נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 525
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 541

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך Yankel »

ענותן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:30 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:27 pm ס'קלאר דא געזעצן וואס מ'דארף פאללאוען, און ווער עס רעדט פון שמירן האט זיך טועה געווען מיט'ן אדרעס. קרית יואל איז נישט אונטער טאון אוו בלומינגראוו, ואכמ"ל.

גענוי וואס די געזעץ איז וויס איך נישט, איך וועל טרייען צו געוואויר ווערן.

(ס'קען זיין מסתבר אז אין די סאמע צענטער ווי אוהעל וכדו' איז די דימענד פאר יעדע דיחרה'לע אזוי גרויס אז מ'איז עטוואס מקיל. אולי)
יא יא :D :D
זעהט אויס אז איהר זענט פון די געשמירטע………..
זיי ווייסען אויך נישט, והא ראי׳ קענסט זיי פרעגן און זיי וועלן דיך ענטפערן ניין, ואדם נאמן על עצמו יותר ממאה עדים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9593

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כהאב מברר געווען, פאר ווער עס וויל די פאקטן:

1) יעדע איינציגע דירה העכער 1000 סק"פ, מוז האבן א פארקינג צו קענען באקומען א סייט אפראוועל און שפעטער א C אף O. (יא, אויך אויף גארפילד און אויך אויף אוהעל).

2) א דירה אונטער 1000 סק"פ, וואס מיינט געווענליך אדער א שנה ראשונה אדער א זקן, דארף האבן 2 פארקינגס פאר יעדע 3 דירות, צו קענען באקומען כנ"ל.

3) די וואס בויען "שפעטער" צו בעיסמענטס און סטארעדזשעס אלס דירות אדער געשעפטן, טוען עס אויף די אייגענע האנט און מ'קען גארנישט טון דערצו.

4) סאטמאר דרייוו דירות וכדו' וואס בויען צו שטאקן אן קיין מארטגעדזש, דארפן נישט קיין C אף O ממילא זייער אסאך פון זיי פייפן זיך אן אויף די פארלאנגען און בויען ווייניגער פארקינגס ווי מען פאדערט פון זיי.

5) די וואס בויען ערנסטע בנינים אויף די אלטע גאסן, ווערן אויך אויפגעפאדערט צו אויסברייטערן די ראוד'ס, כדי צו פארעכטן דערמיט די אנגעלייגטע טרעפיק. ויואל משה האט געדארפט אויסברייטערן פארעסט, טאהש האט געדארפט אויף סאטמאר דרייוו (און דארט איז טאקע שוין נישט דא די פראבלעמען, נאר ארויפציר נאך ארשיווע), ציעשנוב אויף העיס קט. גייט מוזן אויסברייטערן, אא"וו נאך וואס זענען אונטערוועגנס.
לייבקע יענטע'ס
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:18 pm
x 76

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך לייבקע יענטע'ס »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm

מען קען יא, ווען איך זע עס בויט זיך א גרויסע בנין און א אנפינישט בעיסמענטס ווייס איך אז דא קומט עפעס, נישט אומזיסט האט מען פאר טייער געלד אויסגעגראבן די בעיסמענט, און דעיס אלעס זענען אויף די פלענס.

וואס זענען אלע בעיסמענטס און שכונת בירך משה און ויואל משה?

ביטע, מיר זענען נישט אזוי נאריש.
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 561

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך לך לך »

לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:23 pm

קום אריין קלאר, ווער פונקליך זאל טוען? די ווילדיטש האט נישט קיין געהריגע אינספעקטאר דאס קער צו נעמען. אז דו ווילסט זיין דער "שלעכטער" טראג דיך אן צו טוען דע זשאב.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי

לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:00 am

נישט אפראווען א פלען מיט אן אנפינישעד בעיסמענט, און אויב האסט אנגעפיפען איז נישטא קיין co, קאמפליקעדעט?

לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:16 pm

יא, ווייל ער פיקסט אויף די בעסטמענט נאכן CO. וואב טוט מען דעמאלס
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9593

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
3) די וואס בויען "שפעטער" צו בעיסמענטס און סטארעדזשעס אלס דירות אדער געשעפטן, טוען עס אויף די אייגענע האנט און מ'קען גארנישט טון דערצו.
מען קען יא, ווען איך זע עס בויט זיך א גרויסע בנין און א אנפינישט בעיסמענטס ווייס איך אז דא קומט עפעס, נישט אומזיסט האט מען פאר טייער געלד אויסגעגראבן די בעיסמענט, און דעיס אלעס זענען אויף די פלענס.

וואס זענען אלע בעיסמענטס און שכונת בירך משה און ויואל משה?

ביטע, מיר זענען נישט אזוי נאריש.
איה"נ, ביי שכונת ויואל משה האט שוין דער ווילעדזש געפאדערט פון עקיבא הערש אז אלע בעיסמענטס זאלן ווערן פון פאראויס געבויט און פארקויפט. און ס'איז טאקע גערעכט פארקינגס דערפאר לויט די דערמאנטע ראטע.
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 498

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך קיינמאל »

ווער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:09 pm Screenshot 2023-09-18 130745.png
עפעס שטימט נישט מיט די צעטעל.

זונטאג מאנטיג ?
אוועיטער
שמח בחלקו
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
x 36

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך שמח בחלקו »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm כהאב מברר געווען, פאר ווער עס וויל די פאקטן:

1) יעדע איינציגע דירה העכער 1000 סק"פ, מוז האבן א פארקינג צו קענען באקומען א סייט אפראוועל און שפעטער א C אף O. (יא, אויך אויף גארפילד און אויך אויף אוהעל).

2) א דירה אונטער 1000 סק"פ, וואס מיינט געווענליך אדער א שנה ראשונה אדער א זקן, דארף האבן 2 פארקינגס פאר יעדע 3 דירות, צו קענען באקומען כנ"ל.

3) די וואס בויען "שפעטער" צו בעיסמענטס און סטארעדזשעס אלס דירות אדער געשעפטן, טוען עס אויף די אייגענע האנט און מ'קען גארנישט טון דערצו.

4) סאטמאר דרייוו דירות וכדו' וואס בויען צו שטאקן אן קיין מארטגעדזש, דארפן נישט קיין C אף O ממילא זייער אסאך פון זיי פייפן זיך אן אויף די פארלאנגען און בויען ווייניגער פארקינגס ווי מען פאדערט פון זיי.

5) די וואס בויען ערנסטע בנינים אויף די אלטע גאסן, ווערן אויך אויפגעפאדערט צו אויסברייטערן די ראוד'ס, כדי צו פארעכטן דערמיט די אנגעלייגטע טרעפיק. ויואל משה האט געדארפט אויסברייטערן פארעסט, טאהש האט געדארפט אויף סאטמאר דרייוו (און דארט איז טאקע שוין נישט דא די פראבלעמען, נאר ארויפציר נאך ארשיווע), ציעשנוב אויף העיס קט. גייט מוזן אויסברייטערן, אא"וו נאך וואס זענען אונטערוועגנס.

מיינע הערות
סעיף 1: מען דארף ווען פארלאנגען א פארקינג פאר "יעדע" דירה. היינט צו טאגס האבן רוב פרישע אינגעלייט קארס (נישט ווי אמאל ווען די שטאט איז נאך געווען קליין) אזוי אויך - זאל נישט אויסגערעדט זיין - האבן פילע משפחות מער פון איין קאר - עלטערע בחורים וכדו', מען קען אפשר נישט פארלאנגען צו האבן צוויי פארקינגס פאר גרעסערע דירות, אבער דאס וואלט געדארפט זיין א מוז צו האבן אפילו אויף קליינע דירות איין פארקינג.

סעיף 3: דער געזעץ דארף זיין אז א געביידע מיט אן אנפינישד בעיסמענט מוז האבן א שיינע סכום פון פארקינגס, ווייל עס גייט כמעט זיכער ווערן דירות, אפיסעס, בית המדרש, אדער א געשעפט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9593

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מ'קען אפילו מאכן א געזעץ אז מ'דארף האבן 2 פארקינגס פאר יעדע דירה, וועגן עלטערע בחורים, משרתות, כסדר'דיגע ארבייטער, אא"וו...

אבער די וואס מאכן דעם געזעץ מוזן אויך צו קענטעניס נעמען אז דאס נעמט אוועק די מעגליכקייט פון אפאר דירות. ס'דארף זיין מיט שכל.

איך מיין אז דער דיזעסטער איז נאר אין די געגנטער וואו מ'האט נאכנישט געהאט די געזעצן.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 578
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1046

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך בן תורה »

יעדער איז נאר ביזי צו רעדן פון די רעזידענשל הייזער. די עכטע פראבלעם הייבט זיך אבער אן ביי די קאמערשל בתי מדרשים און געשעפטן.

וויפיל בתי מדרשים אין קרית יואל האב מער ווי 50 פארקינג ספאטס? כמיין מקען ציילן אויף איין הענט. ווי פארקט יעדער וואס קומט אין ביהמ"ד???

וויפיל געשעפטן אין רעזידענשל בילדינגס האבן פארן געשעפט 10 ספאטס? קיין איינס! ווי פארקט יעדער וואס קומט צום סטאר???

יעצט די בתי מדרשים דארפן געווענליך נישט קיין פערמיטס, מבויעט געווענליך אן מארטגעזשעס. די סטארס דינגען א בעיסמענט און מאכן א סטאר שוין לאנג נאך וואס די בילדינג האט א C of O

די איינציגסטע עצה פאר די אלע, איז אז די איינוואוינער, איך און דו, זאלן פארלאנגען פונעם וועד קרן הבנין אדער פונעם געשעפט אייגענטומער אז סאיז נישט קיין יושר צו אנזעצן די שטאט.

די מציאות איז אבער אז 'קיינער' קעירט נישט ווען סקומט צו די אייגענע אינטערעסן. דער מהרי"י חסיד איז צופרידן צו פארקן אויף פארעסט ראוד, דער מהר"א חסיד איז צופרידן צו פארקן אויף העיס קאורט. און דער קאסטומער איז צופרידן צו פארקן אויף מירון.

אבער שרייען שרייט מען אויף די וויליזש, ווייל דעמאלטס בין איך נישט שולדיג נאר יענער.
רואה ואינו כותב
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 8:04 pm
Location: קרית יואל
x 54

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך רואה ואינו כותב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:47 pm
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
3) די וואס בויען "שפעטער" צו בעיסמענטס און סטארעדזשעס אלס דירות אדער געשעפטן, טוען עס אויף די אייגענע האנט און מ'קען גארנישט טון דערצו.
מען קען יא, ווען איך זע עס בויט זיך א גרויסע בנין און א אנפינישט בעיסמענטס ווייס איך אז דא קומט עפעס, נישט אומזיסט האט מען פאר טייער געלד אויסגעגראבן די בעיסמענט, און דעיס אלעס זענען אויף די פלענס.

וואס זענען אלע בעיסמענטס און שכונת בירך משה און ויואל משה?

ביטע, מיר זענען נישט אזוי נאריש.
איה"נ, ביי שכונת ויואל משה האט שוין דער ווילעדזש געפאדערט פון עקיבא הערש אז אלע בעיסמענטס זאלן ווערן פון פאראויס געבויט און פארקויפט. און ס'איז טאקע גערעכט פארקינגס דערפאר לויט די דערמאנטע ראטע.
האסט שוין אמאל גערעכענט וויפיל פארקינג ספאטס עס איז דא און שכונת ויואל משה אקעגן וויפיל מענטשן ס’דא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9593

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פרעגסט? זאגסט? פתח פיך.
רואה ואינו כותב
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 8:04 pm
Location: קרית יואל
x 54

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך רואה ואינו כותב »

איך זאג קען זיין עס זעט אויס אסאך אבער קוק ביי 9 10 11 12 אוסטראה עס איז דא 6-8 פאר 20-30 יאנוטס
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 507
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 659

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

רואה ואינו כותב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:21 pm איך זאג קען זיין עס זעט אויס אסאך אבער קוק ביי 9 10 11 12 אוסטראה עס איז דא 6-8 פאר 20-30 יאנוטס
נישט אמת.

ביי די וועי אין שכונת ויואל משה וואינען היינט ארום 450 משפחות און ארום 250 קארס!!
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך וואסאפשט »

אלס א המשך צום שמועס וועגן פארקינג
בין איך נעכטן נאכט ל"ע אריינגעפאלן אין גארפיעלד בערך 11 ביינאכט
טאטע אין הימל עס איז געווען 2 תנאים'ס אין פרדס ווידער אין גאנץ
גארפיעלד אוהעל ווען ביורען ועוד ועוד
זענען געווען א גרידלאק
טאקע א גוטע זאך ביליגע זאלן ביים רבי'ן אין שטוב אבער עפעס א חשבון
א וועג אריין א וועג ארויס עפעס פארקינג פאר די משתתפים
מיר ברויכן א טוישאבער שוין שוין
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך ווירקליך »

רואה ואינו כותב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:47 pm
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:23 pm

מען קען יא, ווען איך זע עס בויט זיך א גרויסע בנין און א אנפינישט בעיסמענטס ווייס איך אז דא קומט עפעס, נישט אומזיסט האט מען פאר טייער געלד אויסגעגראבן די בעיסמענט, און דעיס אלעס זענען אויף די פלענס.

וואס זענען אלע בעיסמענטס און שכונת בירך משה און ויואל משה?

ביטע, מיר זענען נישט אזוי נאריש.
איה"נ, ביי שכונת ויואל משה האט שוין דער ווילעדזש געפאדערט פון עקיבא הערש אז אלע בעיסמענטס זאלן ווערן פון פאראויס געבויט און פארקויפט. און ס'איז טאקע גערעכט פארקינגס דערפאר לויט די דערמאנטע ראטע.
האסט שוין אמאל גערעכענט וויפיל פארקינג ספאטס עס איז דא און שכונת ויואל משה אקעגן וויפיל מענטשן ס’דא
איך וואוין אין שכונת ויואל משה.

איך האב שוין געציילט די פארקינג ספאטס אויך...

יעדע דירה האט א פארקינג, אויסער די בעיסמענט דירות וואס האבן כנ"ל.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 507
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 659

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:46 pm אלס א המשך צום שמועס וועגן פארקינג
בין איך נעכטן נאכט ל"ע אריינגעפאלן אין גארפיעלד בערך 11 ביינאכט
טאטע אין הימל עס איז געווען 2 תנאים'ס אין פרדס ווידער אין גאנץ
גארפיעלד אוהעל ווען ביורען ועוד ועוד
זענען געווען א גרידלאק
טאקע א גוטע זאך ביליגע זאלן ביים רבי'ן אין שטוב אבער עפעס א חשבון
א וועג אריין א וועג ארויס עפעס פארקינג פאר די משתתפים
מיר ברויכן א טוישאבער שוין שוין
עס איז בין כסא לעשור און די קוויטלעך ביים רבי'ן זענען יעצט אויך ביים קלימאקס, די אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט ערב ר"ה לויפן יעצט.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך ווירקליך »

לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:16 pm
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:00 am
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:23 pm

מען קען יא, ווען איך זע עס בויט זיך א גרויסע בנין און א אנפינישט בעיסמענטס ווייס איך אז דא קומט עפעס, נישט אומזיסט האט מען פאר טייער געלד אויסגעגראבן די בעיסמענט, און דעיס אלעס זענען אויף די פלענס.

וואס זענען אלע בעיסמענטס און שכונת בירך משה און ויואל משה?

ביטע, מיר זענען נישט אזוי נאריש.
קום אריין קלאר, ווער פונקליך זאל טוען? די ווילדיטש האט נישט קיין געהריגע אינספעקטאר דאס קער צו נעמען. אז דו ווילסט זיין דער "שלעכטער" טראג דיך אן צו טוען דע זשאב.
נישט אפראווען א פלען מיט אן אנפינישעד בעיסמענט, און אויב האסט אנגעפיפען איז נישטא קיין co, קאמפליקעדעט?
חחח... מאכן א געזעץ אז מ'טאר נישט בויען אן אנפינישד בעיסמענט?

סיריעסלי?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך ווירקליך »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm כהאב מברר געווען, פאר ווער עס וויל די פאקטן:

1) יעדע איינציגע דירה העכער 1000 סק"פ, מוז האבן א פארקינג צו קענען באקומען א סייט אפראוועל און שפעטער א C אף O. (יא, אויך אויף גארפילד און אויך אויף אוהעל).

2) א דירה אונטער 1000 סק"פ, וואס מיינט געווענליך אדער א שנה ראשונה אדער א זקן, דארף האבן 2 פארקינגס פאר יעדע 3 דירות, צו קענען באקומען כנ"ל.

3) די וואס בויען "שפעטער" צו בעיסמענטס און סטארעדזשעס אלס דירות אדער געשעפטן, טוען עס אויף די אייגענע האנט און מ'קען גארנישט טון דערצו.

4) סאטמאר דרייוו דירות וכדו' וואס בויען צו שטאקן אן קיין מארטגעדזש, דארפן נישט קיין C אף O ממילא זייער אסאך פון זיי פייפן זיך אן אויף די פארלאנגען און בויען ווייניגער פארקינגס ווי מען פאדערט פון זיי.

5) די וואס בויען ערנסטע בנינים אויף די אלטע גאסן, ווערן אויך אויפגעפאדערט צו אויסברייטערן די ראוד'ס, כדי צו פארעכטן דערמיט די אנגעלייגטע טרעפיק. ויואל משה האט געדארפט אויסברייטערן פארעסט, טאהש האט געדארפט אויף סאטמאר דרייוו (און דארט איז טאקע שוין נישט דא די פראבלעמען, נאר ארויפציר נאך ארשיווע), ציעשנוב אויף העיס קט. גייט מוזן אויסברייטערן, אא"וו נאך וואס זענען אונטערוועגנס.
יישר כח פאר'ן ברענגען די פאקטן.

זייער קלאר.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
וזה ברור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:14 pm
x 105

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך וזה ברור »

קען זיין אז די מאנגל אין פארקינג אין שכונת ויואל משה איז צוליב ס'פארקן דארט בענקלעך מיט מענטשן דערויף....
מהאט געמאכט שיינע גראז וכו'
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9593

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:52 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:46 pm אלס א המשך צום שמועס וועגן פארקינג
בין איך נעכטן נאכט ל"ע אריינגעפאלן אין גארפיעלד בערך 11 ביינאכט
טאטע אין הימל עס איז געווען 2 תנאים'ס אין פרדס ווידער אין גאנץ
גארפיעלד אוהעל ווען ביורען ועוד ועוד
זענען געווען א גרידלאק
טאקע א גוטע זאך ביליגע זאלן ביים רבי'ן אין שטוב אבער עפעס א חשבון
א וועג אריין א וועג ארויס עפעס פארקינג פאר די משתתפים
מיר ברויכן א טוישאבער שוין שוין
עס איז בין כסא לעשור און די קוויטלעך ביים רבי'ן זענען יעצט אויך ביים קלימאקס, די אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט ערב ר"ה לויפן יעצט.
האט נישט קיין שייכות. ס'איז א דיזעסטער דארט יעדע נאכט וואס ס'דא תנאים'ס. עס פעלט אויס א פלאן.
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 277

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:58 pm
יעצט די בתי מדרשים דארפן געווענליך נישט קיין פערמיטס, מבויעט געווענליך אן מארטגעזשעס. די סטארס דינגען א בעיסמענט און מאכן א סטאר שוין לאנג נאך וואס די בילדינג האט א C of O
:lol: איינער ווייסט וואס ער רעדט...
לייבקע יענטע'ס
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:18 pm
x 76

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך לייבקע יענטע'ס »

ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:52 pm
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:16 pm
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:00 am

קום אריין קלאר, ווער פונקליך זאל טוען? די ווילדיטש האט נישט קיין געהריגע אינספעקטאר דאס קער צו נעמען. אז דו ווילסט זיין דער "שלעכטער" טראג דיך אן צו טוען דע זשאב.
נישט אפראווען א פלען מיט אן אנפינישעד בעיסמענט, און אויב האסט אנגעפיפען איז נישטא קיין co, קאמפליקעדעט?
חחח... מאכן א געזעץ אז מ'טאר נישט בויען אן אנפינישד בעיסמענט?

סיריעסלי?
יא! עס איז א נארמאלע זאך איבעראל, ווען עס קומט א פלען צו די ווילעדזש פון א גרויסע ליידיגע בעסמענט און סענטער פון שטאט ווייס איך דו און זיי אז דא קומט א סטאר נאך די co, ענטפער נישט נאכדעם אז מען קען גארנישט טון.
צדיק נסתר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 8:20 pm
x 128

Re: נייעס פון קרית יואל, ניו יארק

פאוסט דורך צדיק נסתר »

וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:46 pm אלס א המשך צום שמועס וועגן פארקינג
בין איך נעכטן נאכט ל"ע אריינגעפאלן אין גארפיעלד בערך 11 ביינאכט
טאטע אין הימל עס איז געווען 2 תנאים'ס אין פרדס ווידער אין גאנץ
גארפיעלד אוהעל ווען ביורען ועוד ועוד
זענען געווען א גרידלאק
טאקע א גוטע זאך ביליגע זאלן ביים רבי'ן אין שטוב אבער עפעס א חשבון
א וועג אריין א וועג ארויס עפעס פארקינג פאר די משתתפים
מיר ברויכן א טוישאבער שוין שוין
אה! די טרעפיק קומט פון דארט?! איך האב אייביג געמיינט אז ס'קומט פון ביהמ"ד מהר"יי
שרייב פאוסט