ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:29 pmדרייט זיך א ווידעא ווי מען זעהט אז איידער צפון קארעא'ס פרעזידענט קים דזשאנג אן איז אריינגעקומען אין די צימער מיט רוסישער פרעזידענט פוטין, האבן ארבעטער אויספרובירט דעם בענקל געווידמעט פאר דער קארעא פירער צוליב זארגן אז עס קען איינברעכן פון איבערוואגיגקייט...![]()
נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינא גענעראל באשטעטיגט אז די אטאקע אין סוואסטאפאל איז געווארן דורכגעפירט דורך אוקריינא מיט שטורעם שאטן מיסילס.ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:28 pmמער איבער די אוקראינישע אטאקעס וואס האבן פאסירט אין סעוואסטאפאל די נאכט.
עטליכע שיפן פון די רוסישע נעווי ים פלאטע זענען געווען געאנקערט ביי די בארטן נעבן א גרויסע פירמע וואס האט געהאלטן אינמיטן פארעכטן פונקציעס און רענאווירט געוויסע טיילן פון די שיפן.
אוקראינע האט לויט מערערע באריכטן גענוצט ענגלישע שטורעם שאטן מיסילס, און איז דער גרעסטער רוסישער פארלוסט זינט די מאסקווע שיף האט געזינקען אין ים. עס איז אויך דער ערשטער מאל אין היסטאריע וואס א קרוז מיסיל ווערט גענוצט צו אטאקירן א סובמארין.
צוויי שיפן פון די רוסישע פלאטע, אריינגערעכנט די ראסטאוו-אן-דאן דיזל עלעקטריק סובמארין, און די מינסק לאנדונג שיף, זענען לויט ערשטע אפשאצונגען גענצליך פארניכטעט געווארן.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רוסישע געזעץ־געבער ענדרוי גאראליװ זאגט היינט אויף סטעיט מידיע: עס װאלט געװען נעריש אויב רוסלאנד זאל אפענטפערן מיט בלויז אויפרייסן אוקריינע׳ס נוקלעאר פאוער פלענטס, מען ברויך אויך אטאקירן ענגלאנד װאס זאל דערהרגענען דעם ענגלישער פריים מיניסטער, רישי סונאק.ניקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 1:29 amאוקריינא גענעראל באשטעטיגט אז די אטאקע אין סוואסטאפאל איז געווארן דורכגעפירט דורך אוקריינא מיט שטורעם שאטן מיסילס.ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:28 pmמער איבער די אוקראינישע אטאקעס וואס האבן פאסירט אין סעוואסטאפאל די נאכט.
עטליכע שיפן פון די רוסישע נעווי ים פלאטע זענען געווען געאנקערט ביי די בארטן נעבן א גרויסע פירמע וואס האט געהאלטן אינמיטן פארעכטן פונקציעס און רענאווירט געוויסע טיילן פון די שיפן.
אוקראינע האט לויט מערערע באריכטן גענוצט ענגלישע שטורעם שאטן מיסילס, און איז דער גרעסטער רוסישער פארלוסט זינט די מאסקווע שיף האט געזינקען אין ים. עס איז אויך דער ערשטער מאל אין היסטאריע וואס א קרוז מיסיל ווערט גענוצט צו אטאקירן א סובמארין.
צוויי שיפן פון די רוסישע פלאטע, אריינגערעכנט די ראסטאוו-אן-דאן דיזל עלעקטריק סובמארין, און די מינסק לאנדונג שיף, זענען לויט ערשטע אפשאצונגען גענצליך פארניכטעט געווארן.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
בערעלוסער דיקטאטור שטייט אויס צו דערקלערט ווערן אלץ א אינטערנאציאנאלע ארעסטאנט נאך א פארלאנג פון די איו לענדער
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינע באריכטעט פארשריט אין די באכמוט ראיאן, ביי די שטעטעלעך, קליטשיװקע;אנדערע־רבקה; און קורדימיװקע, באכמוט דירעקציע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
מאסק אין א אינטערוויו ענטפערט אז ער האט מעיקרא נישט געהאט צוגעשטעלט סערוויס אין יענעם געגנט, אוקראינע האט אים געבעטן ער זאל צושטעלן, האט ער נישט געוואלט האבן א חלק אין אזא סארט גרויסע אקציע, און מחויב צו פאלגן אוקראינע אלס אמעריקאנער פירמע איז ער נישט, זאגט ער.ניקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:46 pm לויט א אויסצוג פון וואלטער אייזיקסטאן'ס נייע בייאגראפיע בוך אויף אילאן מאסק האט ער געהייסן זיינע ענדשינירן אויסשאלטערן די סטארלינק קאנעקשן פון די אוקריינער מיליטער צו אפהאלטן א אטאקע אויף די רוסישע נעיווי.
דאס איז געווען פאריגע יאר נאוועמבער ווען אוקריינא האט ארויסגעשיקט א פלאטע סאבמארין זעלבסטמארד דראנס אנטקעגן די רוסישע נעווי שיפן נעבן קריימיע.
די דראנס האבן עפעס מיסטעריעז פארלוירן קאנעקשן און איז ארויפגעוואשן געווארן אויף די בארטענס.
די אוקריינער האבן געמאכט עימערדשענסי רופן אבער מ'האט זיי געזאגט אז מ'קען גארנישט טאן דערוועגן און מ'ארבייט פיבערהאפטיג אויף די טעכנישע גליטש.
דעפיוטי פריימער מיניסטער מייקילו פעדעראוו האט זיך געבעטן ביי מאסק.
מאסק האט אנגעבליך געהאלטן אז אויב רוסלאנד'ס נעווי וועט אריינהייבן אזא גרויסע נידערלאגע וועט זיין א נוקלעארע געפאר.
מאסק זאגט אז נאכן צושטעלן טויזענטער סטארלינק טערמינאלן האט ער געטראכט צו זיך " בין איך אין מלחמה ? סטארלינק האב איך נישט געמאכט פאר מלחמה נאר פאר גוטע זאכן, אז מענטשן זאלן בעסער קענען טשילן, ארבייטן און לערנען אנליין ".
ער האט זיך אויסגעשמועסט זיינע זארגן מיט ביידן, סאלעוון, און מיליטערישע הויפטן.
ער לייגט צו אז אויב וואלט אים ביידן געבעטן צוצושטעלן, וואלט ער עס צוגעשטעלט, אפילו טואס ער איז נישט קיין חסיד פון ביידן, פארט אבער זאגט ער איז ער דער אמעריקאנער טשיעף עקזעקיוטיוו וועם מען דארף צוהערן.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
באריכטן איבער א ערנסטע דראון געפארעכטס פון אוקריינא קיין קריימיע
פרישע אויפרייסן געהערט היינט
דא וואס זאגן אז מען רעדט פון 15 אויפרייסן, א חלק פון אראפגעשאסענע דראונס
פרישע אויפרייסן געהערט היינט
דא וואס זאגן אז מען רעדט פון 15 אויפרייסן, א חלק פון אראפגעשאסענע דראונס
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
איינע פון די אויפרייסן איז אויך געווען א רוסישע מלחמה שיפל אינעם שווארצן ים
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינא זאגט אז זי האט צוריקגעכאפט אנדריווקע און דאנעטצק ראיאן
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
זאלענסקי האט היינט אויפגענומען אלע אידישע רבנים, און קהילה פירער, אריינגערעכנט אלע חב"ד שליחים אין לאנד, צום ערשטן מאל זינט די אינוואזיע.
די רבנים האבן געבלאזן שופר פאר זאלענסקי און אויסגעשמועסט פארשידענע וויכטיגע דעטאלן איבער דאס אידישער לעבן אין אוקראינע.
די רבנים האבן געבלאזן שופר פאר זאלענסקי און אויסגעשמועסט פארשידענע וויכטיגע דעטאלן איבער דאס אידישער לעבן אין אוקראינע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
א רוסישע T90M טענקל ליגט פאראבלט און די לוהאנסק ראיאן
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
בעלארוסער דיקטאטור לושענקאו וועט באזוכן פוטין פרייטאג
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי איז ערווארטעט קומענדיגע וואך צו אפשטאטן א באזוך אין אמעריקע און זיך טרעפן מיט פרעזידענט ביידען און באזוכן קאפיטאל היל, אין די צייט וואס קאנגרעס דעבאטירט פרישע $21 ביליאן אין הילף פאר אוקריינע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רעפארטס אז די וואגנער גרופע ווערן צוריקגעשיקט צום פראנט
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
קים ביים מאכן א לחיים מיט שייגאו
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
א גרופע סענעטארן האבן געשיקט א בריוו צו פרעזידענט ביידען ווי זיי בעטן אים ער זאל אנהייבן שיקן לאנגשטרעקיגע מיסילס פאר אוקראינע, און איר קריג קעגן די רוסישע אקופאציע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
ועל המדינות, איזהו לחרב (צוויי יאר צוריק איז אויף אוקריינא מקוים געווארן דעם איזה לחרב, דעם פארגאנגענעם יאר שוין אויך אויף רוסלאנד גופא, נאך צענדליגע אטאקעס פון די אוקריינער, און די וואגנער אויפשטאנד, לאמיר זען וואס מ'האט היי יאר אנגעשריבן...)
פראנט אפדעיטס:
אוקריינע האט שוין אפיציעל געמאלדן די באפרייונג פון קלישיעווקע/ באקמוט. אין שטאָט כארקאוו אינעם ערשטן טאָג אינמיטן שמונה עשרה פון שחרית, זענען געפאַלן פיר ראַקעטן נישט ווייט פונעם בית המדרש. דער רב זאָגט אַז אַלע מתפּּללים זענען אַריינגעלאָפן אין די בונקערס לויט ווי מ'האָט געהאַט אָפּגעשמועסט. אין די צווייטע נאַכט ראש השנה איז נאָכאַמאָל געפאַלן פיר ראַקעטן אינעם געגנט, בשעת דער שוהל איז געווען אָנגעפולט מיט מתפּללים.
צום צווייטן מאל זייט די מלחמה אויסברוך וועט זעלענסקי קומען די וואך קיין וואשינגטאן ווי ער וועט זיך טרעפן מיט ביידען און מיט די סענאטארן פון ביידע פארטייען.

גענעראל מארק מילי, דער טשעירמאן פון די דזשוינט טשיף אוו סטעף פון דער אמעריקאנער מיליטער זאגט אז די ארטילערי שעלס וואס צפון קארעא וועט צושטעלן פאר רוסלאנד, וועט נישט אויסמאכן אויף די פראנט ליניעס
- אלכסנדר נחמן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 193
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
- x 126
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אויב איך געדענק גוט איז געווען דארט 600 אידןטראפקעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:08 am ועל המדינות, איזהו לחרב (צוויי יאר צוריק איז אויף אוקריינא מקוים געווארן דעם איזה לחרב, דעם פארגאנגענעם יאר שוין אויך אויף רוסלאנד גופא, נאך צענדליגע אטאקעס פון די אוקריינער, און די וואגנער אויפשטאנד, לאמיר זען וואס מ'האט היי יאר אנגעשריבן...)
פראנט אפדעיטס:
אוקריינע האט שוין אפיציעל געמאלדן די באפרייונג פון קלישיעווקע/ באקמוט.
Screenshot 2023-09-17 235249.png
אין שטאָט כארקאוו אינעם ערשטן טאָג אינמיטן שמונה עשרה פון שחרית, זענען געפאַלן פיר ראַקעטן נישט ווייט פונעם בית המדרש. דער רב זאָגט אַז אַלע מתפּּללים זענען אַריינגעלאָפן אין די בונקערס לויט ווי מ'האָט געהאַט אָפּגעשמועסט. אין די צווייטע נאַכט ראש השנה איז נאָכאַמאָל געפאַלן פיר ראַקעטן אינעם געגנט, בשעת דער שוהל איז געווען אָנגעפולט מיט מתפּללים.
צום צווייטן מאל זייט די מלחמה אויסברוך וועט זעלענסקי קומען די וואך קיין וואשינגטאן ווי ער וועט זיך טרעפן מיט ביידען און מיט די סענאטארן פון ביידע פארטייען.