אגד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 17, 2026 10:28 pmטו בי אנעסט.חיים דער שרייבער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 17, 2026 2:48 pm 9F92980F-77B5-4FA0-A08F-66AF568036FD_DF93CA3A-013C-485C-853B-932CF3D740BE.jpeg
זערא מער סטודענטן איז בסך הכל גוט פאר א העצערישע טאקינג פוינט, מאסן קינדער זענען צוגעקומען צו די טראנספארטאציע קאסטן בלי עין הרע, און אויך ווארשיינליך עטליכע נישט געזונטע קינדערלעך וואס קאסטן א הון תועפת יעדער באזונדער, מיט אסאך קינדער וואס זענען בארעכטיגט פאר פראגראמען פון דעם דיסטריקט.
און 4 מיליאן מעג עס ארויפגיין פשוט אלץ אינפלאציע.
ענדערש דיעל מיט זיי ווי איידער זיך רייסן, על כל פנים ווי לאנג עס איז קלאר דא א גוי'אישע רוב אין דעם דיסטריקט.
ביזט ווארשיינליך גערעכט מיט דעם אז כל זמן מען איז ממילא אונטערגעווארפן אונטער זיי זאל מען ענדערש ארבעטן מיט זיי ווי קעגן זיי, אבער בנוגע די בודזשעט, אמת אז דיינע נקודות זענען ריכטיג, אבער די שאלה איז צו די געלטער ביז אהער זענען געווארן גענוצט כדבעי אזוי אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה און מוזן העכערן. כ'האב נישט קיין אנונג וואס איז די מציאות אין בלומינג גראוו, אבער אין זייער אסאך סקול דיסטריקטס אין אמעריקע איז די קאסע געהעריג הפקר פעטרישקע ומי יאמר לו מה תעשה.