
בצילא דמהימנותא

מאנטאג וזאת הברכה:
היינט אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:30 איז אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז, קאנגרעסמאן 'פעט רייען' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, אין באגלייטונג פון די ראשי הנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער - ראה"ק לרגל די בעפארשטייענדע וואלן,
מהאט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעס וואס איז בידכם, און ער האט פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט די גזירת החינוך צו צעשטערן די גזירה,
און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
דערנאך ארום 1:00 איז אריין סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס' אין באגלייטונג פון ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, און די ראשי הנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק לרגל די בעפארשטייענדע וואלן,
מהאט א לענגערע צייט דורכגעטון די נושא פון די גזירת החינוך אין ניו יארק, און רבינו שליט"א האט נאכאמאל אויפגעפאדערט ער זאל שטיין צו הילף צו די חרדי'שע אידנטום, אלעס ארויסצוהעלפן צעשטערן די גזירת החינוך,
דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די שטאט קרית יואל, מיט וואס ער קען בייהילפיג זיין פאר אנ"ש תושבי העיר, און בפרט איבער די ביליגע דירות, און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
~

~