היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5100

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

@הויזן ס'איז נישט ממש דומה פייער דיפארטמענט צו הצלה, ווייל די געזעצן זענען אנדערש לגבי האבן א פריוואטע פייער קאמפעני.

אבער אלע אפציעס זענען טאקע אויפן טיש.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
הויזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:08 pm
x 53

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הויזן »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:54 pm @הויזן ס'איז נישט ממש דומה פייער דיפארטמענט צו הצלה, ווייל די געזעצן זענען אנדערש לגבי האבן א פריוואטע פייער קאמפעני.

אבער אלע אפציעס זענען טאקע אויפן טיש.
שכח פארן אנמערקען. איך בין טאקע נישט אויסגעקאכט דערין.
פשוט דער עולם האט אויבן געפרעגט, בתוך עמי האב איך נישט געוואוסט די תשובה. כ'האב מיר יעצט דערמאנט אז ס'איז דא עפעס אזעלכע אפציעס.

אדרבה, איר זעהט אויס צו זיין מער בייהאוונט. אפשר לייגט איר צו קלארקייט. (וויפיל ס'איז ערלויבט)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5100

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

די פלענער אויבן אויף זענען אלע פון די אויבנדערמאנטע אפציעס, אין צופיל פרטים קען מען דאך נישט אריינגיין, און קיינער ווייסט נישט וויאזוי דער באשעפער וויל ברענגען די הצלחה פון די יראי ה', סאוי העמיר ווארטן און זעהן!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
זיי פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
Location: ווי נישט
x 144

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זיי פריילאך »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:13 pm די פלענער אויבן אויף זענען אלע פון די אויבנדערמאנטע אפציעס, אין צופיל פרטים קען מען דאך נישט אריינגיין, און קיינער ווייסט נישט וויאזוי דער באשעפער וויל ברענגען די הצלחה פון די יראי ה', סאוי העמיר ווארטן און זעהן!
כ'האב אמאל געהערט אז מ'קען ביי די וואלן ריזאונען די פייער דיסטריקטס ממילא אויב מצילי אש וועט וועלען קענען זיי באקומען די קאנטראקט פון עטליכע דיסטריקטס.
מפי השמועה
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 636

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

געוויסע האבן געבעטן א לינק צו קענען געבן פאר מצילי אש, אויף זייער וועבסייט [אונטן פון די פעידזש] קען מען דאונעטן.
nick name
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:10 pm
x 19

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך nick name »

פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 11:59 am געוויסע האבן געבעטן א לינק צו קענען געבן פאר מצילי אש, אויף זייער וועבסייט [אונטן פון די פעידזש] קען מען דאונעטן.
איך וויל געבן פאר די הייליגע ארג מיין פילטער לאזט מיר נישט עפענען די לינק
מצילי אש ד'ראקלענד
845-426-9111
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3397
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5100

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 11:59 am געוויסע האבן געבעטן א לינק צו קענען געבן פאר מצילי אש, אויף זייער וועבסייט [אונטן פון די פעידזש] קען מען דאונעטן.
א דאנק פאר'ן ברענגען.
זיי האבן עס יעצט צוגעלייגט צום זייטל, צוליב די גרויסע פארלאנג.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 636

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

nick name האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:12 pm
פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 11:59 am געוויסע האבן געבעטן א לינק צו קענען געבן פאר מצילי אש, אויף זייער וועבסייט [אונטן פון די פעידזש] קען מען דאונעטן.
איך וויל געבן פאר די הייליגע ארג מיין פילטער לאזט מיר נישט עפענען די לינק
אדער קענט איר בעטן דיין פילטער מ'זאל עס אדורך לאזן, אדער קענסטו מיר שיקן די אינפארמאציע פריוואט און איך וועל עס אריינלייגן פאר אייך.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 636

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:25 pm
nick name האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:12 pm
פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 11:59 am געוויסע האבן געבעטן א לינק צו קענען געבן פאר מצילי אש, אויף זייער וועבסייט [אונטן פון די פעידזש] קען מען דאונעטן.
איך וויל געבן פאר די הייליגע ארג מיין פילטער לאזט מיר נישט עפענען די לינק
אדער קענט איר בעטן דיין פילטער מ'זאל עס אדורך לאזן, אדער קענסטו מיר שיקן די אינפארמאציע פריוואט און איך וועל עס אריינלייגן פאר אייך.
אדער ווי געשמועסט אויבן, ר' יחזקאל אליינס האט אדווערטייזט זיין - פריוואטע - נאמבער, 845.709.2181, אז מ'קען אים רופן איבערגעבן נדבות.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 958

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

א גוטן טייערע חברים.
אלס איינער וואס איז אינוואלווד אין די הייליגע און סוקסעספולע ״מצילי אש ד'ראקלענד״, וועל איך מיט'ן אייבערשטנס הילף דא געבן נייעס און אפדעיטס (וויפיהל ס'איז שייך).

ובשם ה' נעשה ונצליח!
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 958

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

פרישע נייעס!
די וואך האט מצילי אז אויפגענומען 6 נייע מעמבערס, וואס האבן זיך אנגעשלאסן אלס וואלונטירן.

6 חשוב'ע אינגעלייט, מיט א גוט הארץ און שטארקע ווילן צו העלפן תושבי ראקלענד קאונטי, און זיך שטעלן אויף די זייט פון שמירת התורה.
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 958

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

האבן מער מעמבערס מיינט אז מצילי אש וועט קענען סערווירן מיט נאך א שנעלערע ריספאנס טיים בעז״ה, און קאווערן א גרעסערע טייל ארום מאנסי געגנט.
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 926

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך איטשע »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:59 pm האבן מער מעמבערס מיינט אז מצילי אש וועט קענען סערווירן מיט נאך א שנעלערע ריספאנס טיים בעז״ה, און קאווערן א גרעסערע טייל ארום מאנסי געגנט.
וויאזוי ארבעט אננעמען נייע מעמבערס?

מ'נעמט יעדעם איינעם אן? וואס זענען די תקנות?
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 958

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

איטשע האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:01 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:59 pm האבן מער מעמבערס מיינט אז מצילי אש וועט קענען סערווירן מיט נאך א שנעלערע ריספאנס טיים בעז״ה, און קאווערן א גרעסערע טייל ארום מאנסי געגנט.
וויאזוי ארבעט אננעמען נייע מעמבערס?

מ'נעמט יעדעם איינעם אן? וואס זענען די תקנות?
עס איז דא א באורד פון עטליכע קארדינעיטערס, וואס קוקן אדורך די אפלעקאציע, און פרעגן זיך נאך אויף דעם אינגערמאן.

אויב קוקט עס אויס אינטערעסאנט, מאכט מען א מיטינג מיט אים, און מ'שמועס דורך די נושא, און מ'זעהט אויב ס'איז געאייגנט פאר אים.

ווען מ'זעהט אז ער איז א גוטע קאנדידאט, באקומט ער א מעלדונג אז ער איז אנגענומען, און מ'גיבט אים די בעסיק טרעינינג, ביז ער וועט קענען זיין א חלק פון די קומענדיגע פולע טרעינינג קלאס.
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1494
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4945

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

קודם ברוך הבא ר' @מצילי אש ד'ראקלענד
מאכט אייך באקוועם, עס איז אונז א געשמאק צו האבן א אינעווייניגסטער קארעספאדאנט בתוכינו!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 926

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך איטשע »

@מצילי אש ד'ראקלענד

מ'רעדט שוין עטליכע חדשים פון עטליכע נייע טרעקלעך וואס ברויך אנצוקומען אינעם נאנטע צוקונפט, ווען בערך וועט עס שוין זיין אין באנוץ?

און אזוי אויך וויל איך וויסן ווי ווייט מ'האלט שוין מיט די לעגאלע חלק, לגבי אויסלעשן פייער לעגאל מיט א טרעקל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5411
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10294

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:34 pm
פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:25 pm
nick name האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:12 pm

איך וויל געבן פאר די הייליגע ארג מיין פילטער לאזט מיר נישט עפענען די לינק
אדער קענט איר בעטן דיין פילטער מ'זאל עס אדורך לאזן, אדער קענסטו מיר שיקן די אינפארמאציע פריוואט און איך וועל עס אריינלייגן פאר אייך.
אדער ווי געשמועסט אויבן, ר' יחזקאל אליינס האט אדווערטייזט זיין - פריוואטע - נאמבער, 845.709.2181, אז מ'קען אים רופן איבערגעבן נדבות.
חברה טייערע, ווארט'ס א רגע!

איך האלט אינמיטן אויפסעטן א פעידזש וואו מען וועט זען אלע נדבות, א ספעשל פעידזש פאר אונז אלע חברים דאהי!

סוי גיב נאכנישט דיין נדבה אין יענע לינק, ווייל דא וועט עס קענען געבן חיזוק פאר אנדערע צו געבן!...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5411
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10294

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:08 pm קודם ברוך הבא ר' @מצילי אש ד'ראקלענד
מאכט אייך באקוועם, עס איז אונז א געשמאק צו האבן א אינעווייניגסטער קארעספאדאנט בתוכינו!
RT

וואט אן האנאר!!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2546
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6742

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פופציגער »

world champion האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:30 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:26 pm
world champion האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:24 pmהאסט מורא עס זאל ווערן בעסער?

ניין. איך האב מורא פון בלאפעריי.

מ'זינגט דעם ניגון יעדעס מאל עס פעלט זיך אויס אנצוטון א כשר פיסל. מ'הא שוין פרובירט, און פליגמאן האט שוין מסביר געווען אז מ'קען נישט, און ס'שוין ב"ה דא א מצילי אש פאר ערליכע אידן. נעקסט.
עס איז ב"ה דא שטארקע שינוים לטובה על אף די (לכאורה...) אומפארשטענדליכע ווייטאג פון געוויסע.
איך ווער נאר מער צעמישט ווען איך הער אז ס'זענען דא שינויים לטובה...

ווען מהאט עס פארלאנגט לכתחילה איז עס פשוט נישט שייך געווען... פלוצלונג מצילי אש קומט אריין שטארק, קען מען שוין מאכן תיקונים...

איך וואלט קיינמאל געטרויעט א מענטש וואס פארבעסערט זיך נאר ווען מ'האלט א שטעקן קעגן זיין נאז. ווייל ווען דער שטעקן וועט אראפגיין פאלט אלעס צוריק.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2546
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6742

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:47 pm די אקטיוויסטן וואס האסן אזוי די מצילי אש, האבן עפעס א מענה בפיהם?

וואס איז מצדם די פשט פון די האס? וואס שטערט עס זיי, אויב נישט שנאת ע"ה לת"ח? איך טריי עכט צו פארשטיין.
איינס פון די גרויסע טענות, וואס גייען מיר באמת נישט אין קאפ אריין, איז אז יענע חברה זענען עניוועי מחלל שבת רח"ל, איז פארוואס עפענען נאך א דעפארטמענט וואו ערליכע אידן וועלן דארפן לויפן אום שבת ווען מ'קען דארט מאכן סדר? (עפעס אזוי האט מיר א וויזניצער אינגערמאן געזאגט די וואך).

איז מיין ווינדער צווייפאכיג:

ערשטנס, דא איז דאך אן ענין פון פיקוח נפש! אויב איז וואר אז די רעספאנס צייט פון די אלטע פייער דעפארטמענט איז גאנץ פארשלעפט, איז דאס אליינס שוין גענוג סיבה צו עפענען א נייע. חברה הצלה האט זיך געעפנט כאטש ס'געווען די גוי'שע וואס האבן עניוועי מחלל שבת געווען... ווייל זיי זענען אנגעקומען שוין צו תחיית המתים... (אה, אפשר פארדעם איז מען אין אנהייב געווען קעגן הצלה אויך?)

צווייטנס, אין פאל אן ערליכער איד האט א פייער אינדערהיים - זאל זיך נישט מאכן, איז זייער פארשטענדליך אז ער זאל נישט ווילן שטיין אינדרויסן און זיינע קינדער זאלן זען מיט די אויגן ווי אידן שטייען און זענען מחלל שבת. אזא מחזה פארברענט די קינדער נישט ווייניגער ווי א פיזישע פייער!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2546
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6742

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פופציגער »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:19 pm
שמן ששון האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:17 pm וועלכע רב מובהק האט מצילי אש איבער זיך? , און ווי עס ווערט קלאר געפסקנט דורך ר' יחזקאל דא אין דעם צעטיל, אז געבן שיעורים איז נישט גענוג, נאר עס ברויך זיין א רב מובהק בישראל.
סאיז דא א דרשה פון ר’ יחזקאל פון דעם פארגאנגענעם חוה”מ געזאגט אין סאטמאר 13 אין וועלכע ר’ יחזקאל זז”ג דעטאלירט אינטער וועלכע 3 רבנים די מצילי אש איז און אינטער וועמענס אוטאריטעט די מצילי איז געעפנט געווארן און ווערט געפירט בהסכמתם דורך ר’ יחזקאל זז”ג.
הגרא”ה וואזנער סאטמאר מהר”א מאנסי
הגרב”ט וועטענשטיין בעלזא מאנסי
דערצו איז פארמישט הגאון ר’ געציל בערקאוויטש דיין דקרית יואל וועלכער שטייט אינטער די קרית יואלע מצילי אש ארגאניזאציע.

איז אזוי, ווער סקען מאנסי ווייסט אז אט די 3 נעמען זענען ”די” נעמען וועלכע זענען מחייב יעדער נוטראלער מאנסיער איד, אפגעזעהן וואו ער באלאנגט.
ווי זאגט יענער? וואס קומסטו מיט פאקטן דא?...

לאמיר ווייטער שרייען "קיין איין רב שטיצט אים נישט!!"
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2546
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6742

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פופציגער »

פליט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:38 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:31 pm @שמן ששון צו באשמוצן רבנים טרעף א צווייטן ארט.

ר' יחזקאל איז א רב מובהק, און האט בעקינג פון רוב רבנים מובהקים.

ווער ס'האלט אז נישט, זאל נישט רופן מצילי אש.
אויף פליגמאן באדערט אייך נישט אז מען באשמיצט אים דא פערזענדליך?

מיך יא.
מבאשמוצט אים? ווי ווייט איך ווייס האט ער געמאלדן אז מ'קען ליידער גארנישט טון צו די פראבלעמען. נישט יעצט, נאר א צייט צוריק.

אלזא, מ'טוט וואס מען קען יא, און ער זאל טאקע ווייטער פרובירן ארבעטן פון אינעווייניג לויט די הוראה פון זיינע מורי הוראה - הו-עווער ס'איז.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2546
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6742

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פופציגער »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:13 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:52 pm
כ'ווייס נישט צו דאס וועט דיר העלפן פארשטיין, אבער אויב די ווילסט וויסן זייער "אפעציעלע" טענה, איז זייער פראבלעם אז די נייע מצילי אש איז נישט גענוג פראפעסיאנאל און איז (דערווייל) נישט אויסגעשטאטעט מיט די נויטיגע עקוויפמענט. און אז מ'רופט זיי אנשטאט די אפיציעלע פייער דעפארטמענט ברענגט עס צו סכנות.
כ'האב מיך צוריק געהאלטן די לעצטע פאר שעה פון ציטירן די ווערטער פון @פייער פייטער, טראץ וואס ער איז זייער באגלייבט, האב'ך נישט געוואלט עפעס ברענגען אן עס מברר זיין כלי ראשון (כדרכי).
יעצט נאכ'ן רעדן מיט איינעם וואס איז געוועהן דערביי ביי די היינטיגע פייער אויף N Rigaud Rd בינעך קלאר געווארן אז מעשה שהי' כך הי':
מצילי אש האט אינגאנצן אויסגעלאשן די פייער, נאר נישט געמאכט וואס ווערט אנגערופן overhaul וואס דאס מיינט אפצוקילן די פלעצער וואס רייכענען זאלן זיך נישט צוריק אנצינדן, די סיבה דערפון איז וויבאלד ווען די פייער איז געווארן אויסגעלאשן דאן איז די טשיעף אנגעקומען, און ווען מצילי אש האט געוואלט צושטעלן א לייטער צום דאך האט ער זיי אפגעהאלטן, און דאן האט מען געדאפט ווארטן פאר די טראק צוועלעף מינוט, און ב"ה ווען די טראק איז אנגעקומען האט שוין די פייער געוויזן רויטע פינקן, און אנגעהויבן א משהו ברענען אזוי ארום אז זיי האבן אויך געהאט וואס צו טוען ב"ה.

נעמט אין אכט, ווען די טשיעף קומט ווען אן א מינוט שפעטער [אדער מצילי אש ווערט דיספעטשד א מינוט פריער] וואלט די טראק שוין נישט געהאט וואס צו טוען, און זאל ווען מצילי אש נישט ווערן געדיספעטשעד בכלל וואלטן צוויי משפחות געווען היינט אן קיין דאך איבערן קאפ.

אגב, די רופער האט נישט געהאט מצילי אש'ס נאמבער, ער האט אראפגעלייגט די פאן מיט 911 גערופן א חבר פאר די נאמבער, ווי לויטעט די חתימה פון פייער פייטער: "ווען ס'וועט פלאקערן וועסטו עס זוכן"...
און יא!
אויב מצילי אש וואלט געהאט שנעלער נאך אפאר דאללער וואלט'ן זיי געהאט א טראק מיט די נויטיגע עקוויפמענט, צו אפראטעווען די גאנצע זאך "פראפעשינאל", נאך פאר ברוער קומט אן.
העמיר ווארטן אויף די לינק וואס @דער תהלים איד האב געזאגט אז ער וועט ברענגען, און מיר וועלן אלע ביישטייערן צו העלפן מצילי אש זיין 100% פראפעשינאל!
WOW

נאך אזא געשיכטע בלייבט נישט קיין צווייפלען אין די וויכטיגקייט פון מצילי אש.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1022
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1489

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:53 pm
פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:34 pm
פלאם האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:25 pm

אדער קענט איר בעטן דיין פילטער מ'זאל עס אדורך לאזן, אדער קענסטו מיר שיקן די אינפארמאציע פריוואט און איך וועל עס אריינלייגן פאר אייך.
אדער ווי געשמועסט אויבן, ר' יחזקאל אליינס האט אדווערטייזט זיין - פריוואטע - נאמבער, 845.709.2181, אז מ'קען אים רופן איבערגעבן נדבות.
חברה טייערע, ווארט'ס א רגע!

איך האלט אינמיטן אויפסעטן א פעידזש וואו מען וועט זען אלע נדבות, א ספעשל פעידזש פאר אונז אלע חברים דאהי!

סוי גיב נאכנישט דיין נדבה אין יענע לינק, ווייל דא וועט עס קענען געבן חיזוק פאר אנדערע צו געבן!...
שיק אריין די פעידש מהעמיר זיך בל"נ משתתף זיין מיט א סכום הגון
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5411
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10294

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האלט אינמיטן עס אויפסעטן.

זאל איך עס גלייך ארויסלייגן? אדער ווארטן אויף נאך שבת מיט א פרישקייט
שרייב פאוסט