פארמאגט איר א ביקס?

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן

פארמאגט איר א ביקס?

יא, מיט לייסענס
10
8%
יא, אן לייסענס
4
3%
ניין
108
85%
ניין, איך האב לייסענס צו האבן א גאן אבער איך האב עס נישט געקויפט למעשה
1
1%
איך האלט אינמיטן מאכן לייסענס
4
3%
 
Total votes: 127

יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:21 pm אונזערע עלטערן האבן פאקטיש נישט אראפגעשטעלט דאס וואס דו פרובירסט צו זאגן אז זיי האבן יא. וואס אונזערע רבי'ס האבן געהאלטן מטעם עבודת ה', האבן זיי געשריבן אין זייערע ספרים. זיי האבן גארנישט געשריבן בנוגע האבן געווער אינדערהיים.

בקיצור, וואס איז שייך זיך צו טענה'ן, ווען דער גאנצער בנין איז געבויט אויף לופט.
מיט די טענה קען מען אוועק רייסן דריי פערטל פון די זאכן וואס זענען קודש לנו , יא אידישקייט האט א געפיל און א מסורה איבער די קולטור און אויפפירונג פון א איד און איר וועט נישט טרעפן אן ערליכע און איידעלע איד וואס וועט נישט האבן אן אפשיי פון אזעלכע מושגים נאר דוקא פון אזעלכע וואס די גאנצע אידישקייט געפיל איז שוין אפגעשוואכט און די גויאישע השקפה האט שוין א געוויסע פלאץ אין זיין הארץ און ער דארף אויף יעדע זאך א מקור און אן הסבר און אויב האט ער נישט דאן איז דאס אנגענומענע פשוט א טעות וואס מען דארף פאררעכטן וד"ל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4815

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

@יום טוב איך פארשטיי אייך באמת נישט.
דאס איז זיכער אז ע''פ הלכה איז נישט קיין פראבלעם. ווי אויך איז א דיון אין די פסוקים בנוגע נשק בשבת. ווי אויך לגבי אשה בנשק, אלץ לא יהיה כלי גבר. און איר ווילט מיר באמת זאגן אז אלע פוסקי הדורות אנגעהויבען פון די גמרא, און ג'ענדיגט מיט די משנה ברורה האבן נישט געהאט די ''אידישע געפיל'', און די על חרבך תחיה פראבלעם?

לאמיר גיין נאך א שטאפעל, ווען חברה שומרים/שמירה/חברים הויבען אן גיין מיט ביקסען ווייל זיי האלטען אז עס איז א מצב סכנה פאר זיי אן דעם. וואלט איר נישט געהאט א פראבלעם מיט אידישע געפיל. ווייל איר פארשטייט אז ווי נישט ווי דילען זיי מיט פארברעכער. סאו פארוואס ווען אן איינצעלנער מענטש האט מורא צו גיין אין די גאס, און ער וויל נאר גיין מיט א ביקס האט איר יא א פראבלעם?

די תורה איז וואס געבט אונז די אידישליכע געפיל, מען קען נישט אליינס אפמאכען וואס איז אידישלעך!
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:11 pm @יום טוב איך פארשטיי אייך באמת נישט.

פרעג יעדן ערליכן איד אין ביהמ"ד איבער די שטארקע הלכהדיגע טענות וואס איר האט און הערט וואס זיי גייען ענטפערן, ווען איר ווילט טוישן אזא זאך ביי כלל ישראל קען דאס נאר געטון ווערן דורך גדולי ישראל ,דאס איז טוישן די מהות פון יודישע קינדער און טאקע פארדעם הערט מען דאס נאר פון אזעלכע וואס זענען נשפע פון גויישע השקפות און נישט פון קיין ערליכע אידן
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4815

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:18 pm

קיינער רעדט נישט פון טוישען, איר זענט אבסעסד מיט טוישען. איר ציטערט א גאנצע טאג אז איינער וויל דיר טוישען. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס דו טוסט. איך דארף נישט איר זאלט האבן א ביקס, פינטעל!

די מדובר איז איבער אידן (וואס וואוינען נישט אין קרית יואל) מיט שוואכע נאטורען און האבן מורא צו גיין אויפן גאס שפעט ביינאכט, מעג ער פאר זיך האבן א ביקס? יא!
אידן וואס זענען ווערד שווערע מיליאנען דאלארען, וואס האבן מורא פון א שלעכט אויג וואס קוקט זיי נאך, מעגן זיי האבן א ביקס? יא!

אידן וואס גלייכען טאטע טויס, און ווילן שטארק זיך לערנען ציל שיסען, און ווילן האבן א ביקס, מעג ער? יא!

מען דארף נישט קיין רב פאר דעם! מען טוישט נישט קיין מהות פון כלל ישראל. גיי נישט אין שויער, און טראג נישט קיין ביקס. אבער לאז יענעם לעבן!
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 76

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך בקי ביחוס »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:28 pm

צוקער..
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:28 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:18 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:11 pm @יום טוב איך פארשטיי אייך באמת נישט.
דאס איז זיכער אז ע''פ הלכה איז נישט קיין פראבלעם. ווי אויך איז א דיון אין די פסוקים בנוגע נשק בשבת. ווי אויך לגבי אשה בנשק, אלץ לא יהיה כלי גבר. און איר ווילט מיר באמת זאגן אז אלע פוסקי הדורות אנגעהויבען פון די גמרא, און ג'ענדיגט מיט די משנה ברורה האבן נישט געהאט די ''אידישע געפיל'', און די על חרבך תחיה פראבלעם?
פ

איך רעד נישט פון טוישן מיך , עס קומט נישט אין באטראכט, איך רעד טאקע פון די וואס ווילן האבן די טאטע/גוי טויס ווייל זיי זענען נשפע פון די גוי טאטע און ביי זיי איז די מהות פון זייער לעבן טאקע אט די טאטע/גוי שפילעריי , און זענען דאס מלבש מיט אן איצטלא פון פשוט פחד , זיי האבן מורא און קוק אין שו"ע פוסקים וכו'

גוט האט איר געשריבן לאזט יענעם לעבן , נעבעך נעבעך זיין לעבן איז די מעכטיגע גוי טוי אן דעם האט ער נעבעך נישט קיין לעבן

ב.ד.ו וואס טוט זיך מיט האבן אן הונטל פאר סעפטי אדער טאטע/ גוי טוי לכאורה אויך נישט קיין איסור ...
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

נו ווער גייט פתיחה?
פארמאגט איר א הונטל פאר סעיפטי /האבי?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2694
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7415

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:28 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:18 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:11 pm @יום טוב איך פארשטיי אייך באמת נישט.
דאס איז זיכער אז ע''פ הלכה איז נישט קיין פראבלעם. ווי אויך איז א דיון אין די פסוקים בנוגע נשק בשבת. ווי אויך לגבי אשה בנשק, אלץ לא יהיה כלי גבר. און איר ווילט מיר באמת זאגן אז אלע פוסקי הדורות אנגעהויבען פון די גמרא, און ג'ענדיגט מיט די משנה ברורה האבן נישט געהאט די ''אידישע געפיל'', און די על חרבך תחיה פראבלעם?

לאמיר גיין נאך א שטאפעל, ווען חברה שומרים/שמירה/חברים הויבען אן גיין מיט ביקסען ווייל זיי האלטען אז עס איז א מצב סכנה פאר זיי אן דעם. וואלט איר נישט געהאט א פראבלעם מיט אידישע געפיל. ווייל איר פארשטייט אז ווי נישט ווי דילען זיי מיט פארברעכער. סאו פארוואס ווען אן איינצעלנער מענטש האט מורא צו גיין אין די גאס, און ער וויל נאר גיין מיט א ביקס האט איר יא א פראבלעם?

די תורה איז וואס געבט אונז די אידישליכע געפיל, מען קען נישט אליינס אפמאכען וואס איז אידישלעך!
פרעג יעדן ערליכן איד אין ביהמ"ד איבער די שטארקע הלכהדיגע טענות וואס איר האט און הערט וואס זיי גייען ענטפערן, ווען איר ווילט טוישן אזא זאך ביי כלל ישראל קען דאס נאר געטון ווערן דורך גדולי ישראל ,דאס איז טוישן די מהות פון יודישע קינדער און טאקע פארדעם הערט מען דאס נאר פון אזעלכע וואס זענען נשפע פון גויישע השקפות און נישט פון קיין ערליכע אידן
קיינער רעדט נישט פון טוישען, איר זענט אבסעסד מיט טוישען. איר ציטערט א גאנצע טאג אז איינער וויל דיר טוישען. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס דו טוסט. איך דארף נישט איר זאלט האבן א ביקס, פינטעל!

די מדובר איז איבער אידן (וואס וואוינען נישט אין קרית יואל) מיט שוואכע נאטורען און האבן מורא צו גיין אויפן גאס שפעט ביינאכט, מעג ער פאר זיך האבן א ביקס? יא!
אידן וואס זענען ווערד שווערע מיליאנען דאלארען, וואס האבן מורא פון א שלעכט אויג וואס קוקט זיי נאך, מעגן זיי האבן א ביקס? יא!

אידן וואס גלייכען טאטע טויס, און ווילן שטארק זיך לערנען ציל שיסען, און ווילן האבן א ביקס, מעג ער? יא!

מען דארף נישט קיין רב פאר דעם! מען טוישט נישט קיין מהות פון כלל ישראל. גיי נישט אין שויער, און טראג נישט קיין ביקס. אבער לאז יענעם לעבן!
דא א חילוק צווישן איינער וואס טוט עס פאר סעיפטי און איינער וואס טוט עס ווייל ער וויל א טאטע/רציחה טוי.

כנלענ"ד
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4815

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:29 pm

איך האב פארדעם געמאכט א ספעיס צווישען די צוויי.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2694
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7415

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:06 pm

כפארשטיי... כבין נאר נישט זיכער אז ס’איז אזא ברייטע יא

אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך אנדערער »

מיט א פארשטכנליכע סיבה מילא אבער סתם זיך פילן פארזיכערט איז נישט קיין אידישע זאך זיך דרייען מיט א ביקס. א ביקס איז בעצם נישט א אידישע זאך און די אלע מראי מקומות איז נישט קיין ראי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך אנדערער »

ווען די משנה רעדט אז כלי זיין איז נישט מוקצה רעדט טאקע נאר פון מוקצה
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4815

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

@אנדערער מוקצה מאן דכר שמיה? (איך קען די יעב''ץ מיט די חולקים, אבער אין כאן להאריך) די שאלה איז בנוגע הוצאה. רבי אליעזר האלט אז דאס איז א תכשיט פאר א מענטש, אים איז נישט בייגעפאלן אז דאס איז נישט אידישלעך! תנא קמא קריגט אז ס'איז נישט קיין תכשיט, און ממילא במקום שאינה מעורבת טאר מען נישט ווייל עס איז דרך הוצאה ווען עס איז חגור במתניו, אבער א פראבלעם מיטן עצם כלי זיין האבן זיי נישט! און בחצר המעורבת האלטן זיי אויך אז מען מעג!

וואס הייסט אז די אלע מראה מקומות איז נישט נוגע? אידישקייט האט זיך אנגעהויבען אין יאר ת''ש? פון וואו ווייסען מיר וואס איז אידישלעך און וואס נישט, אויב נישט פון די גמרא שלחן ערוך וספרי הפוסקים?? און א רגע, פארוואס איז מען דעמאלטס געגאנגען מיט א שווערד אויב נישט פאר סעיפטי סיבות?? זיך פילן פארזיכערט איז נישט אידישלעך, זייט ווען???
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4815

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:10 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:06 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:29 pm

דא א חילוק צווישן איינער וואס טוט עס פאר סעיפטי און איינער וואס טוט עס ווייל ער וויל א טאטע/רציחה טוי.

כנלענ"ד
איך האב פארדעם געמאכט א ספעיס צווישען די צוויי.
כפארשטיי... כבין נאר נישט זיכער אז ס’איז אזא ברייטע יא
ס'איז דא א תשובה אין נודע ביהודה וועגן פאנגען חיות סתם פאר א האבי, און ער זאגט אז דאס איז נישט די דרך פון בני אברהם יצחק ויקעב צו הרג'ענען חיות פאר גארנישט. נאר דאס איז מידות עשו. אבער מיט די עצם האבי פון שיסען האט ער קיין פראבלעם.

אבער איך פארשטיי נאכאלץ אז ס'איז יש לחלק...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:46 pm @אנדערער מוקצה מאן דכר שמיה? (איך קען די יעב''ץ מיט די חולקים, אבער אין כאן להאריך) די שאלה איז בנוגע הוצאה. רבי אליעזר האלט אז דאס איז א תכשיט פאר א מענטש, אים איז נישט בייגעפאלן אז דאס איז נישט אידישלעך! תנא קמא קריגט אז ס'איז נישט קיין תכשיט, און ממילא במקום שאינה מעורבת טאר מען נישט ווייל עס איז דרך הוצאה ווען עס איז חגור במתניו, אבער א פראבלעם מיטן עצם כלי זיין האבן זיי נישט! און בחצר המעורבת האלטן זיי אויך אז מען מעג!

וואס הייסט אז די אלע מראה מקומות איז נישט נוגע? אידישקייט האט זיך אנגעהויבען אין יאר ת''ש? פון וואו ווייסען מיר וואס איז אידישלעך און וואס נישט, אויב נישט פון די גמרא שלחן ערוך וספרי הפוסקים?? און א רגע, פארוואס איז מען דעמאלטס געגאנגען מיט א שווערד אויב נישט פאר סעיפטי סיבות?? זיך פילן פארזיכערט איז נישט אידישלעך, זייט ווען???
יענע צייטן איז געווען אזא כבוד צו טראגן א שווערד
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4815

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:05 pm

קודם כל אויב איז עס נישט אידישלעך, איז עס נישט קיין כבוד.
אבער דאס איז דאך שיטות רבי אליעזר, די חכמים זאגן אז ס'איז נישט קיין כבוד נאר א גנאי!
און ווי אויך זעהט מען נישט אין די פוסקים שפעטער אז נשתנו העיתים!
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:07 pm

אבער דאס איז דאך שיטות רבי אליעזר, די חכמים זאגן אז ס'איז נישט קיין כבוד נאר א בזיון!

היינט איז דאס נישט אידישלעך און היינט איז נישט אידישלעך צו האבן א כלב אפילו אויב אמאל איז געווען אין די דארף , עס איז היינט אגויאישע זאך און שטאמט פון התקדמות לגוים און השקפת הגויים
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:29 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:28 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:18 pm
פרעג יעדן ערליכן איד אין ביהמ"ד איבער די שטארקע הלכהדיגע טענות וואס איר האט און הערט וואס זיי גייען ענטפערן, ווען איר ווילט טוישן אזא זאך ביי כלל ישראל קען דאס נאר געטון ווערן דורך גדולי ישראל ,דאס איז טוישן די מהות פון יודישע קינדער און טאקע פארדעם הערט מען דאס נאר פון אזעלכע וואס זענען נשפע פון גויישע השקפות און נישט פון קיין ערליכע אידן
קיינער רעדט נישט פון טוישען, איר זענט אבסעסד מיט טוישען. איר ציטערט א גאנצע טאג אז איינער וויל דיר טוישען. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס דו טוסט. איך דארף נישט איר זאלט האבן א ביקס, פינטעל!

די מדובר איז איבער אידן (וואס וואוינען נישט אין קרית יואל) מיט שוואכע נאטורען און האבן מורא צו גיין אויפן גאס שפעט ביינאכט, מעג ער פאר זיך האבן א ביקס? יא!
אידן וואס זענען ווערד שווערע מיליאנען דאלארען, וואס האבן מורא פון א שלעכט אויג וואס קוקט זיי נאך, מעגן זיי האבן א ביקס? יא!

אידן וואס גלייכען טאטע טויס, און ווילן שטארק זיך לערנען ציל שיסען, און ווילן האבן א ביקס, מעג ער? יא!

מען דארף נישט קיין רב פאר דעם! מען טוישט נישט קיין מהות פון כלל ישראל. גיי נישט אין שויער, און טראג נישט קיין ביקס. אבער לאז יענעם לעבן!
דא א חילוק צווישן איינער וואס טוט עס פאר סעיפטי און איינער וואס טוט עס ווייל ער וויל א טאטע/רציחה טוי.

כנלענ"ד
אינטערעסאנטע פאקט אז געווענליך די וואס דארפן עס צו שפירן סעיף האבן אויך די האבן פון די גויאישע טוי והיפך בהיפך, און די זעלבע פארשטייען היתירים און קולות אויף כל מיני קלות און גויאישקייט
אוועיטער
פערדס מיניסטער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:39 pm
x 9

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פערדס מיניסטער »

איך בין היינט ארויפגעקומען דא די ערשטע מאל און געזעהן די שמועס ביי אקטיווע האב איך געדארפט אויפסיינען און קומען זאגן אז איך האב א ביקס...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4815

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

פערדס מיניסטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 8:33 pm איך בין היינט ארויפגעקומען דא די ערשטע מאל און געזעהן די שמועס ביי אקטיווע האב איך געדארפט אויפסיינען און קומען זאגן אז איך האב א ביקס...
!!! lucky you
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1292

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פעיק ניוז »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 8:14 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:07 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:05 pm

יענע צייטן איז געווען אזא כבוד צו טראגן א שווערד
קודם כל אויב איז עס נישט אידישלעך, איז עס נישט קיין כבוד.
אבער דאס איז דאך שיטות רבי אליעזר, די חכמים זאגן אז ס'איז נישט קיין כבוד נאר א בזיון!
און ווי אויך זעהט מען נישט אין די פוסקים שפעטער אז נשתנו העיתים!
היינט איז דאס נישט אידישלעך און היינט איז נישט אידישלעך צו האבן א כלב אפילו אויב אמאל איז געווען אין די דארף , עס איז היינט אגויאישע זאך און שטאמט פון התקדמות לגוים און השקפת הגויים
אלעס ווענדט זיך פארוואס מען האט עס. אויב האט מען עס פאר סעיפטי איז עס אידישליך, און אויב האט מען עס פאר תאוות איז עס גוי'אישליך.

סימפל פימפל.

אם יש דעת יש הבדלה.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1292

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פעיק ניוז »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 8:17 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:29 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:28 pm

קיינער רעדט נישט פון טוישען, איר זענט אבסעסד מיט טוישען. איר ציטערט א גאנצע טאג אז איינער וויל דיר טוישען. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס דו טוסט. איך דארף נישט איר זאלט האבן א ביקס, פינטעל!

די מדובר איז איבער אידן (וואס וואוינען נישט אין קרית יואל) מיט שוואכע נאטורען און האבן מורא צו גיין אויפן גאס שפעט ביינאכט, מעג ער פאר זיך האבן א ביקס? יא!
אידן וואס זענען ווערד שווערע מיליאנען דאלארען, וואס האבן מורא פון א שלעכט אויג וואס קוקט זיי נאך, מעגן זיי האבן א ביקס? יא!

אידן וואס גלייכען טאטע טויס, און ווילן שטארק זיך לערנען ציל שיסען, און ווילן האבן א ביקס, מעג ער? יא!

מען דארף נישט קיין רב פאר דעם! מען טוישט נישט קיין מהות פון כלל ישראל. גיי נישט אין שויער, און טראג נישט קיין ביקס. אבער לאז יענעם לעבן!
דא א חילוק צווישן איינער וואס טוט עס פאר סעיפטי און איינער וואס טוט עס ווייל ער וויל א טאטע/רציחה טוי.

כנלענ"ד
אינטערעסאנטע פאקט אז געווענליך די וואס דארפן עס צו שפירן סעיף האבן אויך די האבן פון די גויאישע טוי והיפך בהיפך, און די זעלבע פארשטייען היתירים און קולות אויף כל מיני קלות און גויאישקייט
אבי ארויפגעשמירט א נאסן ליילעך אויף מענטשן וועם דו קענסט ניטאמאל. איך האב נישט קיין האבי, נישט פון קיין הונט און נישט פון קיין ביקס. דאך האלט איך אז עס איז פולשטענדיג אידישליך, מסורה'דיג און הלכה'דיג, זיי צו האבן, אויב שפירט מען זיך אומפארזיכערט.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2694
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7415

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:46 pm @אנדערער מוקצה מאן דכר שמיה? (איך קען די יעב''ץ מיט די חולקים, אבער אין כאן להאריך) די שאלה איז בנוגע הוצאה. רבי אליעזר האלט אז דאס איז א תכשיט פאר א מענטש, אים איז נישט בייגעפאלן אז דאס איז נישט אידישלעך! תנא קמא קריגט אז ס'איז נישט קיין תכשיט, און ממילא במקום שאינה מעורבת טאר מען נישט ווייל עס איז דרך הוצאה ווען עס איז חגור במתניו, אבער א פראבלעם מיטן עצם כלי זיין האבן זיי נישט! און בחצר המעורבת האלטן זיי אויך אז מען מעג!

וואס הייסט אז די אלע מראה מקומות איז נישט נוגע? אידישקייט האט זיך אנגעהויבען אין יאר ת''ש? פון וואו ווייסען מיר וואס איז אידישלעך און וואס נישט, אויב נישט פון די גמרא שלחן ערוך וספרי הפוסקים?? און א רגע, פארוואס איז מען דעמאלטס געגאנגען מיט א שווערד אויב נישט פאר סעיפטי סיבות?? זיך פילן פארזיכערט איז נישט אידישלעך, זייט ווען???
הלכה איז רעלעוואנט אפילו ווען השקפה’דיג איז עפעס נישט אויסגעהאלטן. דארט רעדט מען פון הלכה.

אגב, אפשר רעדט מען פאר זיכערהייט? א
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:07 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:05 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:46 pm @אנדערער מוקצה מאן דכר שמיה? (איך קען די יעב''ץ מיט די חולקים, אבער אין כאן להאריך) די שאלה איז בנוגע הוצאה. רבי אליעזר האלט אז דאס איז א תכשיט פאר א מענטש, אים איז נישט בייגעפאלן אז דאס איז נישט אידישלעך! תנא קמא קריגט אז ס'איז נישט קיין תכשיט, און ממילא במקום שאינה מעורבת טאר מען נישט ווייל עס איז דרך הוצאה ווען עס איז חגור במתניו, אבער א פראבלעם מיטן עצם כלי זיין האבן זיי נישט! און בחצר המעורבת האלטן זיי אויך אז מען מעג!

וואס הייסט אז די אלע מראה מקומות איז נישט נוגע? אידישקייט האט זיך אנגעהויבען אין יאר ת''ש? פון וואו ווייסען מיר וואס איז אידישלעך און וואס נישט, אויב נישט פון די גמרא שלחן ערוך וספרי הפוסקים?? און א רגע, פארוואס איז מען דעמאלטס געגאנגען מיט א שווערד אויב נישט פאר סעיפטי סיבות?? זיך פילן פארזיכערט איז נישט אידישלעך, זייט ווען???
יענע צייטן איז געווען אזא כבוד צו טראגן א שווערד
קודם כל אויב איז עס נישט אידישלעך, איז עס נישט קיין כבוד.
אבער דאס איז דאך שיטות רבי אליעזר, די חכמים זאגן אז ס'איז נישט קיין כבוד נאר א גנאי!
און ווי אויך זעהט מען נישט אין די פוסקים שפעטער אז נשתנו העיתים!
אויב די חכמים זאגן אז ס'איז א גנאי, פארוואס האלט רבי אליעזר אז ס'איז א כבוד?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך אנדערער »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 8:14 pm
► Show Spoiler
היינט איז דאס נישט אידישלעך און היינט איז נישט אידישלעך צו האבן א כלב אפילו אויב אמאל איז געווען אין די דארף , עס איז היינט אגויאישע זאך און שטאמט פון התקדמות לגוים און השקפת הגויים
איינער וואס האט עכט וואס מורא צי האבן און האט א ביקס שטילערהייט קומט עס נישט פון השקפת הגויים
שרייב פאוסט