בלאט 3 פון 3
Re: נאך 200 פארכאפטע שומרי תורה ומצוות, אינם מתייצבים
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:57 am
דורך דעת קדשי
מ'האמיר שוין ב''ה געקאווערט די עירוב,גיוס
כ'מיין מ'קען שוין גיין צו די קברים...
Re: נאך 200 פארכאפטע, *שומרי תורה ומצוות*, אינם מתייצבים
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:14 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:15 pm
אגב דאגב, קיינער פון זיי זיצן נישט יעצט לפי ידיעתי.
איינער זיצט יא.
מעגליך ס'איז טאקע נישט געשטאנען באריכטעט אין קהלא.
Re: נאך 200 פארכאפטע, *שומרי תורה ומצוות*, אינם מתייצבים
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:18 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:52 pm
פרייליך האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:44 pm
די וואס האבן זיך דעמאלטס אפגעשאקעלט פינעם ציוניזעם מחמת צרת הגיוס שטייען ווייט פון די קאמפעינס פאר ציצית קניפעריי וכו'
לאו דוקא, נאר בכלל די ליטווישע. רבי דוב לאנדא האט נישט אנדערש געשריבן ווי רבי אשר דויטש.
די אלע טירופי הדעת פון אתחלתא דגאולה און מלחמת מצוה וכו' וגו' זענען אלעמאל מער ביי די חסידישע ווי ביי די ליטווישע.
גייט לייקענט די האלאקאוסט... דאס איז א פאקטישע מצאות אז די שפראך וואס מען הערט אין בני תורה, ווס. די אנדערע ליטווישע איז הימל און ערד! כאפט א בליק אין יתד און אין הפלס און קומט מיר זאגן די חילוק.
סלאנימער רבי און חוג חת"ס זענען אויך געווארן געעפנט די אויגן ביי גיוס און חינוך, און דא זענען זיי אויך מיט'ן גראדן קאפ.
ס'איז פשוט אז איינער וואס זייער מנהיג און געלייגט זיין חתימה פאר א נחל חרדי ה"י, אדער גערעדט בקדושת הרוגי לוד, און איינער וואס האט געהייסן להתנתק מהם ומהמונם לגמרי, האבן אן אנדערע בליק.
Re: נאך 200 פארכאפטע שומרי תורה ומצוות, אינם מתייצבים
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:40 pm
דורך דער תהלים איד
@צווייזייטיג איך ליין נישט דעם יתד און נישט דעם הפלס, זיי זענען ביידע נישט מיין השקפה.
איך גיי נישט פארגלייכן די צוויי, די הפלס פארטרעט מער א פרומערער ציבור, אבער נישט דאס איז די נושא.
אגב, יענער מנהיג האט מתיר געווען נחל חרד"י מיינענדיג אז דאס וועט זיין גוט פאר עוברי ג' החמורות זיי זאלן נישט זיין אויף די גאסן. און, ער האט למעשה צוריקגעצויגן. און אויך דאס קומט נישט דא אריין.
צום ענין, אופס, נישטא קיין ענין אויפ'ן טיש דא.
Re: נאך 200 פארכאפטע שומרי תורה ומצוות, אינם מתייצבים
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:43 pm
דורך צווייזייטיג
אקעי, אז איר ליינט נישט איז גוט.
איז לאמיר אייך נאר זאגן אז אין הפלס האט מען שארף אראפגעריסן די ציצית קאמפיין וכו', בשעת וואס אין יתד האט מען גערעדט פון אחדות און עם ישראל חי.
Re: נאך 200 פארכאפטע שומרי תורה ומצוות, אינם מתייצבים
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 12:17 pm
דורך בן תורה
יעצט אריינגעוואנדערט אין דעם אשכול. קוקט געהעריג אויס ווי נוסח אייוועלט... או נאו או יע... דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט. או נא דו ווייסט נישט...
פליז...
Re: נאך 200 פארכאפטע, *שומרי תורה ומצוות*, אינם מתייצבים
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:14 am
דורך פרייליך
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:41 pm
@פרייליך מאך נישט דא קיין מישמאש. די פרא-מלחמות סימפאטיע איז א נאטורליכע רעזולטאט פון די פרא-מדינה שטימונג ביי אלע וואס גייען צו בחירות און האבן נציגים,
ס'קומט נישט אריין אין דעם אשכול.
ס'קומט שוין איינמאל אריין
קוק ווי זיי זיכן צו אריינברענגן די דינסט אין מיליטער ביים ציבור החרדי יעצט אין די שווערע תקופה

- F_AKPWoXIAE8nfF.jpg (163.91 KiB) געזען געווארן 260 מאל