בלאט 3 פון 9

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:01 pm
דורך צווייטער
און נאכמער גייט מיר נישט אריין אין קאפ די הפקירות, פארוואס זאל מארגן דער ישמעאלי ימ''ש נישט נאכאמאל גיין הרג'נען נאך אידן ווען ער האט היינט באקומען חיזוק פון זיינע אידישע ברידער? ער טראכט צו זיך קוק אן אפילו די אידן גיבן אונז סופפארט...

אנטי מדינת ישראל איז נישט פרא פאליסטינער!

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:01 pm
דורך וואוילער
די טענות אויף די א.ג. נטורי קרתא זענען גרויס.
אבער די טענה אויף אונז אז מ'טוט נישט כאטש די ״mission״ פון נטרונא, איז אויך גרויס.

ס'איז צוויי באזונדערע זאכן.

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:02 pm
דורך צווייטער
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:58 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:53 pm
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:25 pm לייג א מינוט די אנשי נטורי קרתא אין א זייט

וואס טוען מיר צו מפרסם זיין מיט מסירות נפש אז די וואס צינדען דעם ביטערן פייער פון התגרות באומות פארטרעטן נישט כלל ישראל?
עז לאנג מיר טוען נישט וואס אונז דארף מיר טון פאר אונזער ריכטיגע פליכט, לאמיר נישט יענעם אפירנעמען ווען ער טוט עפעס בזמן וואס די טויגסט אויך נישט.

די נארישקייט ווערט דא איבערגע'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל, ווי כאילו עס האט שייכות איינס מיטן אנדערן.

יעדע איד פאר זיך קען און מעג און דארף און איז מחויב אפילו מיט מסירת נפש אויסשרייען און מפרסם זיין פאר די גויים אז דאס אידישע פאלק איז א פאלק מקושר מיט גאט ב''ה, מקושר מיט הר סיני, מקושר מיט תורה ומצוות, און איז א פאלק נאר מיט אמונה אינעם אויבערשטען.
דאס איז מצות קידוש השם ווי עס איז די לשון הויואל משה מאמר א' סימן קי''ד:
IMG_20231106_203819.jpg
Screenshot_2023-11-06-20-36-40-627.jpg

1)ווי קומט דא אריין גיין אין ארויסווייזן עקל'דיגע חנופה פאר די רוצחים די אראבער?

2) זיי זאגן פאר די אראבער אז זיי האלטן אויך אז ארץ ישראל באלאנגט פאר די אראבער, וואס איז נישט די ריכטיגע מעסעדזש וואס דארף ווערן דערהערט לויטן ויואל משה.
גערעכט
אבער ווען מיר פארנאכלעסיגן אזא גרויסע חיוב וואס מען דארף טון מיט מסירות נפש ווי האמער די גאל צו עפענען די מויל קעגן א צווייטן?
און צום דריטן מאל

ער טוט דאס נישט! איך רעד אקעגן אים ווייל ער פאלגט נישט די ויואל משה! ער לייגט אין א סכנה הונדערטער אידן!

און די חיוב פון וואס די ויואל משה רעדט האט גארנישט מיט שעת מלחמה. ס'איז אין אלגעמיין.

און סאטמאר רב האט זיך צוריקגעהאלטן פון די הייליגע חיוב בשעת מלחמה און צוגעווארט ביז נאך די מלחמה משום שלא יאמרו...

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:04 pm
דורך פרייליך
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:01 pm די טענות אויף די א.ג. נטורי קרתא זענען גרויס.
אבער די טענה אויף אונז אז מ'טוט נישט כאטש די ״mission״ פון נטרונא, איז אויך גרויס.

ס'איז צוויי באזונדערע זאכן.
ווען איינער טוט נישט וואס מען דארף יא און שרייט נאר אויף יענעם איז עפעס נישט ריכטיג מיט אים, אויב ברענט צו טון ווטא סמען דארף דעמאלטס טו וואס מען דארף אויב זעהסטו נאר פאר וויכטיג צו אראפרייסן 'יענעם', האט עס קיין שום זין.

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:09 pm
דורך וואוילער

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:34 pm
דורך בערל דער פייפער
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:02 pm
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:58 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:53 pm


די נארישקייט ווערט דא איבערגע'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל, ווי כאילו עס האט שייכות איינס מיטן אנדערן.

יעדע איד פאר זיך קען און מעג און דארף און איז מחויב אפילו מיט מסירת נפש אויסשרייען און מפרסם זיין פאר די גויים אז דאס אידישע פאלק איז א פאלק מקושר מיט גאט ב''ה, מקושר מיט הר סיני, מקושר מיט תורה ומצוות, און איז א פאלק נאר מיט אמונה אינעם אויבערשטען.
דאס איז מצות קידוש השם ווי עס איז די לשון הויואל משה מאמר א' סימן קי''ד:
IMG_20231106_203819.jpg
Screenshot_2023-11-06-20-36-40-627.jpg

1)ווי קומט דא אריין גיין אין ארויסווייזן עקל'דיגע חנופה פאר די רוצחים די אראבער?

2) זיי זאגן פאר די אראבער אז זיי האלטן אויך אז ארץ ישראל באלאנגט פאר די אראבער, וואס איז נישט די ריכטיגע מעסעדזש וואס דארף ווערן דערהערט לויטן ויואל משה.
גערעכט
אבער ווען מיר פארנאכלעסיגן אזא גרויסע חיוב וואס מען דארף טון מיט מסירות נפש ווי האמער די גאל צו עפענען די מויל קעגן א צווייטן?
און צום דריטן מאל

ער טוט דאס נישט! איך רעד אקעגן אים ווייל ער פאלגט נישט די ויואל משה! ער לייגט אין א סכנה הונדערטער אידן!

און די חיוב פון וואס די ויואל משה רעדט האט גארנישט מיט שעת מלחמה. ס'איז אין אלגעמיין.

און סאטמאר רב האט זיך צוריקגעהאלטן פון די הייליגע חיוב בשעת מלחמה און צוגעווארט ביז נאך די מלחמה משום שלא יאמרו...
גראדע האב איך געזעהן א דרשה פון הרב משה בער בעק ז"ל ווי ברענגט נאך פון רבי’ן אז מען דארף אפי’ בשעת מלחמה

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 11:27 pm
דורך צווייטער
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:34 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:02 pm
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:58 pm

גערעכט
אבער ווען מיר פארנאכלעסיגן אזא גרויסע חיוב וואס מען דארף טון מיט מסירות נפש ווי האמער די גאל צו עפענען די מויל קעגן א צווייטן?
און צום דריטן מאל

ער טוט דאס נישט! איך רעד אקעגן אים ווייל ער פאלגט נישט די ויואל משה! ער לייגט אין א סכנה הונדערטער אידן!

און די חיוב פון וואס די ויואל משה רעדט האט גארנישט מיט שעת מלחמה. ס'איז אין אלגעמיין.

און סאטמאר רב האט זיך צוריקגעהאלטן פון די הייליגע חיוב בשעת מלחמה און צוגעווארט ביז נאך די מלחמה משום שלא יאמרו...
גראדע האב איך געזעהן א דרשה פון הרב משה בער בעק ז"ל ווי ברענגט נאך פון רבי’ן אז מען דארף אפי’ בשעת מלחמה
די טרוקענע מציאות איז אז ער האט עס נישט געטון בשעת מלחמה, פינטל.

ער האט אפילו געווארט מיט די פייערדיגע נשא תורה ''צו ראטעווען אידן פון מחשבת מינות'' ביז די מלחמה וועט זיך ענדיגן, זאגנדיג אז ווען אידיש בלוט גיסט זיך איז נישט די צייט פאר דעם!

הגאון הגדול ואיש צדיק הרב ר' משה בער בעק זצ''ל איז געווען א דורכגעטראכטער איד און א גרויסע תלמוד חכם, דעתו דארף עקסטער באהאנדלט ווערן, און נישט דאס איז די טעמע דא.

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 11:30 pm
דורך אסטראלאג
מהרי"ד ווייס שליט"א האט שוין אסאך ארומגערעדט דערוועגן.

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 4:56 am
דורך קטןודל
דריי נקודות.

א. הרה"ק מסאטמאר האט נישט גערעדט בשעת מלחמה, ווי מ'האט שוין דא געשריבן.

ב. הרה"ק מסאטמאר האט נאר פראפאגאנדירט קעגן מדנ"י בשעת ס'איז געווען דארט א גזירה נגד הדת, קיינמאל איז נישט פארגעקומען קיין פראטעסטן בלויז מיט'ן ציל צו דערקלערן סאטמאר'ס שטעלונג קעגן מדנ"י.

ג. ס'איז ריכטיג אז פון ספרי הרה"ק מסאטמאר קען מען ארויסנעמען פארשידענע אוקימתא'ס און ראיות לשיטת נטו"ק וכדו' (עפ"י משל כדרך וואס רעפארמער נעמען ארויס פון די תורה), אבער ס'נעמט נישט אוועק די 'מעשה רב' וואס ער האט זעלבסט געטון כמבואר באותיות א' וב'.

וזאת התורה לא תהא מוחלפת.

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:38 am
דורך קטןודל
איין נקודה אויסגעלאזט.

ד. ס'איז אמת אז הרה"ק מסאטמאר האט געהאלטן אז ס'איז א גרויסע זאך מכריז ומודיע צו זיין פאר די וועלט אז די ציונים פארטרעטן נישט אידן וכו', אבער ער זעלבסט האט עס קיינמאל נישט געטון נאר באופן המבואר באות ב'. ס'איז אבער דא באווייזן אז ער האט געשטרעבט צו האבן אזא נטרונא סטייל ארגאניזאציע, און כ'מיין אז ס'איז אויך פאקטיש געגרינדעט געווארן, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט לאנג-טערמיניג.

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:13 am
דורך world champion
חחח... נאך א אישי ביטע

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:31 am
דורך קטןודל
world champion האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:13 am חחח... נאך א אישי ביטע
רעדסט צו מיך?

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:31 am
דורך טיפע טאשן
world champion האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:13 am חחח... נאך א אישי ביטע
?

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:36 am
דורך תינוק הבורח
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:25 pm לייג א מינוט די אנשי נטורי קרתא אין א זייט

וואס טוען מיר צו מפרסם זיין מיט מסירות נפש אז די וואס צינדען דעם ביטערן פייער פון התגרות באומות פארטרעטן נישט כלל ישראל?
עז לאנג מיר טוען נישט וואס אונז דארף מיר טון פאר אונזער ריכטיגע פליכט, לאמיר נישט יענעם אפירנעמען ווען ער טוט עפעס בזמן וואס די טויגסט אויך נישט.
מסירת נפש?

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:39 am
דורך משה רבינו
איין מחשבה פון איד איז מער ווי אלע גיום צוזאמען,
אפשר ווען מען וועט ענדיגן אויסרייסן די יצר הרע ביי כלל ישראל וועט מען גייען צו די גיום....

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:52 am
דורך וזה ברור
די הנחה אז דער רבי האט נישט גערעדט בשעת מלחמה, איז נישט מדויק, ווייל די 6 טאגיגע מלחמה האט זיך געענדיגט מוצש"ב נשא שפעט ביינאכט און בשעת דער רבי האט געזאגט די תורה, און ביותר ווען ער האט זיך זיך געגרייט צו זאגן די תורה האט ער נאכנישט געוויסט אז ס'איז שטילשטאנד, נאר עפ"י רוב האט ער נישט גערעדט ווייל ער האט געהאלטן אז מען וועט אים נישט פארשטיין משא"כ כ"ז איז ער געווען אזוי צושטורעמט און ער האט שוין געהאט ארויסגעגעבן דעם ויואל משה האט ער טאקע יא גערעדט, און די פורים תורה וועגן מקטריגים איז קלאוני בעלאוני....

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:31 am
דורך אברהם העברי
וזה ברור האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:52 am די הנחה אז דער רבי האט נישט גערעדט בשעת מלחמה, איז נישט מדויק, ווייל די 6 טאגיגע מלחמה האט זיך געענדיגט מוצש"ב נשא שפעט ביינאכט און בשעת דער רבי האט געזאגט די תורה, און ביותר ווען ער האט זיך זיך געגרייט צו זאגן די תורה האט ער נאכנישט געוויסט אז ס'איז שטילשטאנד, נאר עפ"י רוב האט ער נישט גערעדט ווייל ער האט געהאלטן אז מען וועט אים נישט פארשטיין משא"כ כ"ז איז ער געווען אזוי צושטורעמט און ער האט שוין געהאט ארויסגעגעבן דעם ויואל משה האט ער טאקע יא גערעדט, און די פורים תורה וועגן מקטריגים איז קלאוני בעלאוני....
הייליג גערעכט!

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:39 pm
דורך חוט של חסד
נטורא קרתא לאזט הערן דעם קול מחאה קעגן די 1400 גע'רצח'נטע...

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:31 pm
דורך צווייזייטיג
אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 11:30 pm מהרי"ד ווייס שליט"א האט שוין אסאך ארומגערעדט דערוועגן.
וואו רעדט ער?

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:34 pm
דורך לומד
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:39 pm נטורא קרתא לאזט הערן דעם קול מחאה קעגן די 1400 גע'רצח'נטע...
סתם פאר נייגער, אין וועלעכע מוסדות זענען די קינדער? מען לאזט זיי אזוי נעמן יעדע שני וחמישי ארויס אויפען גאס?

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:36 pm
דורך תינוק הבורח
לומד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:34 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:39 pm נטורא קרתא לאזט הערן דעם קול מחאה קעגן די 1400 גע'רצח'נטע...
סתם פאר נייגער, אין וועלעכע מוסדות זענען די קינדער? מען לאזט זיי אזוי נעמן יעדע שני וחמישי ארויס אויפען גאס?
עת לעשות.....





לה' הפרו תורתך....

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 8:38 pm
דורך פרייליך
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:39 pm נטורא קרתא לאזט הערן דעם קול מחאה קעגן די 1400 גע'רצח'נטע...
ווי איז דאס געווען אויף טיק טאק? וואס זאגן די גויים צו דעים?

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 8:55 pm
דורך אנדערער
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:04 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:01 pm די טענות אויף די א.ג. נטורי קרתא זענען גרויס.
אבער די טענה אויף אונז אז מ'טוט נישט כאטש די ״mission״ פון נטרונא, איז אויך גרויס.

ס'איז צוויי באזונדערע זאכן.
ווען איינער טוט נישט וואס מען דארף יא און שרייט נאר אויף יענעם איז עפעס נישט ריכטיג מיט אים, אויב ברענט צו טון ווטא סמען דארף דעמאלטס טו וואס מען דארף אויב זעהסטו נאר פאר וויכטיג צו אראפרייסן 'יענעם', האט עס קיין שום זין.
איך בין נישט יוצא מיין חיוב צו העלפן מיין שכן. יעצט טאר איך נישט שרייען ווען דו שלאגסט מיין קאזין? מה ענין שמיטה אצל הר המנוחות?

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:00 pm
דורך פרייליך
אויב האסטו נישט רחמנות אזוי אויף אידיש בלוט בשעת ווען מען מעג יא זאגן פארן גוי אז דער ציוני האט קיין שייכות צו מיר, ווי ביסטו מיר יעצט פלוצלינג געווארן אזא אוהב ישראל און עס טוט דיר וויי אז מען שטייט נעבן רוצחים? אויב ביסטע אן אוהב ישראל טוה וואס אן אוהב טוט
אויב האסטו זיי פיינט ווייל די האסט פשוט ליב די מדינה ביסטע דאך א פשוטע ציונים ליבהאבער.

Re: מהנעשה והנשמע בקרב אנשי 'נטורי קרתא' בזמננו

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:01 pm
דורך חוט של חסד
פרייליך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 8:38 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:39 pm נטורא קרתא לאזט הערן דעם קול מחאה קעגן די 1400 גע'רצח'נטע...
ווי איז דאס געווען אויף טיק טאק? וואס זאגן די גויים צו דעים?
ס'איז געווען אויף טוויטער

אבי מימרן פון קול חי ראדיא סטאנציע (פאר ווער ס'קען זיך אויס...) האט עס געטוויט בייגעלייגט מיט חירופים וגידופים...

כ'פיל נישט אז ס'איז פאסיג עס אהערברענגען... ער שרייבט זייער גראבע אויסדרוקן קעגן די "עקסטרעמיסטישע קאפ און וואנט" באנדע...

אבער, מ'קען אויסדרוקליך נישט זאגן אז ער איז נישט גערעכט...

משוגע האט אויך א שיעור!