יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 11:46 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:54 pm
פון די אנדערע זייט זענען אבער דא קאמפעניס וואס "רייטן" אויף אידישקייט. למשל ווען עס איז ארויסגעקומען די אזוי גערופענע "כשר'ע" קינדער MOTRIN, און איבערנאכט געגעבן א הייב די פרייז מיט 30-40 פראצענט. דאס איז אן עון בל יכופר! דאס מיינט "געריטן אויף כלל ישראל"! ע"פ הלכה איז נישט דא קיין שום חילוק צווישן ביידע סארט, די אלגעמיינע MOTRIN איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה. איז געקומען איינער און אנגעדרייט דראמע ביי כלל ישראל ווי כאילו מען קען דא נכשל ווערן מיט נבילה דאורייתא, און האט זיך אזוי פארזיכערט מיט א גוטן ביזנעס. יעדע דאלער וואס מען פארדינט אויף אזא אופן, איז גזל! נישטא קיין שום היתר בעולם פאר אזא פארברעך.
קענסט אויסברייטערן? וואס טענהן זיי איז די חשש פון די אלגעמיינע מאטרין און צו זענען זיי גערעכט?
איך האב עכט נישט קיין נערווען אריינצוגיין אין דיטאלן יעצט. אבער בקיצור, אזוי ווי
@שמח זאגט. רעדט מען פון די glycerin, וואס אין אמעריקע קומט דאס בדרך כלל פון געוואוקסען, אבער קען אויך קומען פון בעלי חיים, אדער האבן אין זיך א געמיש פון בעלי חיים גליסערן אדער בליעות וכדו'.
די אנגענומענע מיינונג ביי רוב רבנים און כשרות עקספערטן, איז געווען אז עס איז נישטא קיין שום חשש ביי motrin. מען איז דאס נאכגעגאנגען כמה פעמים, און כסדר געהאלטן אויף דעם אן אויג. רוב רבנים אריינגערעכענט אין דעם התאחדות הרבנים האבן געזאגט אז מען מעג דאס ניצן לכתחילה.
למעשה אבער האט דאס נישט געהאט קיין אפציעלע "השגחה". הגם מען האט טאקע געוויסט בידיעה ברורה אז עס האט נישט קיין שום חשש, עכ"ז איז אלעמאל דא פלאץ צו גיין נאך בעסער און דאס מאכן אונטער אן השגחה. איז געגאנגען איינער צו איינס פון די ביליגערע ברענדס, און האט באוויזן דאס אהערצושטעלן אונטער די השגחה פון די OU.
אזוי ווי עס איז אים געלונגען איז ער ארום געגאנגען צו רבנים פארציילן איבער זיין גרויסע אויפטוה, און פארשטייט זיך אז כולם פה אחד אמרו אז דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה. וואס קען זיין בעסער פון אויפהייבן די כשרות שטאפל מיט נאך א דרגה?... און ער האט טאקע באקומען שיינע חתימות פון רבנים איבער די געוואלדיגע אויפטוה, און ער האט דאס שטארק פארשפרייט און באהאנגען.
וואס די רבנים האבן אבער נישט געוויסט, איז אז דער גייט דא ארויפשרויפן די פרייז מיט גאנצע 30-40 פראצענט מער ווי די MOTRIN ברענד, וואס דאס איז די טאפ אף די מארקעט. און דאפעלט די פרייז פון די ביליגערע ברענדס. ס'איז א שיינע חומרא, מהיכי תיתי... אבער צו דען האבן די רבנים גע'חתמ'עט על דעת אז דאס וועט קאסטען דאפעלט? רעדט מען דען דא פון אן "הלכה" שאלה, אויף וואס עס איז פארשטענדליך זיך צו לאזן קאסטן נאך אפאר דאלער כדי צו זיין מער אויסגעהאלטן? מען רעדט בסך הכל פון א שיינע גדר וסייג, ס'איז א גלייכע זאך אז מען ווייסט אז מען נעמט נישט אין מויל עפעס וואס האט נישט די סטעמפל פון אן ערליכן רב. וזה הוא. וואס איז דאס גערייטעכטס אויפן כלל?
מאנכע האבן דעמאלטס גע'טענה'ט, אז ניטאמאל האט זיך יענער צוגעשטעלט צו די קלייענטעל וואס זוכט דאס. ער האט נישט גענומען קיין חסידישע השגחה, ער האט בסך הכל געלייגט אן OU! פון וועמען האסטו ליצנות געמאכט דא? דו נעמסט אידן וואס ווילן מדקדק זיין בכשרות, און דו פארקויפסט אים פאר טייער געלט אן אייטעם מיט אן השגחה וואס ער נעמט נישט אין מויל?
אבער מיר האט דעמאלטס געבאדערט דאס וואס דער תמימות'דיגע המון גייט זיך איינרעדן אז כאילו ביז היינט האט מען רחמנא ליצלן זיך געהיילט מיט נבילות וטריפות וחלב של בהמות טמאות מיט פארשידענע היתרים, און יעצט איז ב"ה דא די לעזונג. ניין שעפעלע! זאלסט וויסן קלאר! רוב רוב רוב רבנים האבן געזאגט און געשריבן ברבים אז די MOTRIN ברענד האט נישט קיין שום חשש פון מאכלות אסורות! די אלע חתימות וואס דו זעהסט אויף די וואנט פון דיין ביהמ"ד און אין די צייטונגען איז אך ורק ליתר שאת, ס'איז זייער א גלייכע חומרא. אבער ע"פ הלכה זענען ביידע אויף די זעלבע סטאנדארט כשרות, ביידע זענען אויסגעהאלטן, און מאך דיר דיין חשבון אויב דו ביסט טאקע גרייט צו צאלן כסף מלא פאר דעם.
אני הקטן זעלבסט האב דעמאלטס גערעדט מיט עטליכע כשרות באערדע, איך האב געהאלטן אז מען דארף ארויסקומען פאראייניגט אז דער המון זאל וויסן אז מען קען ווייטער ניצן די ביז איצטיגע. און ווער עס ווייסט די פאקטן, און וויל נאכאלץ שפענדן די איבריגע פאר דאלער פאר דעם, תבא עליו ברכה. נאר וואס, איך בין נישט מקרח ועדתו, און נישט איך מאך געלט אויף דעם, האב איך זיך גאנץ שנעל אפגעשאקעלט דערפון...