בלאט 207 פון 230
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:09 am
דורך ירא השם
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 8:49 am
איין זאך וואס באדערט מיר זייער שטארק, און אדרבה ביטע אריינקומען מיט מיינונגען
פארנט פונעם רבין גייען די שלעגער'ס וואס שלאגן צימאל ממש מיט רציחה, מ'פראסקעט און ווארפט קינדער און בחורים'לעך ווי כ'ווייס נישט וואס, פון די אנדערע זייט איז דאך די ביהמ''ד קע''ה מלא על גדותיו ובפרט פאר די דב''ק שטיפן זיך אלע און פרעסן זיך צינויף ווי סארדינס צו זעהן און הערן, און כדי די רבי זאל אנקומען אויפן בימה דארף לכאורה גיין פעטש...
איז די שאלה ''איז טאקע נישטא קיין אנדערע מהלך?''
געהערט אז דער רבי האט געזאגט פאר איינעם (נאכן געבן א פראסק פאר ר' מאיר צוויבל שליט"א) אז אויב ער הייבט אויף נאך איינמאל א האנט אויף א איד וויל ער אים נישט זען לעבן אים
דערנאך האט דער רבי מפייס געווען ר' מאיר כמ"פ
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:13 am
דורך מיט קלארקייט
ירא השם האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:09 am
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 8:49 am
איין זאך וואס באדערט מיר זייער שטארק, און אדרבה ביטע אריינקומען מיט מיינונגען
פארנט פונעם רבין גייען די שלעגער'ס וואס שלאגן צימאל ממש מיט רציחה, מ'פראסקעט און ווארפט קינדער און בחורים'לעך ווי כ'ווייס נישט וואס, פון די אנדערע זייט איז דאך די ביהמ''ד קע''ה מלא על גדותיו ובפרט פאר די דב''ק שטיפן זיך אלע און פרעסן זיך צינויף ווי סארדינס צו זעהן און הערן, און כדי די רבי זאל אנקומען אויפן בימה דארף לכאורה גיין פעטש...
איז די שאלה ''איז טאקע נישטא קיין אנדערע מהלך?''
געהערט אז דער רבי האט געזאגט פאר איינעם (נאכן געבן א פראסק פאר ר' מאיר צוויבל שליט"א) אז אויב ער הייבט אויף נאך איינמאל א האנט אויף א איד וויל ער אים נישט זען לעבן אים
דערנאך האט דער רבי מפייס געווען ר' מאיר כמ"פ
כ'פארשטיי אז די נקודה איז ר' מאיר, כבוד התורה וכדומה, אבער וואס טוט זיך מיט פשוטע עמך אידן? און בחורים קינדער?
איז בכלל דא א מהלך אן די פעטש?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:14 am
דורך ירא השם
דער רבי האט נישט געזאגט "אויף ר' מאיר" נאר אויף א איד
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:18 am
דורך ירא השם
געהערט א קרישקעלע
פרייטאג צונאכטס איז א טאכטער געקומען זאגן גוט שבת פארן טאטן דער רבי,, האט זי אים געטראפן שויין ביים ספרים שאנק אריינקוקן אין א ספר,
ווען זי האט געפרעגט פארוואס ער זיצט נישט ביים טיש נאך אזא עבודה פון 3 טעג, האט ער גענטפערט אז מ' האט נישט געלייגט א חלה ביים טיש בשעתן ליכט צינדען, און די טיש איז מוקצה
אשרנו מה טוב חלקנו
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 10:31 am
דורך לג בעומר
ירא השם האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:18 am
געהערט א קרישקעלע
פרייטאג צונאכטס איז א טאכטער געקומען זאגן גוט שבת פארן טאטן דער רבי,, האט זי אים געטראפן שויין ביים ספרים שאנק אריינקוקן אין א ספר,
ווען זי האט געפרעגט פארוואס ער זיצט נישט ביים טיש נאך אזא עבודה פון 3 טעג, האט ער גענטפערט אז מ' האט נישט געלייגט א חלה ביים טיש בשעתן ליכט צינדען, און די טיש איז מוקצה
אשרנו מה טוב חלקנו
אביסל קלארער געהערט אז איינע פון די שטוב מענטשן זענען אריין אין געטראפן דעם רבין לערנען ביים ספרים שאנק האלטענדיג די ספר אין די הענט איז ער געבליבן שטיין דארט פאר אפאר מינוט ביז ער איז צוגעגאנגען צום רבין און געזאגט אז די רבי זאל זיך אראפ זעצן ביים טיש האט די רבי געזאגט אז עס איז מוקצה ווייל בשעתן צינדן איז נישט געלעגן א חלה אויפן טיש האט יענער געזאגט אז עס איז געלעגן א ספר האט די רבי גארנישט געענטפערט אין געבליבן לערנען ביים שאנק ביז יענער האט אריין געברענגט א אנדערע טיש
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 11:42 am
דורך ירא השם
איך מיין לכתחילה דארף זיין א דבר מאכל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 11:54 am
דורך ווערווייס
ירא השם האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 11:42 am
איך מיין לכתחילה דארף זיין א דבר מאכל
יאפ
ווי חזר'ט די רבי כסדר, אונז זעמיר לכתחלה'דיגע אידן
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 11:57 am
דורך ווערווייס
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 11:01 pm
שמח''ת אינדערפרי איז די רבי אריין צי אתה הורייתא איינסע שארף, אויף די האר, דאכט זיך די רבי האט גערעדט 3 מאל ביי די הקדמה, דערביי האט ער דערמאנט אז מ'יאגט די הקפות צום שבת און בזכות זה גיבט דער באשעפער כל טוב, די הקפות זענען געווען שנעלער ווי געווענליך אבער מ'האט געענדיגט שפעט אזוי אויך.
צו זיין מער קלארער ווי אזוי די רבי האט אויסגעפירט
אונז זעמיר יעצט ממעט די שמחה וועגן כבוד שבת, און בזכות זה וועט דער אייבערשטער אונז משלים זיין די שמחה אויף א גאנץ יאר
אוי דער אמן וואס האט אפגעקלינגען
און ס'קומט זיך א דאנק פאר די עסקנים וואס האבן געהאלטן שטיל דעם עולם ביי די ווינקלען פון ביהמ"ד, וואס לכבוד דעם האט מען געקענט הערן די דב"ק אפילו ביי די מערב פארענטשעס ב"ה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 1:36 pm
דורך סאטמארע נייעס
ווידיאוס
*הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!*
*אשרי עין ראתה כל אלה* ערשטע בליק פונעם שלחן הטהור 'נעילת החג' נאך די געהויבענע ימי שמחת תורה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מיט די השתתפות פון די היסטאריש-ריזן מספר פון אריבער א רבבה תלמידים וחסידים כ"י בליעה"ר מכל רחבי תבל, בעיר עוז לנו קרית יואל בצילא קדישא.
סאטמאר'ע נייעס
*
וּבְכֵן צַדִּיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ וִישָׁרִים יַעֲלזוּ וַחֲסִידִים בְּרִנָּה יָגִילוּ!!*
*אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו* אלופי אלפי אנ''ש מיט פייערליכע ריקודין ביים מעמד ברכת הקודש פארענט פון ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו, נישט זיך קענענדיג געזעגענען פון די הייליגע דערהויבענע יו''ט בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו.
סאטמאר'ע נייעס
נאך פונעם דערהויבענעם שלחן הטהור 'נעילת החג' בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.
סאטמאר'ע נייעס
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 1:37 pm
דורך סאטמארע נייעס
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 1:38 pm
דורך סאטמארע נייעס
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:18 pm
דורך פארק שול
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 8:49 am
איין זאך וואס באדערט מיר זייער שטארק, און אדרבה ביטע אריינקומען מיט מיינונגען
פארנט פונעם רבין גייען די שלעגער'ס וואס שלאגן צימאל ממש מיט רציחה, מ'פראסקעט און ווארפט קינדער און בחורים'לעך ווי כ'ווייס נישט וואס, פון די אנדערע זייט איז דאך די ביהמ''ד קע''ה מלא על גדותיו ובפרט פאר די דב''ק שטיפן זיך אלע און פרעסן זיך צינויף ווי סארדינס צו זעהן און הערן, און כדי די רבי זאל אנקומען אויפן בימה דארף לכאורה גיין פעטש...
איז די שאלה ''איז טאקע נישטא קיין אנדערע מהלך?''
מען פראסקעט נישט אין די וועלט אריין, עס איז אייביג דא די אויבער חכמים וואס אנדערש פארשטייען זיי נישט, זיי זעהן די רבי קומען אבער ער האט נאך די וועלט'ס צייט.
ווען נישט די לויפערס פון פארדעם וואלט די רבי געטראסקעט הונדערטער מאל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 4:08 pm
דורך ווערווייס
פארק שול האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:18 pm
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 8:49 am
איין זאך וואס באדערט מיר זייער שטארק, און אדרבה ביטע אריינקומען מיט מיינונגען
פארנט פונעם רבין גייען די שלעגער'ס וואס שלאגן צימאל ממש מיט רציחה, מ'פראסקעט און ווארפט קינדער און בחורים'לעך ווי כ'ווייס נישט וואס, פון די אנדערע זייט איז דאך די ביהמ''ד קע''ה מלא על גדותיו ובפרט פאר די דב''ק שטיפן זיך אלע און פרעסן זיך צינויף ווי סארדינס צו זעהן און הערן, און כדי די רבי זאל אנקומען אויפן בימה דארף לכאורה גיין פעטש...
איז די שאלה ''איז טאקע נישטא קיין אנדערע מהלך?''
מען פראסקעט נישט אין די וועלט אריין, עס איז אייביג דא די אויבער חכמים וואס אנדערש פארשטייען זיי נישט, זיי זעהן די רבי קומען אבער ער האט נאך די וועלט'ס צייט.
ווען נישט די לויפערס פון פארדעם וואלט די רבי געטראסקעט הונדערטער מאל.
דאס אז ס'דרייען זיך ליידער שלעגער'ס ארום און ארום איז נישט קיין סוד
אבער גראדע ביי די הקפות זענען די וואס גייען פאראויס בכלל נישט קיין שלעגער (כ'מיין צו זאגן זייער עסקנות באשטייט נישט פון שלאגן), און ס'איז גאנץ נארמאל ווי אזוי זיי באגייען זיך, און אמאל אז ס'ווערט געפערליך דארף מען שטופן מיט כח
אויב האסט פונקט ביי געוואוינט איינער וואס האט געכאפט שלעק, גיי הער די צווייטע זייט פון די מעשה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 4:22 pm
דורך מיט קלארקייט
און וואס איז בנוגע די געזעגענען פון די סוכה? פליט פעטש מיט רציחה??? אפשר איז דער שלעגער גערעכט, וועט ער גיין אין גיהנם גערעכט... סאררי פאר די שארפקייט... אבער פארן שלאגן צאלט מען א פרייז...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 4:38 pm
דורך סאטמארע נייעס
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:00 pm
דורך ווערווייס
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 4:22 pm
און וואס איז בנוגע די געזעגענען פון די סוכה? פליט פעטש מיט רציחה??? אפשר איז דער שלעגער גערעכט, וועט ער גיין אין גיהנם גערעכט... סאררי פאר די שארפקייט... אבער פארן שלאגן צאלט מען א פרייז...
מיין פריינד, זייט איך האב געזען מיט די אויגן א עלטערן איד ליגן אויף דער ערד אין די סוכה צווישן הונדערטער בחורים און אינגעלייטלעך וואס קריכן אויף גראדע ווענט צו כאפן עפל, שטיי איך ניטאמאל דארט, איך שטיי ביי די אנדערע זייט סוכה
און יא, די אלע שפרינגערס וואס שטעלן אנדערע אין א סכנה קומט זיך גוטע פעטש, איך לאז די מצוה פון שלאגן פאר אנדערע, אבער ס'איז נישט נארמאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:02 pm
דורך מיט קלארקייט
ווערווייס האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:00 pm

נאכאמאל, פאר די רבי קומט אריין זענען דארט געזעצן בחורים, קומט א שלעגער און טיילט מכות רצח און ברענגט אהין די עלטערע אידן, שפעטער וויל די עולם כאפן עפל, און זיידעס ווערן ציטרעטן קען מען שלאגן א צוויייטע מאל... מצוה גוררת יא!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:12 pm
דורך להגדיל הטראסק
די זיידעס וואס קומען צום עפל טיש במחילת כבודם זענען זיך אליינס שולדיג, זיי ווייסן וואס עס קומט און אויב עס איז נישט פאר זייערע כוחות האבן זיי נישט וואס צו קומען
יעדער דארף פאר זיך שפירן אחריות נישט צו צוטרעטן א צווייטן, אבער דער מציאות איז אז עס איז א מלחמה זאנע.
די שלעגער'ס פאר די בחורים ביים עפל טיש, עס האט זיי עפעס געהאלפן? בחורים זענען דארט למעשה געזיצן געהעריג ווען די יעניגע זענען געגאנגען ווייטער.
אפשר מער הסבר אז מען דארף לאזן פלאץ פאר טאטעס ווי עס פאסט וואלט ווען געהאלפן - נישט געשרייען פון הסבר "לאז פלאץ פאר טאטעס!!!" נאכפאלגענדיג מיט ווילדע שטופערייען און געשלעגן
אוודאי איז דא ווען מען מוז שטופן, אבער מען דארף האבן שכל עס צו טון נאר ווען עס איז ממש עמערדזשענסי און קיין אנדערע עצה איז נישטא.
הערה: רוב פון די א.ג. שלעגער'ס זענען באמת פיינע געשמאקע און איבערגעגעבענע עסקנים מיט מסירות נפש פאר א צווייטן איד, אבער אין דעם הינזיכט מעגן זיי נאך נוצן א לעקציע.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 8:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
בצל הקודש
רבינו שליט"א ביי כתיבת האותיות היינט נאך תפילת שחרית בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן מערמלשטיין הי"ו פון ירושלים.
~
~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 8:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:04 pm
דורך מיילעך פריילעך
בצל הקודש
=זונטאג - יום ב' דחול המועד סוכות=
► Show Spoiler
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
ב"ר יוסף מויזקאפף הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:05.
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו - מאנסי.
כהן: בעל ברית הרה"ח ר' יואל בר"ב גלאנץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
שלישי: הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א - וומ"ס.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מ'חמעלניק מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ארום 6:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - רב הביהמ"ד צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ג' דחוה"מ=
~אושפיזא דאהרן כהנא קדישא~
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 10:35.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' לינדען.
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' אויף וואס דער אגרא דכלה זאגט אז בראשית איז ר"ת ר'צה א'לקים ב'סוכות ת'שבו ש'בעת י'מים, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די כח פון קוקן אויף א צדיק אז דאס איז משפיע אויף א מענטש להחזירו למוטב און דאס איז 'לכל האותות והמופתים אשר עשה משה "לעיני" כל ישראל' אז משה רבינו האט משפיע געווען מופתים פאר אידישע קינדער דורך 'לעיני כל ישראל' אז אידן האבן געקוקט אויף משה רבינו האט דאס זיי מחזיר געווען לתשובה, און די זעלבע אהרן הכהן האט משפיע געווען קדושה מיטן אנצידן די מנורה און ווען אידישע קינדער האבן געקוקט אויף די מנורה האט דאס אריינגעברענגט א קדושה אין יעדעם איינעם, און דער רבי האט געזאגט אז די סוכה האט אויך דעם כח און ווען מען זיצט אין די סוכה און מען קוקט אויף די סוכה איז דאס משפיע קדושה אויף א גאנץ יאר, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכת המזון: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה,
דער רבי איז ארויף אויפן בימת הכבוד און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און זיך צוגעקוקט צו די ריקודים פאר א לענגערע צייט,
ארום 1:10 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש
.
=מאנטאג - יום ג' דחול המועד סוכות=
► Show Spoiler
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומ"ס.
לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
צו מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל יודא גוטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון גרינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ארום 1:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה צום ערשטמאליגן עריכת שלחן הטהור אינאיינעם מיט הונדערטער בחורי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק אין ראם פון חבורת 'להעלות',
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט שירות ותשבחות וניגוני יו"ט,
מיט די זמירות און פיוטים האט דער רבי מכבד געווען די מנהלי ישיבה קטנה פון ק"י, הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א - מנהל סניף רב טוב, הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים, הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - מנהל סניף ייטב פנים, הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל סניף דברי חיים, הר"ר יואל אפענהיים שליט"א - מנהל סניף דרך התורה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און צום ערשט משמיע געווען דברי דרוש לכבוד היום, דערנאך האט דער רבי א לענגערע צייט ארויסגעברענגט דעם 'אתה בחרתנו מכל העמים' ווי שטארק מען דארף זיך פרייען צו מקיים זיין א מצוה, שאקלען לולב, עסן מצה, לייגן תפילין, לערנען א בלאט גמרא, וכו', די חיות דקדושה און שמחה וואס מען דארף האבן ביים מקיים זיין א מצוה און ווי שטארק מען דארף לויבן הקב"ה אויף דעם הבוחר בעמו ישראל באהבה אז אונז האמיר די זכיה צו זיין דער עם סגולה, און חלילה נישט טוהן קיין מצוות אלץ א חיוב און זיכן זיך צו פטר'ן און צו האלטן נאכדעם נאר אדרבה זיך פרייען מיט א אמת'דיגע שמחה, ושמחתם לפני ה' אלקיכם זאל זיין א מציאות און נישט ח"ו זיכן צו אנטלויפן פון דעם גליק, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מראשי התאחדות אברכים מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק ביים מסיבת שמחת בית השואבה לכבוד יו"ט,
דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה וחיזוק לכבוד די געהויבענע 'צווייטע טעג יו"ט', און ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען באקומט פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 5:15 איז געקומען אויף א ביקור חג הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פארשידענע שאלות בעניני יו"ט סוכות און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר די אויסלענדישע געסט.
~אושפיזא דיוסף~
► Show Spoiler
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:00 אזייגער.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו. שליט"א.
הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו' און ארויסגעברענגט בדרך דרוש אז וויבאלד יוסף הצדיק פסק'נט אזוי ווי רבי מאיר קען הקב"ה געבן ארץ ישראל פאר כלל ישראל טראץ ארץ ישראל איז א דבר שאין לא קצבה וויבאלד ארץ ישראל איז א ארץ הצבי און עס שפרייט זיך אויס לפי הצורך,
און דער רבי האט ממשיך געווען בדברי אגדה זאגענדיג אז די סוכה האט קדושת ארץ ישראל אבער דאס מיינט נישט אז עס פעלט עפעס פון ארץ ישראל נאר די קדושה פון ארץ ישראל פארשפרייט זיך אין אלע סוכות אין די גאנצע וועלט און דאס אלעס איז בזכות פון יוסף הצדיק וואס פסק'נט אז מען קען מקנה זיין א דבר שאין לא קצבה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
=דינסטאג - יום ד' דחול המועד סוכות=
► Show Spoiler
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א - ירושלים.
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י ומו"ץ בקהלתינו הק'.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: הרב שמעון טייטלבוים שליט"א נכד הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 10:57 pm
דורך פארשטענדליך אידל
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:02 pm
ווערווייס האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:00 pm
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 4:22 pm
און וואס איז בנוגע די געזעגענען פון די סוכה? פליט פעטש מיט רציחה??? אפשר איז דער שלעגער גערעכט, וועט ער גיין אין גיהנם גערעכט... סאררי פאר די שארפקייט... אבער פארן שלאגן צאלט מען א פרייז...
מיין פריינד, זייט איך האב געזען מיט די אויגן א עלטערן איד ליגן אויף דער ערד אין די סוכה צווישן הונדערטער בחורים און אינגעלייטלעך וואס קריכן אויף גראדע ווענט צו כאפן עפל, שטיי איך ניטאמאל דארט, איך שטיי ביי די אנדערע זייט סוכה
און יא, די אלע שפרינגערס וואס שטעלן אנדערע אין א סכנה קומט זיך גוטע פעטש, איך לאז די מצוה פון שלאגן פאר אנדערע, אבער ס'איז נישט נארמאל
נאכאמאל, פאר די רבי קומט אריין זענען דארט געזעצן בחורים, קומט א שלעגער און טיילט מכות רצח און ברענגט אהין די עלטערע אידן, שפעטער וויל די עולם כאפן עפל, און זיידעס ווערן ציטרעטן קען מען שלאגן א צוויייטע מאל... מצוה גוררת יא!
זייער א וויכטיגע נושא.
ליידער דרייען זיך ארום כ"ק סאטמאר רבי שליט"א צוויי שלעגערס וואס זייער געשמאק איז צו פראסקענען מענטשן.
מיר רעדן נישט ווען די רבי דארף אריינגיין צום לוי' פון תורת מרדכי-וויזשניץ מאנסי רבי, וואו צענדליגער טויזנטער מענטשן שטיין צאםגעפרעסט אין בית המדרש און די רבי שטייט ביים טיר און מען דארף עפענען א וועג פארן רבי'ן צו אנקומען ביזן מזרח וואנט, וואו מען דארף א שטארקע מענטש שטופן אביסל אז יעדער זאל זאל זיך רוקן אביסל צו די זייטן.
אבער דא קומט דער מיליאן דאלאר קוועשטי"ן, פארוואס ווען די רבי שטייט אין בית המדרש מיט ברייט פלאץ ארום, פארוואס ברויך מען פראסקענען, פארוואס ווען די רבי איז ארומגענומען מיט בלויז פערציג מענטשן דארף פליען פראסקעס?!
וויל איך וויסן אויב ווען א מחותן האט פערציג מענטשן ביי זיין חתונה דארף מען אויך די שקצים צו טיילן פראסקעס ווייל אפשר גייען זיי ליידער אלע געבן די האנט פאר דעם בעל שמחה?!, די רבי איז עפעס א מחוץ למחנה וואס אלע ארום ברויכן שטיין ווייט זעקס הונדערט פרסה?!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 27, 2024 11:53 pm
דורך להגדיל הטראסק
עס הייבט אן אריינצוגיין אין בין אדם לחבירו און פערזענליך אויף מענטשן ברבים, דעריבער וועל איך מיך צוריקהאלטן פון רעדן אויף יחידים אויך ווען עס איז בשבחם.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:11 am
דורך דער אויבערהאר
מיט קלארקייט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 4:22 pm
און וואס איז בנוגע די געזעגענען פון די סוכה? פליט פעטש מיט רציחה??? אפשר איז דער שלעגער גערעכט, וועט ער גיין אין גיהנם גערעכט... סאררי פאר די שארפקייט... אבער פארן שלאגן צאלט מען א פרייז...
די ווארפן עפל קומט צו צי סכנת נפשות ממש, ס'איז יצא שכרו בהפסדו אין כ'מיין ס'דארף זיך אויפהערן.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:20 am
דורך להגדיל הטראסק
דער אויבערהאר האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:11 am
די ווארפן עפל קומט צו צי סכנת נפשות ממש, ס'איז יצא שכרו בהפסדו אין כ'מיין ס'דארף זיך אויפהערן.
ווער עס איז נישט גרייט דערויף איז פטור פון דעם טיש, אדער זיך זעצן ביים צווייטן פערטל פון אויבנאן דארט וואו מען שלאגט זיך נישט.