בלאט 208 פון 235
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 4:57 pm
דורך חלום חלמתי
געריכט אורטייל היינט האט גע'פסק'נט אז די קאקס אינטערנעט פראוויידער איז נישט שולדיג אז מענטשן נוצן דאס צו דאונלאדן קאפירייט סידי'ס און מוזיק.
די סאני מוזיק פירמע האט אנגעקלאגט קאקס אינעם העכסטן געריכט, טענה'נדיג אז זיי מוזן אפשטעלן די אינטערנעט סערוויס פאר פארלעצער, אבער קאקס האט גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט אפשטעלן סערוויס פאר א שפיטאל בלויז ווייל איין אורח האט דארט געדאונלאוד עפעס אומלעגאל. סאני האט צוריק גע'טענה'ט אז ווען יענע שפיטאל איז שפעט מיט א פעימענט האקן ענק אפ אן קיין פראבלעם...
די סופרים קארט האט געאורטיילט אז סאני איז נישט גערעכט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 5:04 pm
דורך חלום חלמתי
נאך א נאכגעפאלגטע געריכט האט זיך אפגעשפילט היינט, ווען א ריכטער האט באשולדיגט מעטא און גוגל אז זיי זענען צו אדיקטיוו פאר די יוגנט, און טיען נישט גענוג צו באשיצן די קינדער פון אלע מרעין בישין. און באצוואונגען מעטא צו צאלן 3 מיליאן טאלער פאר איין אנקלאגער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 5:05 pm
דורך חלום חלמתי
אמעריקאנע בירגער וואס איז געווען פארכאפט ביי די טאליבאנער פאר 6 יאר איז היינט אנגעקומען אהיים, נאך השתדלות פון די טראמפ אדמיניסטראציע אים צו באפרייען.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 5:06 pm
דורך חלום חלמתי
מאסק ריפלייעט צו עמיצן, אז ער ארבעט אויף עפעס פיל מער קאאל ווי א מיניווען...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 6:05 pm
דורך יאנטשי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 25, 2026 5:04 pm
נאך א נאכגעפאלגטע געריכט האט זיך אפגעשפילט היינט, ווען א ריכטער האט באשולדיגט מעטא און גוגל אז זיי זענען צו אדיקטיוו פאר די יוגנט, און טיען נישט גענוג צו באשיצן די קינדער פון אלע מרעין בישין. און באצוואונגען מעטא צו צאלן 3 מיליאן טאלער פאר איין אנקלאגער.
נישט קיין ריכטער, א דזשורי.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 8:11 pm
דורך חלום חלמתי
קאנאדישע פרעמיער קארני, זאגט אז ער איז אנטוישט אז די עיר קאנאדע CEO האט געגעבן זיין סטעיטמענט אין ענגליש, נאכפאלגנדיג די טראגעדיע אין לאגווארדיע עירפארט. ער וואלט עס געדארפט געבן אין פראנצויזיש אדער אין ביידע שפראכן. מיר זענען א זעלבסשטענדיגע לאנד מיט א אייגענע שפראך.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 8:15 pm
דורך חלום חלמתי
זיו אגמון טשיף אוו סטעף פון פרעמיער נתניהו האט געברויכט רעזיגנירן פון אמט, נאכדעם וואס דזשורנאליסטן האבו באריכטעט איבער א רייע ראסיסטישע קאמענטארן און אינצידענטן ווי דער בחור איז געווען אינוואלווד.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 8:18 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 21, 2026 9:43 pm
אילאן מאסק וויל מנדב זיין די פעראל פאר די TSA אגענטן, א ביליאן דאלאר נדבה
די ווייסע הויז האט אפגעזאגט מאסק'ס נדבה פאר די TSA אגענטן. צוליב לעגאלע זארגן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 8:22 pm
דורך חלום חלמתי
#ניק שערלי צו א רענדאם מאן אין סאן פראנציסקא: וואלסטו געוואוט פאר געווין ניוסאם אין 2028?
זיכער, ער האט מיר באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע!
שערלי:טאקע?! איך וואלט אויך געוואוט פאר איינער וואס האט מיר באפרייט, פון וואס האט ער דיר געראטעוועט, כ'מיין פארוואס ביסטו געזיצן אין טורמע?
מאן: מערדעריי, קאר דזשעקינג, און רויבערייען...
(......)
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 10:25 pm
דורך חנן
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 25, 2026 8:11 pm
קאנאדישע פרעמיער קארני, זאגט אז ער איז אנטוישט אז די עיר קאנאדע CEO האט געגעבן זיין סטעיטמענט אין ענגליש, נאכפאלגנדיג די טראגעדיע אין לאגווארדיע עירפארט. ער וואלט עס געדארפט געבן אין פראנצויזיש אדער אין ביידע שפראכן. מיר זענען א זעלבסשטענדיגע לאנד מיט א אייגענע שפראך.
קאמיוניטי נאוט: ענגליש איז די אפיציעלע שפראך פון קאנאדע. פראנצויזיש ווערט בלויז גערעדט אין קוויבעק.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 10:42 pm
דורך בודקע
חנן האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 25, 2026 10:25 pm

לויט ווי איך פארשטיי טרייט ער זייער שטארק אריין צו ברענגען אז פראנצויזיש זאל ווערן די אפיציעלע שפראך.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 10:59 pm
דורך בודקע
טראמפ ריסקעדזשולד זיין באזוך קיין טשיינע.

- Mar 25, 2026 10_54_15 PM EDT.png (110.41 KiB) געזען געווארן 500 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 12:21 am
דורך חלום חלמתי
די ווייסע הויז קאנטע האט ארויסגעלייגט צוויי מאדנע פיר סעקונדיגע קליפס. איינס איז שווארץ מיט א מילי סקונדע שאטן פון אן אמעריקאנער פאן מיט א קלינג. די צווייטע זעהט מען א פרוי'ס שוך און מען הערט עמיצן זאגן 'איטס לאונטשינג סאאן, רייט?!.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 1:25 am
דורך חלום חלמתי
אילאן מאסק שטעלט זיך פאר א בילד מיט ניק שערלי.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 1:28 am
דורך חלום חלמתי
א.ג. וויצלער דזשימי קימל איז ווידער אין הייס וואַסער, פארן חוזק מאכן פון סעקרעטאר מולען ''מיר האבן באקומען א פלאמבער אינז צו שיצן פון טעראריסטן''.
טעד קרוז האט אים פארדאמט פארן חוזק מאכן פון מולען'ס געוועזענע פרנסה ''זיין א פלאמבער איז נישט עפעס מיט וואס מען דארף זיך שעמען'' און אזוי נאך א רייע פאליטיקאנטן זענען ארויס קעגן קימל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 1:29 am
דורך חלום חלמתי
אין ארלאנדא פלארידע גרייט מען זיך אויף פסח...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 1:35 am
דורך חלום חלמתי
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געשלאסן אן אפמאך מיטן געוועזענעם טראמפ עצה געבער מייקל פלין פאר 1.2 מיליאן דאלער, אויסלייז געלט פאר די פאלשע רוסלאנד אויספארשונג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 3:06 am
דורך Think and Thank
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 25, 2026 10:42 pm
חנן האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 25, 2026 10:25 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 25, 2026 8:11 pm
קאנאדישע פרעמיער קארני, זאגט אז ער איז אנטוישט אז די עיר קאנאדע CEO האט געגעבן זיין סטעיטמענט אין ענגליש, נאכפאלגנדיג די טראגעדיע אין לאגווארדיע עירפארט. ער וואלט עס געדארפט געבן אין פראנצויזיש אדער אין ביידע שפראכן. מיר זענען א זעלבסשטענדיגע לאנד מיט א אייגענע שפראך.
קאמיוניטי נאוט: ענגליש איז די אפיציעלע שפראך פון קאנאדע. פראנצויזיש ווערט בלויז גערעדט אין קוויבעק.
לויט ווי איך פארשטיי טרייט ער זייער שטארק אריין צו ברענגען אז פראנצויזיש זאל ווערן די אפיציעלע שפראך.
גיי פארשטיי פארוואס די שפראך פון די פרעמדע לאנד פראנקרייך ווייזט מער אויף זעלבסטשטענדיגקייט ווי די שפראך פון די פרעמדע לאנד ענגלאנד.
(אגב, דאס שטופן און צווינגען אריבערצוגיין צו פראנצויזיש האט בפועל ממש אפגע'שחט'ן קוויבעק'ס עקאנאמיע און פארטריבן אומצאליגע ביזנעסער קיין אנטעריא. זעהט אויס אז קארני וויל נאכמאכן די מאדעל אויפ'ן גרויסן פארנעם.)
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 3:08 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 26, 2026 1:29 am
אין ארלאנדא פלארידע גרייט מען זיך אויף פסח...
(פאר די היימישע ליינער וואס טרינקען נישט קיין קאוק): קאקע קאלע אין אמעריקע נוצט אן אנדערע אינגרידענט במקום צוקער אין די כשר לפסח קאוק ווי א גאנץ יאר, און די סימן דערויף איז אז די כשר לפסח קאוק האבן געלע דעקלעך. יעצט קוקט נאכאמאל אויפ'ן בילד...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 9:15 am
דורך aitch
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 26, 2026 3:08 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 26, 2026 1:29 am
אין ארלאנדא פלארידע גרייט מען זיך אויף פסח...
(פאר די היימישע ליינער וואס טרינקען נישט קיין קאוק): קאקע קאלע אין אמעריקע נוצט אן אנדערע אינגרידענט במקום צוקער אין די כשר לפסח קאוק ווי א גאנץ יאר, און די סימן דערויף איז אז די כשר לפסח קאוק האבן געלע דעקלעך. יעצט קוקט נאכאמאל אויפ'ן בילד...
זיי נוצן
צוקער אנשטאטס קארן סורופ, אזויווי זיי נוצן אין אייראפע די גאנצע יאר.
בד"וו ניטאמאל איז עס חמץ, עס איז קטניות.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 9:25 am
דורך חלום חלמתי
בשעת ביינונז אין ניו יארק פארט די ספיד לימיט כסדר אראפ...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 9:26 am
דורך חלום חלמתי
אטאקע אויף טשאק שומער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 9:29 am
דורך בודקע
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 26, 2026 9:26 am
אטאקע אויף טשאק שומער.
דער פרעזידענט איז היינט אויפגעשטאנען צו פרי.. כ'מיין ער זאל גיין כאפן א דרימל..

- Tru.png (80.06 KiB) געזען געווארן 254 מאל

- tr.png (23.36 KiB) געזען געווארן 254 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 10:58 am
דורך חלום חלמתי
באריכטן אז מעטא גרייט זיך אויך אויפצוזאגן מאסן ארבעטער אין די נאנטע טעג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 10:59 am
דורך חלום חלמתי
די באקאנטע בארא פארק סענטער האט זיך פארקויפט פאר די סומע פון 161.5 מיליאן דאלער!