בלאט 22 פון 34
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:21 pm
דורך ווער
עפל וועט אנהויבן פראדוצירן מער אייפאונס אין אינדיע, צו אויסמיידן די הויכע קאסטן פון די טעריף מלחמה צווישן די פאראייניגטע שטאטן און כינע.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:35 pm
דורך טיפע חשבונות
פרעסע סעקעטאר:
איבער 70 לענדער האבן שוין געקאנטעקט די ווייסע הויז איבער די טאריפס. די טעלעפאון הערט נישט אויף צו קלינגען. אסאך פרעזידענטן ווילן אהערקומען רעדן דערוועגן.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:36 pm
דורך טיפע חשבונות
פרעסע סעקעטאר:
104 פראצענט טאריפס אויף טשיינע גייט ארויס היינט ביינאכט כחצות, טראמפ האלט אז טשיינע וויל מאכן א דיעל אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:42 pm
דורך דעת קדשי
טיפע חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 08, 2025 1:36 pm
פרעסע סעקעטאר:
104 פראצענט טאריפס אויף טשיינע גייט ארויס היינט ביינאכט כחצות, טראמפ האלט אז טשיינע וויל מאכן א דיעל אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי.
וואס איז די 104 קען נישט זיין נארמאל 100 ???
אויב שוין יא אזוי זאל כאטש זיין 107...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:43 pm
דורך טיפע חשבונות
פרעסע סעקעטאר:
על סאלוואדאר'ס פרעזידענט וועט באזוכן די ווייסע הויז אויף אפריל 14.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:47 pm
דורך טיפע חשבונות
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 08, 2025 1:42 pm
טיפע חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 08, 2025 1:36 pm
פרעסע סעקעטאר:
104 פראצענט טאריפס אויף טשיינע גייט ארויס היינט ביינאכט כחצות, טראמפ האלט אז טשיינע וויל מאכן א דיעל אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי.
וואס איז די 104 קען נישט זיין נארמאל 100 ???
אויב שוין יא אזוי זאל כאטש זיין 107...
ס'געווען ביז פאריגע וואך 20 פראצענט ביז ער האט עס ארויף געריקט מיט 34 (Reciprocal) יעצט האט ער געלייגט נאך 50.
קענסט רעכענען? 20+34+50 = 104
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:50 pm
דורך פשוט און גראד
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 08, 2025 1:42 pm
טיפע חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 08, 2025 1:36 pm
פרעסע סעקעטאר:
104 פראצענט טאריפס אויף טשיינע גייט ארויס היינט ביינאכט כחצות, טראמפ האלט אז טשיינע וויל מאכן א דיעל אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי.
וואס איז די 104 קען נישט זיין נארמאל 100 ???
אויב שוין יא אזוי זאל כאטש זיין 107...
האהא!!
שיק אריין די נישטיגע פאר פראצענט דירעקט צו מיר.. די כאפסט די סכום געלט פון וואס מ‘רעדט דא?
עקסעל הענדעלט עס זייער עיפישענט..

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 1:59 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
א פירמע אין טשיינע מיט וועמען איך דיעל האט מיר געשיקט אזא אימעיל פריער
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:05 pm
דורך פשוט און גראד
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 08, 2025 1:59 pm
א פירמע אין טשיינע מיט וועמען איך דיעל האט מיר געשיקט אזא אימעיל פריער
פאל נישט פאר דעים...
אפשר
לענדעד קאסט איז עס אקעי,
אז נישט לוינט אוועק צו שטיין.
שטארק יתכן, ס‘איז צייט צו פאקען פעק אין איבערלאזען כינע.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:44 pm
דורך ווער
ווייסע הויז פרעס סעקרעטערי לעוויט: מיטוואך גייט פרעזידענט טראמפ ארויף שטעלן פרישע 84 פראצענט טאריפס אויף אלע כינעזער אימפארטן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:58 pm
דורך ווער
די סופרים קארט האט געאורטיילט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט די לעגאלע רעכט אויפצוזאגן עטליכע טויזנט פעדעראלע ארבייטער
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:13 pm
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 08, 2025 11:15 am
וואל סטריט האט זיך היינט געעפענט מיט שיינע פארדינסטן, נאך עטליכע טעג פון ציפעדיגע פארלוסטן אין רעזולטאט פון די האנדל קריג
צוריגעפאלן.
נאך א געלעגנהייט צו כאפן מציאות...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:34 pm
דורך פשוט און גראד
די אמעריקאנע דאלער איז אנגעקומען די העכסטע אין ווערד קעגן טשיינע געלט זינט 2007
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:35 pm
דורך פשוט און גראד
טראמפ זאגט פריער אז אמעריקא באקומט 2 ביליאן דאלער טעגליך פון טאריפס
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:44 am
דורך חאצקיל
104 פראצענט טאריף קעגן כינע אריין אין קראפט!
Brace for impact!
Buckle up!
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:13 am
דורך ווער
דאס ווייסע הויז האט אוועקגעמאכט די לעצטיגע ווערטער אויסטוישן צווישן פּרעזידענט טראמפּ'ס ראטגעבער אילאן מאסק און זיין האנדלס באאמטער פּיטער נעווארא. מאסק און נעווארא האבן אויסגעטוישט היציגע קאמענטארן און פּערזענליכע טשעפּערייען איבער טאריפס, וויבאלד מאסק איז אויסגעשפּראכן קעגן טראמפּ'ס ברייטע גלאבאלע טאריפס וואס נעווארא האט געשפּילט א הויפּט ראלע דערין. דאס ווייסע הויז זאגט אז מאסק און נעווארא קריגן זיך סתם ארום און ס'מיינט גארנישט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:13 am
דורך ווער
פּרעזידענט טראמפּ זאגט אז ער וועט ארויסשטעלן א בודזשעט פארשלאג פון איין טריליאן דאלער פאר'ן מיליטער – די גרעסטע אין היסטאריע.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:21 am
דורך ווער
עפל האט אריינגעברענגט פינעף פליגערס אנגעפילט מיט אייפאונס צו די פאראייניגטע שטאטן צו פארמיידן טעריפס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:22 am
דורך ווער
די כינעזער יען וואלוטע זעצט פאר צו טראסקענען, דערגרייכנדיג די נידריגסטע שטאפלען קעגן דעם אמעריקאנער דאלער זינט סעפטעמבער 2023.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:33 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ זאגט אז טאריפס וועלן העלפן רעפובליקאנער קאנגרעס מיטגלידער געווינען אין 2026
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:36 am
דורך פשוט און גראד
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 08, 2025 5:34 pm
די אמעריקאנע דאלער איז אנגעקומען די העכסטע אין ווערד קעגן טשיינע געלט זינט 2007
סתם פאר קאנטעקסט..
ס‘איז נישט קיין מעלה פאר אחב"י וואס האנדלען אין כינע. א חוץ אויב ס‘ווערט באצאלט לויט די אמעריקאנע קורענסי.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 1:01 pm
דורך ווער
כינע וועט ארויפלייגן נאך 84% טעריפס אויף אמעריקאנער אימפּארטן, אין די אנגייענדע טעריף מלחמה צווישן די ביידע לענדער.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 1:36 pm
דורך ווער
טראמפ רוקט ארויף טשיינע טאריפס צו %125.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 1:53 pm
דורך חלום חלמתי
מארקעטס שיסן ארויף נאך וואס טראמפ האט געלייגט א פויזע פון 90 טעג אויף זיינע נערישע טעריפס
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:32 pm
דורך פשוט און גראד
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 1:53 pm
מארקעטס שיסן ארויף נאך וואס טראמפ האט געלייגט א פויזע פון 90 טעג אויף זיינע נערישע טעריפס
אראפ פון יוראפ. שטערקער אויף טשיינע.