איך בין נאך נישט קלאר וואס די ווארט פארגינען מיינט. בפשטות מיינט פארגינען ערלויבען. איך האב מיך פארגינט א נייע רעקל, דו האסט דיך פארגינט א נייע קאמפיוטער, ער האט זיך פארגינט א פירסט קלעס זיץ. די אפטייטש פון ביידע איז ערלויבען. איך האב מיך ערלויבט. פארגין יענעם מיינט ערלויב יענעם, לאז יענעם, געב יענעם רשות.
ערלויבען מיינט afford. מען קען זאגן i can afford it, וואס דאס מיינט איך קען מיך דאס ערלויבען, דהיינו מיין מצב כלכלי לאזט מיר, און איך קען מיך ערלויבען צו צאלן די פרייז. עס קען מיינען i can't afford doing that right now, דהיינו ערב שבת א שעה צום זמן קען מען זיך נישט ערלויבען די איינשטעל פון פארן א וועג פון מאנסי צו וויליאמסבורג, ווייל אפשר וועט זיין טרעפיק און איך וועל בלייבען שטעקען אינממיטען וועג. אדער קען מען זאגן אז His seat afforded him a good view, דהיינו אז ווייל ער האט געהאט א זיץ נעבן רבי'ן האט ער געקענט אלעס מיטהאלטען.
נישט פארגינען א צווייטען מיינט אז דו געבסט נישט רשות פאר א צווייטען. און קנאה מיינט "נישט" גליסטען וואס א צווייטער האט, נאר קנאה מיינט די כעס וואס ווערט אויפגעברענגט ביי א מענטש ווען ער גליסט וואס א צווייטער האט.
בסך הכל. פארגינען מיינט רשות.