Re: אלעס ארום ברסלב
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 4:18 pm
יא? סאו פארוואס פירט ער זיך אויף ווי א פערד? אזוי רעבעלט דאך די גאנצע משפחה בריש גלי
גוט געענטפערט!פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:12 pm קלוג טוסטו אז דו פארסט נישט!
דער באשעפער זאל העלפן זאלסט קענען פארן נעקסטע יאר מיט די פולע הסכמה פון דיין ווייב, און ס’זאל איר זיין גרינג דיר צו לאזן גיין.
און וואו דו ביסט אויף יום טוב האלט זיך פרייליך... איך דערמאן זיך וויאזוי איך האב געפילט די יאר פון קאוויד.. מען שטארקט זיך און מען פראוועט א פרייליכע יום טוב, און ווי דער בעל שם טוב האט געזאגט אז דארט וואו א מענטש טראכט דארט איז ער. אז דו האסט אזוי שטארק געוואלט פארן און פשוט נישט געקענט, איז עס כאילו ביסט דארטן.
א פרייליכע יום טוב!
קאמענטאר אומפאסיג - לדעתי.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 3:17 pm @יהא רעוא איך שפיר דיין ווייטאג. איך האף דו וועסט טרעפן א וועג דאס אויסצוגלייכן גרינגערהייט. כאטש איך קען ארגערע מעשיות מיט חסידי באבוב45 וואס דער שווער איז געווען באבוב, און אויך סאטמאר מהרי"י און סאטמאר מהר"א, אבער דארט איז עס טאקע אויך נישט אויסגעהאלטן.
אפשר וואלט כדאי געווען איהם צו ריפען דירעקט עס אויס צו שמועסן?יהא רעוא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 2:30 pm אוי מניעות, אוי מניעות, ווי שווער ביסטו.
איך בין א באלעבתי'ש אינגערמאן וואס וואוינט אין וויליאמסבורג, פון די עווריזש וויליאמסבורגע סטייל.
סאמהאו האט מיר ברסלב אלץ געצויגן, און איך האב אנגעהויבן לערנען און פילעווען אין ספרי מוהר"ן. און פאקט האט עס מיר אריינגעגעבן א שטארקע חיזוק בכל מיני זמנים, און ב"ה איך האב געזעהן און מיין פריוואטע אידישקייט א שטארקע עליה.
מיין משפחה און מיינע חברים האט קיינער נישט געוויסט אז איך גלייך ברסלב, פשוט כ'האב עס געזוכט צו באהאלטן. איך זיך זעך דאך נישט די ברסלב'ע סטוגמא אויפן נאז.
יארן וואס איך גאַר צו פארן קיין אומאן אויף ר"ה ולא עלתה בידי.
די יאר האב איך אפגעמאכט אז איך פאר! יעבור עלי מה.
געלויבט די אייבערשטער אז ער האט מיר באשאנקן מיט א קלוגע אשת חיל וואס האט מסכים געווען לעשות רצון בעלה, און מיר לאזן פארן, אפי' ווען ס'איז איר לאו דוקא גרינג.
דא זענען די מניעות אריינגערופן געווארן, קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט געלט; איך בין נישט עקסטער ברייט יעצט פיינענשלי, און איך קען יוזען יעדע דאלער, אבער געלויבט די אייבערשטער איך האב געבראכן די מניעה.
נאכדעים איז אריינגעקומען די מניעות המוח; וואס מאכסטו משוגע? גייסט איבערלאזן דיין ווייב און קינדער? ביסטו דען א עכטע ברסלב'ער אז דו מוזט פארן? וואס גייען דיינע חברים זאגן? וכדומה, וכדומה, אבער מיטן אייבערשטן'ס הילף האב איך עס באוויזן אוועקצומאכן.
דאן איז אריינגעקומען די נעקסט לעוועל מניעות המוח; וואס איז שלעכט מיטן גיין אינמיטן יאר? ווער זאגט אז ר' נחמן האט בכלל געמיינט צו זאגן אז מ'זאל אויך קומען לאחר מותו וכדומה וכדומה, און ב"ה איך האב דאס דורכגעבראכן.
די פלאן איז געווען אז מיין ווייב גייט זאגן פאר מיין שווער/שוויגער אפאר וואכן פאר ר"ה אז איך פאר, פשוט זיכער מאכן אז זי האט ווי צו איינשטיין אויף יו"ט.
ווי נאר מיין שווער האט געהערט אז איך פלאן צו פארן, איזער געווארן ווילד, נאו-וועי! ער פארט נישט. און האט אנגעהויבן צו פארפירן, ער האט אויך די היינטיגע משוגעת פון פארן? ווי אויך ס'דאך דא א מלחמה און אוקריינע, וויאזוי קענסטו עס צולאזן? די סטעיט דיפארטמענט האט דאך ארויגעגבן א טרעוול פארבאט קיין אוקריינע וכדומה וכדומה.
מיין ווייב האט איהם איידעלרהייט גענטפערט, אז דאס איז רצון בעלה, און אז זי האט נישט קיין פראלעים דערמיט. און איבער די מלחמה, אויב זעהט ער אז עס איז טאקע מסוכן וועט ער ארויסקענסלען.
ווען איך האב איבערגעהערט די דיבורים פון מיין שווער בין איך געווארן אביסל פארלוירן, כ'האב מיר נישט געראכטן דערויף, אמת טאקע אז איך האב שוין געהערט אזאנע מעשיות, אבער מיין שווער איז נאך גאנץ אינג פאר דיע זאכן.
בקיצור, נאכן דורכרעדן מיט א קלוגע איד איז געבליבן, אז איך גיי עס לאזן לויפן, אין איך וועל אי"ה פארן.
פון די אנדערע זייט ב"ה אז ווען איך האב געמאלדן די נייעס פאר מיינע עלטערן, האב איך באקומען זייער א פאזאטיווע ריעקשן.
וואכן זענען אריבער מיין ווייב האט פראבירט צו עוואוידן די דיסקאשן מיט אירע עלטערן, ביזז, ס'ווערט דאך נענטער צו ר"ה און מיין ווייב האט געמוזט רופן אירע עלטערן צו זיכער מאכן אז זי קען קומען ר"ה _ _ _ און דא איז איז געשעהן, מיין שווער האט זיך גענומען מאכן קולות, ס'נישט נארמאל וכו וכו וכו… זעהנדיג אז דאס העלפט נישט האט ער אראפגעלאזט די באמבע, איך נעם דיר נישט אריין צו מיר אויף יו"ט... מיין ווייב איז געווארן פארשטיינערט און זיך פראבירט איינצובעטן אז איר מאן האט שוין געבוקט טיקעט'ס און געצאלט פאר אן אכסנאי, אבער ס'געפאלן אויף טויבע אויערן
מיין ווייב האט עס מער נישט געקענט פארנעמען, און פארלאנגט פון מיר צו קענסלן די נסיעה.
איך דארף ענק נישט מסביר זיין ווי שווער ס'איז מיר, סיי אלץ די דיסעפאוינטמענט נאכן זיך איינרעדן א לאנגע צייט אז איך פאר, און סיי די חלק אז אן אנדערע מענטשט קומט אריין און מיין באנדערי, וואס ווי פארשטענדליך איזעס זייער שווער, ווי אויך איז דא געלט שאדן. איך פראביר זיך אבער צו שטארקן אז אלעס איז לטובתי.
ע"כ המעשה
אדערווייל קוקט אויס אז איך גיי נישט פארן אויף ר"ה, מיטדי חלק השתדלות האב איך דא גענדיגט! איך גיי נישט פארן ווען מיין ווייב וויל נישט, איך בין נישט קיין דזשיהאד… און נאר תפילה איז די אינציגסטע זאך וואס קען נאך העלפן דא.
-----------------------------
פ"וו שרייב איך דאס? פאר צווי סיבות
1) מזאל וויסן אז אין תש24 קען נאך אזאנס פאסירן, און אז ס'זאל זיין א חיזוק פאר איינער וואס וויל שטארק אבער קען נישט פארן.. למעשה האב איך געטוען מיין פולע השתדלות, און מחשבה טובה הקב"ה מצרף למעשה.
2) מענטשן ווייסן ס'דא צוויי מיני מענטשן וואס פארן. אדער א עכטע פרומע ברסלב'ער, אדער סתם א טשילער, וויל איך ענק לאזן וויסן אז אינטער די טשילער ליגט מעגליך א דורכקווייקטע ברסלב'ע, וואס רעדט און שטרעבט צום אייבערשטן, אן צו טוען מצוות ומעשים טובים, און האט געטראפן זיין סיפוק ביי ברסלב.
היילוג גערעכט, עס איז זייער שווערפנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:12 pm קלוג טוסטו אז דו פארסט נישט!
דער באשעפער זאל העלפן זאלסט קענען פארן נעקסטע יאר מיט די פולע הסכמה פון דיין ווייב, און ס’זאל איר זיין גרינג דיר צו לאזן גיין.
און וואו דו ביסט אויף יום טוב האלט זיך פרייליך... איך דערמאן זיך וויאזוי איך האב געפילט די יאר פון קאוויד.. מען שטארקט זיך און מען פראוועט א פרייליכע יום טוב, און ווי דער בעל שם טוב האט געזאגט אז דארט וואו א מענטש טראכט דארט איז ער. אז דו האסט אזוי שטארק געוואלט פארן און פשוט נישט געקענט, איז עס כאילו ביסט דארטן.
א פרייליכע יום טוב!
אמת און נישט אמת. די מעסידזש דארף זיין ביי זאכן וואס גייען נישט פירן צו א פולשטענדיגע קריג.מסעי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 2:59 am סתם אלס אן עצה טובה. פאר אזא שווער דארף מען איינמאל פאר אלעמאל מודיע זיין אז דו ביסט אן אדאלט און ביסט בארעכטיגט צו מאכן דיינע אייגענע דעסישנס.
די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיך אליינס, איז יא פארן. גארנישט וועגן ברסלב אדער רבי נחמן, נאר פשוט צו לאזן וויסן דיין שווער אז ער איז נישט בעה"ב אויף זיינע איידעמער.
בשום אין אופן! זיכער נישט ווען דיין ווייב איז נישט 100% מיט דיר... ער קען נאך אריינהאקן אין איר א גאנץ יום טוב קעגן דיר און דיר נאך ארלעדיגן א גט רח''ל כבר היה לעולמיםמסעי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 2:59 am סתם אלס אן עצה טובה. פאר אזא שווער דארף מען איינמאל פאר אלעמאל מודיע זיין אז דו ביסט אן אדאלט און ביסט בארעכטיגט צו מאכן דיינע אייגענע דעסישנס.
די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיך אליינס, איז יא פארן. גארנישט וועגן ברסלב אדער רבי נחמן, נאר פשוט צו לאזן וויסן דיין שווער אז ער איז נישט בעה"ב אויף זיינע איידעמער.
אין א סייד נאוט, כ'זאג דיר צו אז ער גייט ארייננעמען דיין ווייב אויף יום טוב. סוכ"ס איז עס זיין טאכטער. סאיז סתם אזא טאקטיק דיך צו דערשרעקן. חוץ אויב ער איז באמת א שלעכטער קאנטראל פריעק, וואס כהאף סאיז נישט די קעיס דא.
גא”מ.אהרן האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 10:18 amבשום אין אופן! זיכער נישט ווען דיין ווייב איז נישט 100% מיט דיר... ער קען נאך אריינהאקן אין איר א גאנץ יום טוב קעגן דיר און דיר נאך ארלעדיגן א גט רח''ל כבר היה לעולמיםמסעי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 2:59 am סתם אלס אן עצה טובה. פאר אזא שווער דארף מען איינמאל פאר אלעמאל מודיע זיין אז דו ביסט אן אדאלט און ביסט בארעכטיגט צו מאכן דיינע אייגענע דעסישנס.
די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיך אליינס, איז יא פארן. גארנישט וועגן ברסלב אדער רבי נחמן, נאר פשוט צו לאזן וויסן דיין שווער אז ער איז נישט בעה"ב אויף זיינע איידעמער.
אין א סייד נאוט, כ'זאג דיר צו אז ער גייט ארייננעמען דיין ווייב אויף יום טוב. סוכ"ס איז עס זיין טאכטער. סאיז סתם אזא טאקטיק דיך צו דערשרעקן. חוץ אויב ער איז באמת א שלעכטער קאנטראל פריעק, וואס כהאף סאיז נישט די קעיס דא.
די סייט נאוט איז בכלל נישט אזוי זיכער... שוין טויזענטער יאר צוריק איז דעקומענדירט אזא געשעניש ווען כלבא שבוע האט ארויסגעווארפן זיין טאכטער אויף די גאס סוי זיין נישט אזוי זיכער
פארוואס? איך מיין עס זייער ערנסט. עס קומען פאר אזעלכע מעשיות, דא מיט עסן די אדער יענע שחיטה, דא מיט שיקן א קינד אין די מוסדות, דא מיט א פשוטע דאווענען.פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:28 pmקאמענטאר אומפאסיג - לדעתי.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 3:17 pm @יהא רעוא איך שפיר דיין ווייטאג. איך האף דו וועסט טרעפן א וועג דאס אויסצוגלייכן גרינגערהייט. כאטש איך קען ארגערע מעשיות מיט חסידי באבוב45 וואס דער שווער איז געווען באבוב, און אויך סאטמאר מהרי"י און סאטמאר מהר"א, אבער דארט איז עס טאקע אויך נישט אויסגעהאלטן.
נו וויאזוי איז געוועהן?פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:57 pmפון מיין בעט צו מיין בעט... א וואך מיט 12 שעה
זאג דו מיר..יוחנן כהן האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 07, 2024 9:52 pmנו וויאזוי איז געוועהן?פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:57 pmפון מיין בעט צו מיין בעט... א וואך מיט 12 שעה
זייער דערהויבן ב''ה!!פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 09, 2024 2:29 amזאג דו מיר..יוחנן כהן האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 07, 2024 9:52 pmנו וויאזוי איז געוועהן?פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:57 pm
פון מיין בעט צו מיין בעט... א וואך מיט 12 שעה
א דינובע ברסלבער?...יוחנן כהן האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:03 amזייער דערהויבן ב''ה!!
כ'האף נאך צו שרייבן א לענגערע באשרייבונג איבער דעם, צעמיר זעהן ווי לאנג עס וועט נעמען