פאר זיך איבער דעם...) און בנוסף צו די אומגעוואונטשענע עלעמענטן וואס ניצן דאס יא, איז דאס א גשמיות'דיגע סכנה פאר אונזערע טייערע קינדערלעך, נאכדעם וואס גאנץ אפט קומט ארויס ווידיאו'ס ווי בייק-לעין באניצערס האקן אראפ קינדער וואס קומען אראפ פון די באסעס, אהיימקומענדיג פון זייערע מוסדות.
אינגעלייט האבן זיך אריינגעלייגט, פרובירענדיג עס מסדר צו זיין און אפשר אוועקריקן מיט איטליכע בלאקן ווי ס'איז נישט באוואוינט, אבער זייערע געבעט און טרערן און שתדלנות, ספעציעל ביי רעסטלער'ן איז געפאלן אויף טויבע אויערן, צומאל האט ער נאך חוזק געמאכט פון זיי.
א אינגערמאן זעהנדיג וואס "אונזערע" שטאטישע טאטעס און פארטרעטערס מאכן זיך נישט וויסענדיג פון א גאר וויכטיגע ענין אינערהאלב די קאמיונעטי, האט זיך אריינגעלייגט צו זעהן ווער גייט לויפן קעגן רעסטלער ביי די קומענדיגע וואלן, און אפשר מיטן ארויסשטויסן רעסטלער וועט מען קענען עפעס אויפטוהן. דער אינגערמאן האט אנגעהויבן צאמנעמען שריפטליכע פאטיציע'ס לטובת דעם קאנדידאטקע וואס גייט לויפן קעגן רעסטלער ביי די נעקסטע וואלן, אין איינע פון די גרויסע בתי מדרשים אין ניי וויליאמסבורג.
נא, שוין געהערט אזוינס, יארן לאנג שלאגן זיך די צוויי סאטמארע קהילות איבער קאנדידאטן, יארן צוריק האט זיך סאטמאר מיט פאפא גע'הרג'ט איבער קאנדידאטן, דא איז אבער גאר אנדערשט!
איינע פון די 'פארעטטערס' פון די קאמיונעטי האט אנגערופן דעם אינגערמאן סטראשענען אז אויב הערט ער נישט אויף פארפירן, און לאזט נישט אפ דעם גאנצן עסק וועט ער אים אפשטעלן אויף אנדערע וועגן...
די תוצאה האט טאקע נישט לאנג געדויערט צו קומען!
ליידער דעי וואך האבן פיר איינגעלייט באקומען סופינעס פון געריכט אז זיי מוזן אראפקומען אין קרימינאלע געריכט זיך צו פארטיידיגן איבער וואלן-פעלשן.
איינער האט באקומען די קעמרע פוטידזש פונעם ביהמ"ד און עס איבערגעגעבן פארן רעסטלער קאמפיין, וואס איז געלאפן אין געריכט אויפווייזן אז די חתימות צוזאמנעמען איז נישט געווען געזעצליך און די פיר אינגעלייט וואס זענען אינוואלווד האבן דורכגעפירט פעלשערייען, וואס איז א קרימינאלע אקט!
ער סטראשעט אנדערע אז דאס איז נאר די אנהייב, אויב שטארבט דאס נישט אפ אין די נעקסטע טאג צוויי, קומט ארגערס!
צוליב די סענסעטיווקייט פונעם ענין, האב איך לעת עתה נישט געשריבן מער דעטאלע פרטים און נעמען... דאס וועט נאכקומען.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:51 pm
דורך שמח
איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:23 pm
געשמאקער איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:07 pm
איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:05 pm1000107088.jpg
וואס גייט פאר?
פארוואס פאלט דיר ביי אז אין ספוילער מעג מען ברענגען פאלשע פאליטישע ספינס?
דאס אז דו האסט געלייגט אין ספוילער ווייזט אז דו האסט געוויסט אז דאס באלאנגט נישט, ריכטיג?...
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:04 am
דורך ווילסאן
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:51 pm
איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:23 pm
געשמאקער איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:07 pm
וואס גייט פאר?
פארוואס פאלט דיר ביי אז אין ספוילער מעג מען ברענגען פאלשע פאליטישע ספינס?
דאס אז דו האסט געלייגט אין ספוילער ווייזט אז דו האסט געוויסט אז דאס באלאנגט נישט, ריכטיג?...
האסט קרובים אין בנין בראך?
פרעג דיר נאך אביסעלע.
ליידער נישט פאלטש און נישט פאליטיש...
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:05 am
דורך גרינגראז
אין ספוילער לייגט מען לאנגע באריכטן וואס איז ק"פ,
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:10 am
דורך איד
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:51 pm
פארוואס פאלט דיר ביי אז אין ספוילער מעג מען ברענגען פאלשע פאליטישע ספינס?
דאס אז דו האסט געלייגט אין ספוילער ווייזט אז דו האסט געוויסט אז דאס באלאנגט נישט, ריכטיג?...
דעס איז פאלטש פאליטיש?
דעס אז מ'לייגט זאגן אין ספוילער מיינט נאך נישט אז ס'באלאנגט נישט דא, פאר א סיבה איז דא אזא זאך ווי ספוילער
איך בין נייגעריג וואס דו זעהסט ראנג דא, אז די האלטסט אז ס'באלאנגט נישט דא?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:14 am
דורך שמח
איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:10 am
דעס איז פאלטש פאליטיש?
דעס אז מ'לייגט זאגן אין ספוילער מיינט נאך נישט אז ס'באלאנגט נישט דא, פאר א סיבה איז דא אזא זאך ווי ספוילער
איך בין נייגעריג וואס דו זעהסט ראנג דא, אז די האלטסט אז ס'באלאנגט נישט דא?
כ'האלט אז ס'באלאנגט נישט דא ווייל כ'מיין מ'האט פארדרייט פאקטן מיט אגענדעס.
כ'צי זיך ארויס דערפון.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:20 am
דורך איד
שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:14 am
איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:10 am
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:51 pm
פארוואס פאלט דיר ביי אז אין ספוילער מעג מען ברענגען פאלשע פאליטישע ספינס?
דאס אז דו האסט געלייגט אין ספוילער ווייזט אז דו האסט געוויסט אז דאס באלאנגט נישט, ריכטיג?...
דעס איז פאלטש פאליטיש?
דעס אז מ'לייגט זאגן אין ספוילער מיינט נאך נישט אז ס'באלאנגט נישט דא, פאר א סיבה איז דא אזא זאך ווי ספוילער
איך בין נייגעריג וואס דו זעהסט ראנג דא, אז די האלטסט אז ס'באלאנגט נישט דא?
כ'האלט אז ס'באלאנגט נישט דא ווייל כ'מיין מ'האט פארדרייט פאקטן מיט אגענדעס.
כ'צי זיך ארויס דערפון.
קוק אין די בלומענגראוו טעמעס, דארט דרייט יעדער פאקטן מיט אגענדעס, (און מ'באוואשט היימישע עסקנים יעדען טאג!)
דא האב איך ס''ה געברענגט א ק''פ, וואס איינער האט מיך געשיקט מיט די פרטים (עכ''פ פון איין זייט פון די מעשה) אהן קיין שום נעמען וכו'
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:13 am
דורך חלום חלמתי
איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:20 am

לינקאלן רעסטלער ימ"ש איז א נוקם ונוטר א שלעכטער און יעדער ציטערט פון אים.
ער האט געסטראשעט נפתלי משה אז די אהרונים גייען ליידן ווייל מ'האט צוזאמגענומען חתימות אין בנין בראך, האט ער אים געוויזן די קעמרעס אז א ליבאוויטשער בחור שטייט ביים טישל גארנישט מיט סאטמאר.
למעשה האט רעסטלער געשיקט סובפענעס פאר 15 חברה אריינגערעכנט מענטשן וואס זענען נאך אין זייער לעבן נישט געווען אין בנין בראך. זיי קענען עס אראפנעמען אויב זיי שיקן אריין א עפווידעט און לייקענען.
דער באטראפענער וויל ענדערש שטויסן נפתלי משה ווי זיך ריינוואשן, מילא קאכט ער א נזיד עדשים. ווער עס וויל איז מכובד צו קויפן פיינע פרישע לאקשן געבאקן נאך פסח.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:17 am
דורך אהרן
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 1:13 am
איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:20 am
שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:14 am
כ'האלט אז ס'באלאנגט נישט דא ווייל כ'מיין מ'האט פארדרייט פאקטן מיט אגענדעס.
כ'צי זיך ארויס דערפון.
קוק אין די בלומענגראוו טעמעס, דארט דרייט יעדער פאקטן מיט אגענדעס, (און מ'באוואשט היימישע עסקנים יעדען טאג!)
דא האב איך ס''ה געברענגט א ק''פ, וואס איינער האט מיך געשיקט מיט די פרטים (עכ''פ פון איין זייט פון די מעשה) אהן קיין שום נעמען וכו'
לינקאלן רעסטלער ימ"ש איז א נוקם ונוטר א שלעכטער און יעדער ציטערט פון אים.
ער האט געסטראשעט נפתלי משה אז די אהרונים גייען ליידן ווייל מ'האט צוזאמגענומען חתימות אין בנין בראך, האט ער אים געוויזן די קעמרעס אז א ליבאוויטשער בחור שטייט ביים טישל גארנישט מיט סאטמאר.
למעשה האט ער געשיקט סובפענעס פאר 15 חברה אריינגערעכנט מענטשן וואס זענען נאך אין זייער לעבן נישט געווען אין בנין בראך. זיי קענען עס אראפנעמען אויב זיי שיקן אריין א עפווידעט און לייקענען.
דער באטראפענער וויל ענדערש שטויסן נפתלי משה ווי זיך ריינוואשן, מילא קאכט ער א נזיד עדשים. ווער עס וויל איז מכובד צו קויפן פיינע פרישע לאקשן געבאקן נאך פסח.
ייש''כ פארן אריינקומען מיט די צווייטע זייט פון די מעשה דארף מען נאר וויסען וואס די אמת איז מן הסתם ערגעץ אינמיטן... קיין איין זייט מאכט נישט עכט סענס נפתלי משה זוכט זיך נישט קיין צרות און רעסלער איז נישט אז בהמה פון אנקלאגן אין די וועלט אריין מענטשען וואס האבן קיין שייכות צום ענין
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:24 am
דורך Think and Thank
אהרן האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 1:17 am
רעסלער איז נישט אז בהמה פון אנקלאגן אין די וועלט אריין מענטשען וואס האבן קיין שייכות צום ענין
די מנהג אין די בלוטיגע מלכות של חסד הנקרא אמעריקע איז אז מ'קלאגט אן איינעם וועמען מ'וויל באגראבן מיט לעכערליכע קלאגעס, און אדער וועט יענער זיך ברעכן פון פרעשור און מודה זיין אויף כל דבר אסור, און אפילו אויב ער וועט צום סוף ארויסגיין זכאי וועט עס זיין נאכ'ן אפ'הרג'ענען עטליכע יאר פון זיין לעבן און מיליאנען דאלער אין חובות.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:37 am
דורך הדסים
שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:14 am
איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:10 am
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 11:51 pm
פארוואס פאלט דיר ביי אז אין ספוילער מעג מען ברענגען פאלשע פאליטישע ספינס?
דאס אז דו האסט געלייגט אין ספוילער ווייזט אז דו האסט געוויסט אז דאס באלאנגט נישט, ריכטיג?...
דעס איז פאלטש פאליטיש?
דעס אז מ'לייגט זאגן אין ספוילער מיינט נאך נישט אז ס'באלאנגט נישט דא, פאר א סיבה איז דא אזא זאך ווי ספוילער
איך בין נייגעריג וואס דו זעהסט ראנג דא, אז די האלטסט אז ס'באלאנגט נישט דא?
כ'האלט אז ס'באלאנגט נישט דא ווייל כ'מיין מ'האט פארדרייט פאקטן מיט אגענדעס.
כ'צי זיך ארויס דערפון.
דייין ידיעה אין די מעשה איז ווי
@חלום חלמתי אדער עפעס אנדערש?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 8:53 am
דורך חלום חלמתי
אהרן האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 1:17 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 1:13 am
איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:20 am
קוק אין די בלומענגראוו טעמעס, דארט דרייט יעדער פאקטן מיט אגענדעס, (און מ'באוואשט היימישע עסקנים יעדען טאג!)
דא האב איך ס''ה געברענגט א ק''פ, וואס איינער האט מיך געשיקט מיט די פרטים (עכ''פ פון איין זייט פון די מעשה) אהן קיין שום נעמען וכו'
לינקאלן רעסטלער ימ"ש איז א נוקם ונוטר א שלעכטער און יעדער ציטערט פון אים.
ער האט געסטראשעט נפתלי משה אז די אהרונים גייען ליידן ווייל מ'האט צוזאמגענומען חתימות אין בנין בראך, האט ער אים געוויזן די קעמרעס אז א ליבאוויטשער בחור שטייט ביים טישל גארנישט מיט סאטמאר.
למעשה האט ער געשיקט סובפענעס פאר 15 חברה אריינגערעכנט מענטשן וואס זענען נאך אין זייער לעבן נישט געווען אין בנין בראך. זיי קענען עס אראפנעמען אויב זיי שיקן אריין א עפווידעט און לייקענען.
נ.ש. וויל ענדערש שטויסן נפתלי משה ווי זיך ריינוואשן, מילא קאכט ער א נזיד עדשים. ווער עס וויל איז מכובד צו קויפן פיינע פרישע לאקשן געבאקן נאך פסח.
ייש''כ פארן אריינקומען מיט די צווייטע זייט פון די מעשה דארף מען נאר וויסען וואס די אמת איז מן הסתם ערגעץ אינמיטן... קיין איין זייט מאכט נישט עכט סענס נפתלי משה זוכט זיך נישט קיין צרות און רעסלער איז נישט אז בהמה פון אנקלאגן אין די וועלט אריין מענטשען וואס האבן קיין שייכות צום ענין
וואס הייסט קיין שייכות צום ענין? ווער האט דאס געזאגט?
זיי האבן נישט גענומען קיין חתימות אין בנין בראך סאו ס'קומט זיכער נישט פון די קעמרעס דארט. אבער געהאלפן האבן זיי
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:31 am
דורך שמח
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 1:37 am
שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:14 am
איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 12:10 am
דעס איז פאלטש פאליטיש?
דעס אז מ'לייגט זאגן אין ספוילער מיינט נאך נישט אז ס'באלאנגט נישט דא, פאר א סיבה איז דא אזא זאך ווי ספוילער
איך בין נייגעריג וואס דו זעהסט ראנג דא, אז די האלטסט אז ס'באלאנגט נישט דא?
כ'האלט אז ס'באלאנגט נישט דא ווייל כ'מיין מ'האט פארדרייט פאקטן מיט אגענדעס.
כ'צי זיך ארויס דערפון.
דייין ידיעה אין די מעשה איז ווי @חלום חלמתי אדער עפעס אנדערש?
כ'ווייס נישט נישט עכט אנדערש.
דער עיקר איז זיין לעצט פאראגראף, דאס איז דער עיקר גורם פארן שטורם וואס יענער ''וויל'' יעצט מאכן.
און פארשטייט זיך צו די וומסב''ג איינוואוינער גייט מען קומען בעטן געלט צוליב איינעמ'ס פערזענלעכע נזיד הדשים...