בלאט 21 פון 31
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 3:31 pm
דורך הדסים
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 3:13 pm
ברוכים הבאים והשבים.
מיינע 2 צענט בקיצור איבער די טעריפס..
לעת עתה צאלט מען טייערע פרייזן,
די ווייסע ארבעטער קלאס שטייט שוין באלד 40 יאר אן קיין ארבעט, (יא, זיי זענען גרייט צו האסלען פונקט ווי דיין מעקסיקאנער ארבייטער).
קומט קעניג טראמפ, און זאגט איך גיי טרייען מיין לאק, איך גיי לייגן טעריפס אויף כל הקהל הקודש, אויב גייען לענדער אונז אקעגן קומען און זאגן מר. טראמפ, מאי דהוה הוה,
איך נעם אראפ פון אמעריקע און די נעם אראפ פון מיר און שלום על ישראל, איז זיכער גוט, דעיס מיינט אז פרייזן וועלן אראפפאלן.
וואס אגב האבן שוין בערך 50 לענדער געמאלדן דעיס אדער אז זיי פלאנען צו פארהאנדלען.
ווידעראום כינע אדער אנדערע גרויסמאכטן וואס קענען זיך יא ארויסשטעלן קעגן אמעריקע, האט/וועט צוריקענטפערן, און מען וועט מוזן ווארטן ווער עס וועט פאלן צו וועמען, אדער וואס טראמפ וויל לענ''ד פון זיי, זעץ דיר צום טישל.
ממילא איז נישט מעגליך צו זען קיין עתידות, און דער וואס שרייט אז אמעריקע איז א זיכערע פארלירער, ווייזט עס אז זיין לינקע שנאה שטייט בעפאר זיין דעת, וכן הדין ל' רעכטע.
1. אנעפלוימענט שטייט אצינד ביי 4.2.
2. פיטער נאוואראו האט געמאלדן אז די 10% פראצענט טעריף וועט נישט ווערן אראפגענומען אפילו נאכן פארהאנדלען.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 4:04 pm
דורך דער תהלים איד
כאטש איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין עקאנאמיע, און אויך בין איך זייער פארנומען די לעצטע פאר וואכן און מיין מיטהאלטן נייעס איז בעיסיקלי ממש די מינימום, קוקט מיר אבער בכלליות אויס אזוי:
1) טראמפ האט א שטארקע טענה, אמעריקא ווערט צודרוקט דורך די וועלט, עקאנאמיש. יעדער נעמט, און קיינער גיט נישט. מען כאפט אוועק אלע דזשאבס, מען כאפט אוועק אלע טענאלאגישע קונצן, און נאכדעם בעט מען נאך חוצפה'דיגע טאריפס אויף דאס ביסל וואס אונז פראדוצירן.
דער סיסטעם מאכט 0 סענס.
2) דאס צוריקצודרייען גייט ער מיט א נקמה אקציע. טאריף קעגן טאריף. די נקמה איז אויסדרוקליך סענסעבל.
3) די איינציגע שאלה פארבלייבט: וויאזוי גייט זיך דאס ענדיגן? וועלן אלע קומען צו לויפן פארהאנדלען? ווער זאגט? אפשר וועלן פרייזן זיך פשוט הייבן אין די עולמות און די עקאנאמישע מצב וועט ווערן ארגער, און טשיינע וועט קענען העכערן זייערע טאריפס נאך מער, און קיינער וועט נישט האבן די מאגן צו גיין מיט א פרישע נקמה, ומפטירין כדאתמול נאר מיט א עקסטערע סורטשארדזש?
4) והרביעית והוא העיקר. טשיינא האט א מאסיווע וואפן קעגן אמעריקא וואס טראמפ קען נישט טוישן. דהיינו: א דיקטאטורישע פירער.וואלן יעדע 4 יאר איז מורא'דיג געוואונטשן פאר דעמאקראטיע, אבער נישט פאר אלעס איבריג. עקאנאמישע סטראטעגיעס בויען זיך נישט אין 4 יאר, נישט אין 8 יאר, און נישט אין 16 יאר. ס'איז געביידעס פון לאאאנגע יארן, איין גרויסע טשעין, וואס אויב אינמיטן קומט אריין א צווייטער פירער, און אינצווישן קומט אריין א קאנגרעס און א סענאט, וואו יעדנס ציל איז צו "געפעלן דאס פאלק", ווי איידער "געפעלן די שווערע מציאות ביהיינד", איז נישט מעגליך צו קענען מצליח זיין מיט א לאנגטערמיניגע עקאנאמישע מהלך.
און דערפאר איז אמעריקא אין א דעפיציט. ואין דרך חזרה.
טשיינע האט עס ביי פאר...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 4:10 pm
דורך פשוט און גראד
ס‘דא געניג לענדער * וואס ווילן אין וועלן זיך צו כאפן צום יעצטיגען מצב מיטן ווערן סופלייערס פאר אמעריקע. טשיינע ווייסט עס, אין דאס איז די לעצטע זאך וואס זיי ווילן.
* אינדיע - וויעטנאם- פאקיסטאן אין נאך אסאך.
טשיינע האט עס בכלל נישט ביי פאר..
(לפע"ד - די גאנצע טייוואן סאמאטוכע איז כדי משוגע צו מאכן אמעריקע וחבריהם צו אפשטיפן די טרעיד אישו ביזן נעקסטען אורח)
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 4:30 pm
דורך הדסים
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 4:04 pm
כאטש איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין עקאנאמיע, און אויך בין איך זייער פארנומען די לעצטע פאר וואכן און מיין מיטהאלטן נייעס איז בעיסיקלי ממש די מינימום, קוקט מיר אבער בכלליות אויס אזוי:
1) טראמפ האט א שטארקע טענה, אמעריקא ווערט צודרוקט דורך די וועלט, עקאנאמיש. יעדער נעמט, און קיינער גיט נישט. מען כאפט אוועק אלע דזשאבס, מען כאפט אוועק אלע טענאלאגישע קונצן, און נאכדעם בעט מען נאך חוצפה'דיגע טאריפס אויף דאס ביסל וואס אונז פראדוצירן.
דער סיסטעם מאכט 0 סענס.
2) דאס צוריקצודרייען גייט ער מיט א נקמה אקציע. טאריף קעגן טאריף. די נקמה איז אויסדרוקליך סענסעבל.
3) די איינציגע שאלה פארבלייבט: וויאזוי גייט זיך דאס ענדיגן? וועלן אלע קומען צו לויפן פארהאנדלען? ווער זאגט? אפשר וועלן פרייזן זיך פשוט הייבן אין די עולמות און די עקאנאמישע מצב וועט ווערן ארגער, און טשיינע וועט קענען העכערן זייערע טאריפס נאך מער, און קיינער וועט נישט האבן די מאגן צו גיין מיט א פרישע נקמה, ומפטירין כדאתמול נאר מיט א עקסטערע סורטשארדזש?
4) והרביעית והוא העיקר. טשיינא האט א מאסיווע וואפן קעגן אמעריקא וואס טראמפ קען נישט טוישן. דהיינו: א דיקטאטורישע פירער.וואלן יעדע 4 יאר איז מורא'דיג געוואונטשן פאר דעמאקראטיע, אבער נישט פאר אלעס איבריג. עקאנאמישע סטראטעגיעס בויען זיך נישט אין 4 יאר, נישט אין 8 יאר, און נישט אין 16 יאר. ס'איז געביידעס פון לאאאנגע יארן, איין גרויסע טשעין, וואס אויב אינמיטן קומט אריין א צווייטער פירער, און אינצווישן קומט אריין א קאנגרעס און א סענאט, וואו יעדנס ציל איז צו "געפעלן דאס פאלק", ווי איידער "געפעלן די שווערע מציאות ביהיינד", איז נישט מעגליך צו קענען מצליח זיין מיט א לאנגטערמיניגע עקאנאמישע מהלך.
און דערפאר איז אמעריקא אין א דעפיציט. ואין דרך חזרה.
טשיינע האט עס ביי פאר...
1. כאמור לעיל זשאבס אין אמעריקע איז נישט יעצט ממש דער פראבלעם, אוועקכאפן טעכנאלאגישע קונצן איז נאר טשיינע מיין איך
2. כאמור לעיל די טאריפס וועלן נישט אראפגיין אפילו די אנדערע לענדער וועלן יא אראפנעמען (הגם מ'קען נאכאלץ זאגן אז ס'איז נקמה פאר ביז יעצט)
3. איז לכאורה יא אויף טראמפ'ס זייט היות די אנדערע לענדער וועלן אפשניידן ערגער פון אמעריקע, די איינציגסטע מהלך איז נאר אויב וועלן אלע לענדער זיך פאראייניגן.
4. איז א שווערע פראבלעם וואס ברענגט גוטס...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 8:04 pm
דורך דער תהלים איד
הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 4:30 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 4:04 pm
4) והרביעית והוא העיקר. טשיינא האט א מאסיווע וואפן קעגן אמעריקא וואס טראמפ קען נישט טוישן. דהיינו: א דיקטאטורישע פירער.וואלן יעדע 4 יאר איז מורא'דיג געוואונטשן פאר דעמאקראטיע, אבער נישט פאר אלעס איבריג. עקאנאמישע סטראטעגיעס בויען זיך נישט אין 4 יאר, נישט אין 8 יאר, און נישט אין 16 יאר. ס'איז געביידעס פון לאאאנגע יארן, איין גרויסע טשעין, וואס אויב אינמיטן קומט אריין א צווייטער פירער, און אינצווישן קומט אריין א קאנגרעס און א סענאט, וואו יעדנס ציל איז צו "געפעלן דאס פאלק", ווי איידער "געפעלן די שווערע מציאות ביהיינד", איז נישט מעגליך צו קענען מצליח זיין מיט א לאנגטערמיניגע עקאנאמישע מהלך.
און דערפאר איז אמעריקא אין א דעפיציט. ואין דרך חזרה.
טשיינע האט עס ביי פאר...
4. איז א שווערע פראבלעם וואס ברענגט גוטס...
כ'בין נייגעריג צו האסט געכאפט מיין פונט.
viewtopic.php?p=163681#p163681
גיב א קוק דא א באריכט פון
@נאו לעיבל. דאס מיינט אז אן ערוויילטער דאמאקראטישער פרעזידענט גייט "מוזן" צוריקדרייען יעדע גוטע טויש וואז טראמפ מאכט. צו ס'איז גוט צו נישט. תכלית שפילט נישט קיין ראלע.
מ'דארף צופרידנשטעלן די "אינסטענט" מוחות, און די "קליינע" מוחות, ווי איידער טון תכלית.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 10:29 pm
דורך חלום חלמתי
קומט א שווערע קראך מארגן...
שטייטס גרייט מיט קעש...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 11:01 pm
דורך נאו לעיבל
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 10:29 pm
קומט א שווערע קראך מארגן...
שטייטס גרייט מיט קעש...
צייט פאר אימפיעטשמענט.
א מין אומאחריות'דיגע באנדיט.
אבער פון די רעפאבליקאנער פארטיי קען מען גארנישט ערווארטען, פעך.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 11:05 pm
דורך פשוט און גראד
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 10:29 pm
קומט א שווערע קראך מארגן...
שטייטס גרייט מיט קעש...
מיי אפיניען
נישט נעמען קיין שריט ביז מיטוואך
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 11:10 pm
דורך פשוט און גראד
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 11:01 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 10:29 pm
קומט א שווערע קראך מארגן...
שטייטס גרייט מיט קעש...
צייט פאר אימפיעטשמענט.
א מין אומאחריות'דיגע באנדיט.
אבער פון די רעפאבליקאנער פארטיי קען מען גארנישט ערווארטען, פעך.
איי ריספעקטפולי דיסעגרי
עקאנאמעקלי קען מען דיבעיטען, נעשינעל סעקיורוטי נישט.
עקאנאמעקלי
ביזנעס איז נישט גיט וויאזוי זאכען פארען די לעצטע 20 יאר.
נעשינעל סעקיורוטי
זיכער נישט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 11:42 pm
דורך חלום חלמתי
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 11:01 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 10:29 pm
קומט א שווערע קראך מארגן...
שטייטס גרייט מיט קעש...
צייט פאר אימפיעטשמענט.
א מין אומאחריות'דיגע באנדיט.
אבער פון די רעפאבליקאנער פארטיי קען מען גארנישט ערווארטען, פעך.
Don't worry 2026 is around the corner...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:23 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ האט ווידעראמאל קלארגעשטעלט אז ער האט נישט קיין שום קלער צוריק צו טרעטן פון זיינע טאריף פלענער
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:30 am
דורך Azoi Tzi Zugen
BREAKING:
EU offers Trump removal of all industrial tariffs
“Europe is always ready for a good deal,” says Commission President Ursula von der Leyen.
BRUSSELS — The EU has offered the United States a “zero-for-zero” tariff scheme, European Commission President Ursula von der Leyen said Monday, seeking to avoid a tit-for-tat trade war.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:47 am
דורך אנדערער
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 11:01 pm
צייט פאר אימפיעטשמענט.
א מין אומאחריות'דיגע באנדיט.
װאו ביסטו געווען ווען ביידען האט אנסעקיורד די גרעניץ?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 12:47 pm
דורך ווער
טראמפ איז ארויס מיט א שארפע ווארענונג אז ער גייט ארויף שטעלן פרישע טאריפס אויף טשיינע נאכדעם וואס טשיינע האט געמאלדן 34 פראצענט טאריפס
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 1:19 pm
דורך ווער

- ElwbOP.jpeg (88.97 KiB) געזען געווארן 445 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 1:19 pm
דורך ווער
נאך וואס א באריכט האט צירקולירט איבער דעם אז טראמפ שטופט אפ אלע טעריפס מיט 90 טעג, אויסער פאר כינע, מאכנדיג די מארקעטס פרייליך, באריכט סי-ען-בי-סי פון קוועלער אז קיינער אין די ווייסע הויז ווייסט נישט דערפון, און אז עס איז פאלשע נייעס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 1:20 pm
דורך ווער
ווער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 12:47 pm
טראמפ איז ארויס מיט א שארפע ווארענונג אז ער גייט ארויף שטעלן פרישע טאריפס אויף טשיינע נאכדעם וואס טשיינע האט געמאלדן 34 פראצענט טאריפס

- fdzZl8.jpeg (79.46 KiB) געזען געווארן 438 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:42 pm
דורך ווער
קאנאדישע רעגירונג פינאנצירט בילבאורד אדווערטייזמענטס קעגן טאריפס לענגאויס פילע אמעריקאנער סיטיס
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 5:41 pm
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 2:42 pm
קאנאדישע רעגירונג פינאנצירט בילבאורד אדווערטייזמענטס קעגן טאריפס לענגאויס פילע אמעריקאנער סיטיס
רעזשים טויש איטערווענץ...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 5:43 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 2:42 pm
קאנאדישע רעגירונג פינאנצירט בילבאורד אדווערטייזמענטס קעגן טאריפס לענגאויס פילע אמעריקאנער סיטיס
דאס איז נישט קיין גוטע נייעס.... עס קען אריינפירן טראמפ אין זיין גוט באנוצטע "נקמה מאוד".
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 5:45 pm
דורך הדסים
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 5:43 pm
ווער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 2:42 pm
קאנאדישע רעגירונג פינאנצירט בילבאורד אדווערטייזמענטס קעגן טאריפס לענגאויס פילע אמעריקאנער סיטיס
דאס איז נישט קיין גוטע נייעס.... עס קען אריינפירן טראמפ אין זיין גוט באנוצטע "נקמה מאוד".
וואס קען פירן די קאנאדישע נאכמער אויפצואוועקן זייערע פאטריאטישע געפילן און שענקען א געווינס פארן ליבעראלן פארטיי
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:13 pm
דורך פשוט און גראד
הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 5:45 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 5:43 pm
ווער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 2:42 pm
קאנאדישע רעגירונג פינאנצירט בילבאורד אדווערטייזמענטס קעגן טאריפס לענגאויס פילע אמעריקאנער סיטיס
דאס איז נישט קיין גוטע נייעס.... עס קען אריינפירן טראמפ אין זיין גוט באנוצטע "נקמה מאוד".
וואס קען פירן די קאנאדישע נאכמער אויפצואוועקן זייערע פאטריאטישע געפילן און שענקען א געווינס פארן ליבעראלן פארטיי
אין ס‘גייט איהם נישט אן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:47 am
דורך ווער
פּרעזידענט טראמפּ אויפגעדעקט אז אמעריקע האט שוין אנגעהויבן פירן דירעקטע געשפּרעכן מיט די איראנער רעזשים
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:51 am
דורך ווער
אילאן מאסק האט פרובירט איבערצורעדן טראמפ צוריקצוציען פון די טאריפס, אבער אנע סוקסעס
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 11:15 am
דורך ווער
וואל סטריט האט זיך היינט געעפענט מיט שיינע פארדינסטן, נאך עטליכע טעג פון ציפעדיגע פארלוסטן אין רעזולטאט פון די האנדל קריג