כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 380
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 499

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 7:19 am
לחיים אידן האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 6:30 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 6:04 am
דיסלייק

אזויפיל טעמעס אויף די צווייטע וועלט מלחמה... גארנישט לטובת די נאציס???? כליפ כליפ...

הערסט גוט? כלל ישראל ווייסט שוין וואס דארטן איז פארגעקומען! איינער וואס איז נאך יעצט נוטראל צריך בדיקה אחריו.
צריך בדיקה אחריו שטייט גראדע אויף אנדערע סארט זאכן......
אבער וואס קומט דאס דא אריין ?
וועליכע פוסק האט ארויס מיט א פסק אז אלע אין ל"ט זענען שוין נאציס ?
יעדער איינער מקטן ועד גדול ?!
אויב דו ווילסט זאגן אויף איינער צוויי גוט פארשטייט מען.
אבער אם הגדולים חטאו קטנים מה חטאו, אם אנשים חטאו נשים מה חטאו?? אז דו סטעמפעלסט אפ יעדעם איינעם מיט אזא "מכובד'יגע טיטל?
ועולה על כולנה אז דו ווייסט קלאר אז מענטשן פון ל"ט קומען שוין ארויס אויף אמעריקא, וואס וועלן זיי פילען ווען זיי גייען ליינען דיין תגובה דא אז מ'האט זיי אונגרופן נאצ.....ווי אזוי גייען זיי קענען ווייזן די נאז אויף די גאס?
דיינע קינדער גיין עהם נאך שרייען נאצ... ??
אנטשלדיג אבער......
ערעב איד, ליין מיינע פאוסטס בעפאר דו לייגסט מיר ווערטער אין מויל. איך שרייב זייער קלאר אז סהאט נישט מיט די יחידים און אז א יוצא דארף מען אויפנעמען מיט ברייט אפענע ליבליכע הענט, אזויווי מען טוט טאקע איבעראל. מיינע פאוסטס זענען פאבליק, איך גיי מיך ניטאמאל פארענטפערן פאר אייך.

יעצט, א קולט איז א דיאגנאז גארנישט אנדערש ווי יענע מחלה. ווען איינער (איינער??! יעדער!!!) דערציילט דיר אז סאיז דארטן געווען א קאנצענטראציע לאגער (נאך ווייניג געזאגט) דאן אחר גביית עדות ע”י הרבנים הפוסקים איז די נושא געשלאסן!!!
יעדער וואס איז דארטן און ציט אויף זיין קינד(ער) דארטן איז א טייל פון א נאצי קאנצענטראציע לאגער, פון א האלאקאוסט!!!

הייבסט יעצט אן צו דרייען ווי כאילו איינער באשולדיגט דא די יחידים... להוי ידוע אז צוזאמען מיט די ידיעה אז דאס איז א קראנקע און רציחה’דיגע קולט קומט אויכעט מיט די ידיעה אז א קולט פארכאפטער איז בדרך כלל א שוגג קרוב לאונס. קיינער, אבער קיינער ’בלעימד’ נישט די יוצאים! הערסט גוט? כגיי עס נאכאמאל איבערזאגן, קיינער, אבער קיינער בלעימד נישט די יוצאים!!!

יעצט צוריק צו דיינע נישט געשטויגענע באשולדיגונגען:
1. ניין! מען נעמט אויף יעדן יוצא לב טמא מיט ברייט אפענע ארעמעס כאחד משלנו, וכאילו לא היה. די איינציגסטע חילוק איז די פאקט אז מיר דארפן אים העלפן זיך שטעלן אויף די פיס, גארנישט אנדערש ווי איינער וואס איז אדורך א טראגעדיע פון וואס ער איז ארויס נקי מנכסיו און ער דארף זיך אריבערציען צו א פרעמדע מדינה (חחח.... נכסיו... ווי כאילו אין לב טמא האט דאס איינער געהאט... און ווי כאילו דא זענען זיי פרעמד... אבער עניוועי).

2. קיינער, אבער קיינער, האט קיינמאל נישט באשולדיגט די יחידים קולט פארכאפטע אלץ שולדיגע אין דעם האלאקאוסט. קיינמאל!!! זיי זענען טאקע א טייל דערפון, אבער זיי זענען עפ”ר א שוגג קרוב לאונס, אויב נישט אן אונס ממש.

3. בנוגע דיין רעטארישע פארלאנג צו גובה עדות זיין אויף יעדן יחיד עקסטער אויף יעדן פון זיינע קינדער עקסטער, איך קען דיר נישט מער ענטפערן ווי דעם: לא נגעת ולא פגעת וואס דאס טייטשט קולט. דו פארשטייסט נישט דאס וואס די רבנים ודיינים המובהקים פארשטיין כביעתא בכותחה אז איינמאל עפעס איז א קולט און מען איז גובה עדות פון עטליכע צענדליגע מענטשן איז עס די והותר צו דן זיין זיין אויף אלעס ווי איינס. טאקע ווייל עס איז א קולט און עס זענען נישט דארטן פארהאנן קיינע אינדיווידואלן! ווי גייט נאר די שיין קלונגעדיגע נאמען? 'חבורה' (ע”ש חבורה תחת חבורה וכו’ חובל בחבירו וכו’), עס איז אלעס איינס.

כהאף אז דאס מאכט דיר קלאר, טאמער ביסטו טאקע נישט. הצלחה מרובה וכט”ס.
אייזן שטארק!
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5932

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

לאנדסמאן האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 2:44 am
לחיים אידן האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 2:33 am
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 2:08 am

viewtopic.php?p=163538#p163538

נישט יעדער וואס שרייבט א ווארט לטובת לב טהור דארף מען שיקן, אבער ווען ס'איז ניכר די אגענדע און ס'הייבט זיך אן א ספינעריי איז עפעס אנדערש...
איך ווייס נישט ווער איך בין צו זאגן.....
אבער אפשר איז דווקא יא כדי צו לאזן דא אזעליכע מענטשן וואס רעדן לטובת ל"ט אזוי זאל מען נישט זאגן אז דא הערט מען נאר 1 צד פארקערט ישמע השומע.... ויבחר הבוחר.....
נישט ריכטיג?
חלילה וחס! דא איז בלויז ערלויבט צו שרייבן לויט די אנגענומענע מיינונג. אויב קאלערט מען חלילה ארויס אדער מען איז ח"ו מהרהר, ווערט מען גלייך באצייכענט ווי א קולט מיטגליד. פארשטייט זיך אז תגובות ווערן נאר פארמעקט ווייל עס מאכט פראבלעמען פאר נעטפרי.
רבי לעבן, איך גיי אייך עס מסביר זיין נאך איין איינציג מאל.
ווען איינער פרעגט שאלות, טענות וכדו' אפילו לטובת לב טהור, וועט מען אים שיין ענטפערן. אבער ווען איינער דרייט סתם א קאפ און וויל סתם אנדרייען כאאס דארף ער פליען פון דא, פלעין וויבאלד ס'איז נישט קיין יושר משוגע צו מאכן יודן. יעצט דער ניק האט גענוי דאס געטון, פלוצלינג האט ער אויף יעדע נושא באזינדער, פון גביית עדות ביז הצלחה פון די יוצאים זיך מסדר צו זיין, פארשטאנען די אנדערע צד... עפעס מאכט נישט קיין סענס דא... כאפסט?
צו ער איז 'עהעם' אדער נישט אינטערעסירט מיר נישט (הגם ס'איז שטארק מסתבר אז יא, וויל פארוואס זאל יענער לב טהור'ניק נישט צוריקקומען?), אבער דאס איז זיכער אז זיי גייען ביידע מיטן זעלבן מהלך פון נישט ענטפערן אויף וואס מען פרעגט זיי, נאר בלויז ממשיך זיין צו ספינען ווי כאילו זיי הערן נישט די תירוצים וואס מען ענטפערט זיי און די שאלות וואס מען פרעגט זיי.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 127
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 317

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 10:45 am
לאנדסמאן האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 2:44 am
לחיים אידן האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 2:33 am
איך ווייס נישט ווער איך בין צו זאגן.....
אבער אפשר איז דווקא יא כדי צו לאזן דא אזעליכע מענטשן וואס רעדן לטובת ל"ט אזוי זאל מען נישט זאגן אז דא הערט מען נאר 1 צד פארקערט ישמע השומע.... ויבחר הבוחר.....
נישט ריכטיג?
חלילה וחס! דא איז בלויז ערלויבט צו שרייבן לויט די אנגענומענע מיינונג. אויב קאלערט מען חלילה ארויס אדער מען איז ח"ו מהרהר, ווערט מען גלייך באצייכענט ווי א קולט מיטגליד. פארשטייט זיך אז תגובות ווערן נאר פארמעקט ווייל עס מאכט פראבלעמען פאר נעטפרי.
רבי לעבן, איך גיי אייך עס מסביר זיין נאך איין איינציג מאל.
ווען איינער פרעגט שאלות, טענות וכדו' אפילו לטובת לב טהור, וועט מען אים שיין ענטפערן. אבער ווען איינער דרייט סתם א קאפ און וויל סתם אנדרייען כאאס דארף ער פליען פון דא, פלעין וויבאלד ס'איז נישט קיין יושר משוגע צו מאכן יודן. יעצט דער ניק האט גענוי דאס געטון, פלוצלינג האט ער אויף יעדע נושא באזינדער, פון גביית עדות ביז הצלחה פון די יוצאים זיך מסדר צו זיין, פארשטאנען די אנדערע צד... עפעס מאכט נישט קיין סענס דא... כאפסט?
מען בעט דעם עולם זאל לייקן ר' על פי תורה'ס מעסיטש וואס דאס זאל ווי דינען אלץ א פעטיציע פאר די עדמין זאל אראפווארפן דעם לב טהורניק

ווי איך געהערט האט זיך אין די לעצטע וואך אנגעהויבן ממש א מגיפה פון מעסיטשעס פרא לב טמא דורך נייע ניקס אויף די אלע פלאטפארמעס ווי טעלעגראם וכו' (קען אפשר זיין וויל זיי זענען אנגעקומען קיין אמעריקע האבן זיי געדארפט טוישן נאמבערס האבן זיי א פרישע וועג זיך צו עפענען נייע ניקס נאכדעם וואס מען האט זיי שוין געווארפן פון איבעראל
און פארשטייט יעדער איינער אז אידיש האבן זיי נישט איבער געלאזט)
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 861

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

אין לב-טהור זענען דא אסאך פיינע איידעלע אידן, חשוב'ע יונגעלייט וואס מיינען עס נעבעך אמת'דיג, אזעלכע וואס האבן קיין פליג נישט געטשעפט און זיי זענען זייער געשמאקע בא'טעמט'ע יוגעלייט.

ווען איר גייט אויף די גאס און איר זעט אינעם אנגעטון מיט די קליידער,זייט אים מקרב און ווייזט אים ארויס ליבשאפט, אזוי ווי עס פאסט פאר בני אברהם יצחק ויעקב. קוקט אים נישט אן ווי איינעם וואס עס קומט זיך מיתה. דאס אלעס אויסער אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן אדער אויב מען ווייסט אז יענער האט געטון שלעכטע זאכן (אפילו דאן דארף מען א שאלת רב, וואס מען דארף טון מיט א שלעכטע מענטש).

געדענקט! איר וואלט דארט געקענט געבוירן ווערן, דער אויבערשטער וואלט אייך דארט געקענט באשאפן, און דאן וואלט איר געווען פונקט ווי זיי. קוקט זיי נישט אן קרום, נאר מיט רחמנות, מיטגעפיל און מיט אמת'ע אמת'ע ליבשאפט, אלס דער באשעפער'ס א קינד און אייערס א ברודער.
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 11:45 am אין לב-טהור זענען דא אסאך פיינע איידעלע אידן, חשוב'ע יונגעלייט וואס מיינען עס נעבעך אמת'דיג, אזעלכע וואס האבן קיין פליג נישט געטשעפט און זיי זענען זייער געשמאקע בא'טעמט'ע יוגעלייט.

ווען איר גייט אויף די גאס און איר זעט אינעם אנגעטון מיט די קליידער,זייט אים מקרב און ווייזט אים ארויס ליבשאפט, אזוי ווי עס פאסט פאר בני אברהם יצחק ויעקב. קוקט אים נישט אן ווי איינעם וואס עס קומט זיך מיתה. דאס אלעס אויסער אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן אדער אויב מען ווייסט אז יענער האט געטון שלעכטע זאכן (אפילו דאן דארף מען א שאלת רב, וואס מען דארף טון מיט א שלעכטע מענטש).

געדענקט! איר וואלט דארט געקענט געבוירן ווערן, דער אויבערשטער וואלט אייך דארט געקענט באשאפן, און דאן וואלט איר געווען פונקט ווי זיי. קוקט זיי נישט אן קרום, נאר מיט רחמנות, מיטגעפיל און מיט אמת'ע אמת'ע ליבשאפט, אלס דער באשעפער'ס א קינד און אייערס א ברודער.
זייער הייליג אויפריכטיגע רייד.

אבער אויב איך מעג פרעגן, במשך די חדשים האט מען פון די עסקנים גע'אפדעיט' יעדע שטיק צייט די צוגאנג.
כמדומה לי, אז אנהויב איז יעדער אין לב טהור געווען חייב (קען טאקע זיין נישט די עסקנים, אבער די המון עם שפראך)
שפעטער איז געווען א חילוק צווישן הנהלה און וויקטעמס פון לב טהור. דהיינו אז די הנהלה ברויך און גייט און זאל טאקע זיין איינגעשפארט לעולם. משא"כ די מיטגעלידער.
נאכדעם איז אין די הנהלה אליינס געווארן א חילוק צווישן 'עושי רשע' און די 'עסקנים אין לב טהור'.
שפעטער זעה איך שוין אז די עושי רשע אליינס פארדינען שוין כמעט כבוד ביי אונז.
אויף חיים צבי מלכא איז דא געשטאנען אז ער איז נעבעך געבוירן דארט במילא דארף מען אים פארשטיין, משא"כ וויינגארטענ'ס. דער וואס האט באהאלטן די 9 מיידלעך האט שויו געהייסן דא 'ר' פאריגע וואך, אלץ הכנה צו זיין אויפנאמע ביי אונז.

מיר איז אביסל וואונדערליך ווער פסק'ע דא וואס? וויאזוי טוישט זיך זאכן.

@על פי אויב מעגליך אויסקלארן אביסל
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 57
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 224

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

שלום עליכם!

נאך איינער קומט אי"ה היינט אן קיין אמעריקע

ער גייט אי"ה היינט ווערן אויסשטאפירט פון קאפ ביז פיס

אשריכם הייליגע עסקנים וואס געבן אוועק זייער ערב יום טוב צו העלפן א איד
נישט פארגעסן צו מנדב זיין פאר די אומשולדיגע קינדערלעך

https://www.dryveup.com/mission/150
(929) 930-6588 Ext 150

קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 57
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 224

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

איר כאפט וואס דא גייט פאר?

שטריימל, בעקיטשע, טיש בעקיטשע, רעזשוואלקע, הויזן, אונטער וועש, ציצית, ועוד
image000001.jpg
image000001.jpg (66.1 KiB) געזען געווארן 2606 מאל
image000000(2).jpg
image000000(2).jpg (34.1 KiB) געזען געווארן 2606 מאל
נישט פארגעסן צו מנדב זיין פאר די אומשולדיגע קינדערלעך

https://www.dryveup.com/mission/150
(929) 930-6588 Ext 150

קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

העלפן א איד האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 2:02 pm איר כאפט וואס דא גייט פאר?

שטריימל, בעקיטשע, טיש בעקיטשע, רעזשוואלקע, הויזן, אונטער וועש, ציצית, ועוד

image000001.jpgimage000000(2).jpg
WOW
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 861

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

כבוד מלכים האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 12:02 pm כמדומה לי, אז אנהויב איז יעדער אין לב טהור געווען חייב (קען טאקע זיין נישט די עסקנים, אבער די המון עם שפראך)
קיינמאל נישט געווען אזוי... עכ"פ די עסקנים האבן קיינמאל נישט גערעדט אזא שפראך.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 127
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 317

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

ב''ה על פי תורה'ס מעסיטש האלט שוין ביי ניינצן לייקס
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5932

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

לעבער אייער האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 4:54 pm ב''ה על פי תורה'ס מעסיטש האלט שוין ביי ניינצן לייקס
ייש''כ!
די ארגינעלע פאוסט פון פארשפארן @עהעם האלט שוין ב''ה ביי 106 לייקס
ועל הכלל כולו יצא.

viewtopic.php?p=163538#p163538
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3009
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8639

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 5:18 pm
לעבער אייער האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 4:54 pm ב''ה על פי תורה'ס מעסיטש האלט שוין ביי ניינצן לייקס
ייש''כ!
די ארגינעלע פאוסט פון פארשפארן @עהעם האלט שוין ב''ה ביי 106 לייקס
ועל הכלל כולו יצא.
סאיז פארט ערב יום טוב...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
לעכטיג
חבר המערכת
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
x 229

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעכטיג »

לעכטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 1:57 am א גוטע וואך

עפעס איז דא אין די לעצטע צוויי בלעטער וואס נעטפרי גלייכט נישט. איך האב לכבוד דעם געמעקט מערערע פאוסטס ביז מ'קען דערגיין דעם טריגער
אפדעיט. נישט האבנדיג די צייט יעצט זיך צו שפילן מיט יעדע פאוסט צו דערגיין וואס ס'באדערט אזוי פאר נעטפרי איז קודם די פאוסטס צוריק און איך האף אז נעטפרי איז שוין אינצווישן קלוגער געווארן
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 340
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 3297

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

פרישע באריכט פון היינט מוצאי יו"ט איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען אין לב טהור במשכ'ן יו"ט.
https://www.dropbox.com/scl/fi/7mzbf2qh ... 2b8rh&dl=0
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 160

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2025 11:37 pm פרישע באריכט פון היינט מוצאי יו"ט איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען אין לב טהור במשכ'ן יו"ט.
https://www.dropbox.com/scl/fi/7mzbf2qh ... 2b8rh&dl=0
Drive please
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 490
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 626

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

@לעכטיג די ציטירטע האט XXX, זעט אויס ס'איז מיט דעם.
viewtopic.php?p=177797#p177797
לעכטיג
חבר המערכת
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
x 229

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעכטיג »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:16 am @לעכטיג די ציטירטע האט XXX, זעט אויס ס'איז מיט דעם.
viewtopic.php?p=177797#p177797
וועלכע ציטירטע?
Antwerp Boy
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 5:08 am
Location: Antwerp
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Antwerp Boy »

לאנדאן האט זיך אויפגעוועקט ב"ה עס גייט זיין מארגען די ערשטע אסיפה
אוועיטער
חמול על מעשיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
Location: בין כתה לעשור
x 299
פארבינד זיך:

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חמול על מעשיך »

עפעס א ריקארדינג פון הרב בלום פארט ארום ווי ער ווארנט איינעם מיטן נאמען יהושיע חיים אז ער זאל ארויסצוען קלאגעס... ווער עס קען מסביר זיין זאל ביטע אריינקומען.
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל




מיין לייבערי
לאגיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:24 pm
x 59

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאגיק »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 4:16 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 3:39 pm פרייליכע נייעס יעצט פון גוואטעמאלא.

אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך געענדיגט די ערשטע געריכט הירינג איבער א לב טהור פאמיליע וועלכע האט ארויסגענומען די קינדער פונעם שעלטער מיט קאסטעדי פון א גוי'אישע פארפאלק, און ווי ערווארטעט האט די ריכטער געאורטיילט אז די קינדער מוזן צוריקגיין אין שעלטער נאכדעם וואס די עלטערן זענען נישט נאכגעקומען די פארלאנגטע מאסנאמען צו קענען האלטן די קינדער אינדרויסן פונעם שעלטער.

די רעדע איז פון משפחת יואל וויינגארטן, און ווי באריכטעט דא האבן געוויסע לב טהור עלטערן באוויזן ארויסצונעמען זייערע קינדער אויף פראבע, דורכ'ן איבערגעבן קאסטעדי פאר א נישט אידישע פארפאלק, און דורכ'ן זיך אונטערנעמען צו שיקן די קינדער יעדן טאג אין פובליק סקול, און נישט האבן קיין שום שייכות מיט די לב טהור כת, און ווי באריכטעט צוויי וואכן צוריק איז געווען געסקעדזשולט אויף היינט די ערשטע געריכט הירינג אויף אזא פאמיליע, וואס ביי דעם הירינג גייט מען איבער אלע באווייזן וואס ביידע צדדים ברענגען צו זײ זענען יא אדער נישט נאכגעקומען די פארלאנגטע גיידליינס, און ווי די עסקנים האבן קלארגעשטעלט פון די ערשטע מינוט אז ס'איז נישט במציאות אז די לב טהור עלטערן זאלן קענען נאכקומען אזעלכע תנאים, און די פראפעסיאנאלע אינוועסטיגעישן פירמע האט נאכגעקוקט זייערע שריט און באוועגונגען 24/7 נאכאנאנד, האבן זיי טאקע ווי ערווארטעט נישט אויסגעפאלגט די פארלאנגטע גיידליינס, און דעריבער האט די געריכט יעצט געאורטיילט אוועקצונעמען די קינדער פון די עלטערן און זיי צוריק אריינלייגן אין שעלטער.
די פרייליכע נייעס דערפון איז נישט אז די קינדער גייען אין שעלטער
נאר אז די לב טהור עלטערן וועלן יעצט האפנטלעך איינזען אז דעי וועג ארבעט נישט
און די איינציגסטע וועג צו באקומען די קינדער איז דורך אפלאזן לב טמא
און האפנטלעך וועלן זיך זאכן רוקן שנעלער בעז''ה
Explain me like I am a dummy מיט וואספארא רעכט די עסקנים דינגען אן אינוועסטיגעישן פירמע צו ארבעטן אריינצולייגן אידישע קינדער אונטער גוי'אישע אויפזיכט. לב טהור איז שוין צעטראסקעט, און די קינדער זענען נישט געווען אין קיין שום באלדיגע געפאר זייענדיג ביי זייער אייגענע מאמע מיט די אחריות פון א גוי'אישע פארפאלק. איך ווייס אז די לב טהור מאמע קען ארויסנעמען אירע קינדער אויב זי וויל, אבער מיר אלע ווייסן אז מען רעדט דא פון ברעינוואשד מענטשן וואס האנדלען נישט שכל'דיג און אחריות'דיג, וואס איז די רעכט איבערצוגעבן קינדער אין גוי'אישע הענט אויף ביז די עלטערן וועלן זיך ברעכן און ביז די געריכט וועט זיך ענדיגן, ווען קיינער האט נישט קיין השגה ווילאנג דאס קען נעמען.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 127
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 317

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:13 am עפעס א ריקארדינג פון הרב בלום פארט ארום ווי ער ווארנט איינעם מיטן נאמען יהושיע חיים אז ער זאל ארויסצוען קלאגעס... ווער עס קען מסביר זיין זאל ביטע אריינקומען.
און ווען האט דער יהושע חיים צוריק באקומען זיינע קינדער?
עס איז נישט געווען באריכטעט אז איינער יהושע חיים האט צוריק באקומען קינדער
אוועיטער
חמול על מעשיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
Location: בין כתה לעשור
x 299
פארבינד זיך:

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חמול על מעשיך »

לאגיק האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:13 am
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 4:16 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 3:39 pm פרייליכע נייעס יעצט פון גוואטעמאלא.

אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך געענדיגט די ערשטע געריכט הירינג איבער א לב טהור פאמיליע וועלכע האט ארויסגענומען די קינדער פונעם שעלטער מיט קאסטעדי פון א גוי'אישע פארפאלק, און ווי ערווארטעט האט די ריכטער געאורטיילט אז די קינדער מוזן צוריקגיין אין שעלטער נאכדעם וואס די עלטערן זענען נישט נאכגעקומען די פארלאנגטע מאסנאמען צו קענען האלטן די קינדער אינדרויסן פונעם שעלטער.

די רעדע איז פון משפחת יואל וויינגארטן, און ווי באריכטעט דא האבן געוויסע לב טהור עלטערן באוויזן ארויסצונעמען זייערע קינדער אויף פראבע, דורכ'ן איבערגעבן קאסטעדי פאר א נישט אידישע פארפאלק, און דורכ'ן זיך אונטערנעמען צו שיקן די קינדער יעדן טאג אין פובליק סקול, און נישט האבן קיין שום שייכות מיט די לב טהור כת, און ווי באריכטעט צוויי וואכן צוריק איז געווען געסקעדזשולט אויף היינט די ערשטע געריכט הירינג אויף אזא פאמיליע, וואס ביי דעם הירינג גייט מען איבער אלע באווייזן וואס ביידע צדדים ברענגען צו זײ זענען יא אדער נישט נאכגעקומען די פארלאנגטע גיידליינס, און ווי די עסקנים האבן קלארגעשטעלט פון די ערשטע מינוט אז ס'איז נישט במציאות אז די לב טהור עלטערן זאלן קענען נאכקומען אזעלכע תנאים, און די פראפעסיאנאלע אינוועסטיגעישן פירמע האט נאכגעקוקט זייערע שריט און באוועגונגען 24/7 נאכאנאנד, האבן זיי טאקע ווי ערווארטעט נישט אויסגעפאלגט די פארלאנגטע גיידליינס, און דעריבער האט די געריכט יעצט געאורטיילט אוועקצונעמען די קינדער פון די עלטערן און זיי צוריק אריינלייגן אין שעלטער.
די פרייליכע נייעס דערפון איז נישט אז די קינדער גייען אין שעלטער
נאר אז די לב טהור עלטערן וועלן יעצט האפנטלעך איינזען אז דעי וועג ארבעט נישט
און די איינציגסטע וועג צו באקומען די קינדער איז דורך אפלאזן לב טמא
און האפנטלעך וועלן זיך זאכן רוקן שנעלער בעז''ה
Explain me like I am a dummy מיט וואספארא רעכט די עסקנים דינגען אן אינוועסטיגעישן פירמע צו ארבעטן אריינצולייגן אידישע קינדער אונטער גוי'אישע אויפזיכט. לב טהור איז שוין צעטראסקעט, און די קינדער זענען נישט געווען אין קיין שום באלדיגע געפאר זייענדיג ביי זייער אייגענע מאמע מיט די אחריות פון א גוי'אישע פארפאלק.
פארוואס טראכטסטו אז די עסקנים לייגן אריין קינדער אונטער גוים רח"ל?

די עסקנים ארבטען נאר פארקערט אז די קינדער זאלען אנקומען צו א פארזיכערטע ארט אין א ווארימע אידישע שטוב אינדרויסן פון גוואטאמאלא...

די וואס לאזן נישט צוריק די קינדער צו זייערע עלטערן איז די גוואטאמאלא ריגירונג (נישט אז די עסקנים האלטען אז די קינדער זענען "סעיף" אינטער זייערע עלטערן) וואס זיי האבן צוגעזען אין געהערט די עדות פון די שרעקליכע גרויזאמע אקטן וואס איז פארגעקומען דארטן...

די איינציגסטע שטער וואס עס איז דא פאר די קינדער איז ליידער זייער אייגענע עלטערן וואס האבן (-אמשילדיג) נישט קיין שום געפיל פאר זייערע קינדער אין קענען זיי לאזן אין שעלטער איבער פסח אהן קיין כשר'ס צו עסען, דערנאך איבער געבן אין די הענט פון גוישע עלטערן, אלטס נישט צו דארפן שיקן די קינדער צו א פארזיכערט ארט מכלומרשט ערב רב.
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל




מיין לייבערי
לאגיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:24 pm
x 59

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאגיק »

די עסקנים האבן געדינגען אן אינוועסטיגעישאן פירמע אויפצואווייזן אז מרת וויינגארטן האלט נישט איין די קאסטעדי תנאים און ממילא דארף די רעגירונג אוועקנעמען די קינדער פון די מאמע'ס הענט (מיט די האפטונג פון גוים) און זיי לייגן אין שעלטערס אונטער די אויפזיכט פון גוים. די עסקנים האבן דאס פארשטייט זיך געטון כדי צו פארשנעלערן אז די קינדער זאלן אנקומען צו א פארזיכערטע ארט אין א ווארימע אידישע שטוב אינדרויסן פון גוואטאמאלא. איך פרעג וואס עס איז די רעכט דאס צו טון בעת וואס די קינדער זענען נישט געווען אין קיין באלדיגע געפאר נעמענדיג אין באטראכט די יעצטיגע צעטראסקעטע מצב פון לב טהור.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1542
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

לאגיק האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:29 am די עסקנים האבן געדינגען אן אינוועסטיגעישאן פירמע אויפצואווייזן אז מרת וויינגארטן האלט נישט איין די קאסטעדי תנאים און ממילא דארף די רעגירונג אוועקנעמען די קינדער פון די מאמע'ס הענט (מיט די האפטונג פון גוים) און זיי לייגן אין שעלטערס אונטער די אויפזיכט פון גוים. די עסקנים האבן דאס פארשטייט זיך געטון כדי צו פארשנעלערן אז די קינדער זאלן אנקומען צו א פארזיכערטע ארט אין א ווארימע אידישע שטוב אינדרויסן פון גוואטאמאלא. איך פרעג וואס עס איז די רעכט דאס צו טון בעת וואס די קינדער זענען נישט געווען אין קיין באלדיגע געפאר נעמענדיג אין באטראכט די יעצטיגע צעטראסקעטע מצב פון לב טהור.
שוין געהערט פון א כאפ 22? לב טהור איז נאר ציטראסקעט בלויז צוליב דעם ווייל זיי פארלירן קאסטעדי אויף די קינדער. טאמער באקומען זיי צוריק קאסטעדי אויף די קינדער ווערט עס ’אויס’ ציטראסקעט. היצטערט פרעגט איבער אייער פראגע... איז אייך נאך עפעס שווער?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
חמול על מעשיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
Location: בין כתה לעשור
x 299
פארבינד זיך:

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חמול על מעשיך »

לאגיק האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:29 am די עסקנים האבן געדינגען אן אינוועסטיגעישאן פירמע אויפצואווייזן אז מרת וויינגארטן האלט נישט איין די קאסטעדי תנאים און ממילא דארף די רעגירונג אוועקנעמען די קינדער פון די מאמע'ס הענט (מיט די האפטונג פון גוים) און זיי לייגן אין שעלטערס אונטער די אויפזיכט פון גוים. די עסקנים האבן דאס פארשטייט זיך געטון כדי צו פארשנעלערן אז די קינדער זאלן אנקומען צו א פארזיכערטע ארט אין א ווארימע אידישע שטוב אינדרויסן פון גוואטאמאלא. איך פרעג וואס עס איז די רעכט דאס צו טון בעת וואס די קינדער זענען נישט געווען אין קיין באלדיגע געפאר נעמענדיג אין באטראכט די יעצטיגע צעטראסקעטע מצב פון לב טהור.
SO די האלטסט אז מען דארף ווארטן ביז זיי זענען שוין אין געפאר אדער דאס איז נאכאלטס צו פרי?
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל




מיין לייבערי
שרייב פאוסט