Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
געפאוסט: דינסטאג יוני 17, 2025 5:09 pm
צו געבן מיין באריכט פונעם סיום, איז שווער צו גיין מענין לענין פון די גאנצע סיום ווייל ס'איז א לאנגע איבערלעבעניש מיט גאר אסאך תוכן.
אבער כ'וועל טרייען צו מאכן כאטש עפעס קורץ.
ווען איך בין אנגעקומען האט גערעדט דער יו"ר הרה"ג ר' שבתי קעסטענבוים שליט"א. כאטש איך האב נישט מיט אים קיין פערזענליכע באקאנטשאפט, האט אבער מיין הארץ יא באקאנטשאפט פאר דעם חשובער איד. איך האלט אביסל מיט דא דארט וויאזוי דער איד גיט זיך אוועק פארן כלל און פארן פרט, ער ראטעוועט אידן פון די שווערסטע מצבים, בגוף ונפש וברוח, און יעדע דבר טוב איז ער דא צו העלפן, הפנים, זיין רעדן טראגט ביי מיר א גרויסע באדייט! ס'איז נישט סתם גערעדט, ס'איז ווערטער פון א תלמוד חכם, א עוסק בתורה יארן לאנג, א איבערגעגעבענער און געלונגענער מענטש, מיט א הייליג אידיש הארץ.
זיינע ווערטער זענען געווען זייער שטארק, מהחל ועד כלה, קורץ און צום פינטל.
די דרשה פון רבי יצחק איז געווען א שטיק הארץ, ס'איז נישט געווען אז ר' יצחק'ס מויל האט גערעדט, נאר ר' יצחק האט גערעדט. כולו אומר כבוד. א איד וואס האט גוטע חלומות, און דערלעבט גוטע פירות, ווייל ער אינוועסטירט אין זיינע חלומות כל הונו ואונו, מיט לייב און לעבן, מקנא צו זיין דעם עולם הבא!
כ'האב שיעור פארגעסן, איך גיי דא טאטאל שלא על הסדר, אבער איך יאג מיך... כ'וויל א ווארט וועגן מיין התפעלות פונעם "ציבור".
מען רעדט דא פון קנאפע 4,000 בענקלעך, נישט לויט "פאליצייאישע שאצונגען" נאר אין ריעל נומבערס... בליעה"ר א ציבור עצום... ס'איז שווארץ פון מענטשן, און, דאס איז "א חלק" פון סאטמאר.... אומגלויבליך, אשרי עים ראתה, אשרי רבינו שכך זכה. אויפגעשטעלט א דור נאמן לה' ולתורתו.
די אויפטריטן פון די מסיימים פון פארשידענע שטעט זענען געווען גאר פאוערפול.
פאר מיר האט גאר שטארק געכאפט ר' יוסף מאיר סאאל פון קרית יואל, נישט נאר "וויאזוי" ער האט גערעדט מיט זיין זיסע שפראך... נאר אויך "וואס" ער האט געזאגט. ער דריווט א באס, 6 טעג א וואך, אן קיין האלידעיס, ביז 7 ביינאכט, פלאס זייטיגע סאבסיטוטינגס ביינאכט, און ער איז נישט קיין גרינגע אויפשטייער, און.... תורתך האט עס געמאכט מיט אים!
דער רבי שליט"א איז ערשינען בצהלת פניו, און אגב, די מוזיק איז דעמאלס געווען פארמאכט... דאס איז געווען א געוואאאאלדיגע ערשטמאליגע איידיע. די מוזיק עפנט זיך נאר ווען מען זינגט.
די סקרינס אין די זייטן ווייס איך נישט פארוואס ס'האט אויסגעפעלט אזוי שטארק... אז מ'מאכט נישט קיין ווידיא וואס גיט שוין צו דאס אז מ'זעט די ווערטער פונעם זינגער, שוין, מילא. (אגב, מיין מיינונג איז אז גראמען האט א פיל שטארקערע אפעקט ווען מען האט נישט קיין צעטלעך און מען הערט עס בעל פה, אויב זאגט דער בדחן זיינע ווערטער גענוג קלאר. ואכמ"ל. כ'האב זיך שוין גע'טענה'ט מיט גראמער און פרעזענטירער דערויף... זיי האלטן אנדערש ווי מיר, און איך געב גערן נאך)
די דברות קודש פון רבי'ן איז געווען שטארקער ווי שטארק, די שמחת הסיום, דער חתם סופר איבער סיום כתיבת ס"ת צוגעשטעלט אהער צו א סיום הש"ס, די טייטש פון קורין את שמע בערבית, א הערליכער חידוש אז ביינאכט איז שוין יעדנס קרי"ש אנדערש לויט די טאג וואס ער האט געפראוועט, און דאס ארויסברענגען אז "די שמחה איז אסאך גרעסער" ווען עס ענדיגט ש"ס איינער וואס איז נישט קיין יושב אהל נאר ער האט נסיונות אגאנצן טאג, און דאך שטייט ער ביי און ער האלט ביי דעם צו ענדיגן ש"ס.
און אודאי די דברי מוסר אז יעצט דארף שוין א דאווענען אויסזען אנדערש, די שטוב אנדערש, דאס עסן און דאס אויפפירן. "די תורה נעמט ארויס פון מחנה מגושמים אריין צום מחנה אלקים". חזק מאוד.
די חרוזים און נגינה פון ישראל אדלער, עפעס משוגע צו ווערן. ממש צום צוגיין. די קריעיטיוועטי, די שטארקע שטימע, די שיינקייט און זיסקייט, די תוכן, די טיהר רבי ישמעאל אוועקגעדרייט צו א אנדערע מימרא... סופער פלאס!!! דאס יא, אזוי ווי אסאך זאכן אינעם פראגראם איז עס געווען צולאנג אז ס'האט אביסל אוועקגענומען פונעם הנאה וואס כ'האב געהאט פון אים. 3 מאל נאכ'ן מיינען אז ער ענדיגט איז עס נאך געגאנגען פריש ווייטער...
אבער עכ"ז. שטארק איז שטארק.
די ריקודין נאכ'ן סיום... אקעי איך מוז ארויסלויפן. המשך יבא.