בלאט 3 פון 3

Re: וואס מיינט משנה זיין?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:27 pm
דורך וואלף
נאך וואס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:30 am
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:15 pm יעדעס יאר פאר ל''ג בעומר טוט זיך אויב מאכן א הדלקה הייסט משנה זיין אזוי אויך יעדעס מאל ווען קהלות קומען אויף מיט נייע געדאנקען

נישט אריינצוגיין יעצט אין קהלות וואס האבן גדולי ישראל, נאר ביי א מענטש בפרטיות איז די שאלה וואס מיינט משנה זיין? וואס איז די גדר פון משנה זיין?
מעג א מענטש זיך איינפירן א נייע מנהג טוב וואס ער האט געזעהן אין א ספר אדער ביי א צווייטען וואס ציעהט אים א זאך וואס זיין טאטע האט נישט געטועהן הייסט דאס משנה זיין?
אויב די טאטע האט נישט געזינגען ביים שבת טיש פרייטאג צונאכטס י-ה אכסוף אדער צור משלו און ער זינגט יא הייסט דאס משנה געווען?

די סברה זאגט אז משנה זיין הייסט נאר ווען מען טוט א זאך וואס די עלטערן זענען געווען דערקעגן נישט קיין חילוק צו מצד הלכה אדער מצד השקפה, אזוי אויך אויפצוהערן טועהן א מנהג וואס זיי האבן יא געטועהן הייסט משנה געווען, אבער צוצולייגן פרישע גוטע מנהגים איז לכאורה נישט קיין פראבלעם,

אדרבה אויב איינער קען אריינקומען מיט א קלארקייט אין דעם ענין
איך האב אמאל געהערט פון אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א א כלל אין די נושא.

יעדע זאך וואס מען האט געקענט טון און מען האט עס נישט געטון, דארף מען זיך צו דעם האלטן (למשל בדיקת צלע י"ג, אייזערנע וועלגער העלצער, ועוד)

אויב מען האט נישט געהאט די יכולת צו טון און יעצט האט מען יא די יכולת, מעג מען מוסיף זיין. (לדוגמא, שחיטה מנחת, קצירות חיטים במקום שאין גשמים יורדים, תפילין מעור אחד, ועוד)
פאריגע וואך אין משלחן מלכים פארציילט דער רבי מהר"א די מעשה פונעם באראן ראטשילד וואס האט געוויזן פארן באבובער רב אז ער האט א עקסטערע הויז ספעציעל פאר פסח, און דער באבובער רב איז בכלל נישט נתפעל געווארן, און ער האט מסביר געווען אז זיין זיידע דער הייליגער דברי חיים כאטש ער האט נישט געהאט אזויפיל געלט ווי אייך אבער אויב וואלט ווען געווען א ענין אין דעם וואלט ער עס געמאכט, און אז ער האט עס נישט געמאכט איז א סימן אז ס'איז נישט קיין הידור

אבער ווי @ווערווייס לייגט שיין אראפ אז אין יעדן דור איז דא זאכן וואס די מנהיגים זעען פאר א צורך מוסיף צו זיין לויטן דור
ערגעץ האט מען שוין גערעדט דערפון דא אז משנה זיין מיינט א שינוי אין יסודות הדת, אבער אנדערע זאכן קענען מנהיגים צולייגן וואס זיי זעען אז ס'איז א צורך לויטן דור, א שטייגער ווי דער רבי ז"ל דער דברי יואל האט געמאכט א מיידל סקול אין אמעריקא

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 12:17 pm
דורך שבת קודש
-

Re: וואס מיינט משנה זיין?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 12:23 pm
דורך יונה טויב
נאך וואס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:30 am
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:15 pm יעדעס יאר פאר ל''ג בעומר טוט זיך אויב מאכן א הדלקה הייסט משנה זיין אזוי אויך יעדעס מאל ווען קהלות קומען אויף מיט נייע געדאנקען

נישט אריינצוגיין יעצט אין קהלות וואס האבן גדולי ישראל, נאר ביי א מענטש בפרטיות איז די שאלה וואס מיינט משנה זיין? וואס איז די גדר פון משנה זיין?
מעג א מענטש זיך איינפירן א נייע מנהג טוב וואס ער האט געזעהן אין א ספר אדער ביי א צווייטען וואס ציעהט אים א זאך וואס זיין טאטע האט נישט געטועהן הייסט דאס משנה זיין?
אויב די טאטע האט נישט געזינגען ביים שבת טיש פרייטאג צונאכטס י-ה אכסוף אדער צור משלו און ער זינגט יא הייסט דאס משנה געווען?

די סברה זאגט אז משנה זיין הייסט נאר ווען מען טוט א זאך וואס די עלטערן זענען געווען דערקעגן נישט קיין חילוק צו מצד הלכה אדער מצד השקפה, אזוי אויך אויפצוהערן טועהן א מנהג וואס זיי האבן יא געטועהן הייסט משנה געווען, אבער צוצולייגן פרישע גוטע מנהגים איז לכאורה נישט קיין פראבלעם,

אדרבה אויב איינער קען אריינקומען מיט א קלארקייט אין דעם ענין
איך האב אמאל געהערט פון אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א א כלל אין די נושא.

יעדע זאך וואס מען האט געקענט טון און מען האט עס נישט געטון, דארף מען זיך צו דעם האלטן (למשל בדיקת צלע י"ג, אייזערנע וועלגער העלצער, ועוד)

אויב מען האט נישט געהאט די יכולת צו טון און יעצט האט מען יא די יכולת, מעג מען מוסיף זיין. (לדוגמא, שחיטה מנחת, קצירות חיטים במקום שאין גשמים יורדים, תפילין מעור אחד, ועוד)
דאס געהערט וואו? viewtopic.php?t=679

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 12:41 pm
דורך נישט קיין בהלה
די הדלקה אין חוץ לארץ הייסט נישט משנה געווען, עס הייסט אריבערגעברענגט א מנהג ארץ ישראל אויך דאהי.
ווייל באמת איז די עיקר מנהג צו מאכן די הדלקה נאר ביים ציון פון רשב"י, נאר די בני ירושלים פלעגן מאכן די הדלקה אויך אין אנדערע פלעצער אין ארץ ישראל אפילו נישט ביים ציון, דעריבער אויב איז דאס שוין נישט ביים ציון איז שוין נישט קיין נפקא מינה צו מען איז אין די לאנד ווי רבי שמעון ליגט צו אין די וועלט ווי רבי שמעון ליגט.

נאר וואס דען, קודם איז דאס געווען א מנהג ביי בני ארץ ישראל צו מאכן אן הדלקה איבעראל אפילו נישט ביים ציון, און היינט אויב מען טוט דאס ערגעץ אנדערש אויך, איז דאס פשוט אריבערגעברענגט די מנהג ארץ ישראל אויך קיין חוץ לארץ, אבער עס הייסט נישט ווי מען איז מחדש דא א גענצליך נייע מנהג.

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 12:47 pm
דורך סטעישאן וועעגן
צ/ק
-א קהל וועבסייט

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 1:01 pm
דורך אנדערער
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:47 pm צ/ק
-א קהל וועבסייט
פארוואס?

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 1:10 pm
דורך סטעישאן וועעגן
ווייל אויב אינטערנעט איז בעצם א חפץ של איסור נאר בדוחק היתירו אך ורק לצורך ובמקום פרנסה (כנוסח כל דרשה לעניני טכנולגי') איז א קהל'ס וועבסייט ערגער ווי משנה זיין...

הגם איך בין זיכער אז די סייט האט גארנישט מיט קהילת סאטמאר

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 1:16 pm
דורך אנדערער
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:10 pm ווייל אויב אינטערנעט איז בעצם א חפץ של איסור נאר בדוחק היתירו אך ורק לצורך ובמקום פרנסה (כנוסח כל דרשה לעניני טכנולגי') איז א קהל'ס וועבסייט ערגער ווי משנה זיין...

הגם איך בין זיכער אז די סייט האט גארנישט מיט קהילת סאטמאר
איך מיין אז אין סאטמאר איז אנגענומען אז די עצם אינטערנעט איז נישט דער איסור נאר א פתח. אויב יא וואלט אידטיש און אלע אנדערע וועבסייטס וואס זענען נישט דירעקט פרנסה סייטס געווען פארשפארט

Re: וואס מיינט משנה זיין?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 5:06 pm
דורך באקאנטע ידען
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:15 pm יעדעס יאר פאר ל''ג בעומר טוט זיך אויב מאכן א הדלקה הייסט משנה זיין אזוי אויך יעדעס מאל ווען קהלות קומען אויף מיט נייע געדאנקען

נישט אריינצוגיין יעצט אין קהלות וואס האבן גדולי ישראל, נאר ביי א מענטש בפרטיות איז די שאלה וואס מיינט משנה זיין? וואס איז די גדר פון משנה זיין?
מעג א מענטש זיך איינפירן א נייע מנהג טוב וואס ער האט געזעהן אין א ספר אדער ביי א צווייטען וואס ציעהט אים א זאך וואס זיין טאטע האט נישט געטועהן הייסט דאס משנה זיין?
אויב די טאטע האט נישט געזינגען ביים שבת טיש פרייטאג צונאכטס י-ה אכסוף אדער צור משלו און ער זינגט יא הייסט דאס משנה געווען?

די סברה זאגט אז משנה זיין הייסט נאר ווען מען טוט א זאך וואס די עלטערן זענען געווען דערקעגן נישט קיין חילוק צו מצד הלכה אדער מצד השקפה, אזוי אויך אויפצוהערן טועהן א מנהג וואס זיי האבן יא געטועהן הייסט משנה געווען, אבער צוצולייגן פרישע גוטע מנהגים איז לכאורה נישט קיין פראבלעם,

אדרבה אויב איינער קען אריינקומען מיט א קלארקייט אין דעם ענין
כגלייב נישט אז די קדושת יו"ט האט געזונגען ואמרתם (קען זיין אז עס איז געווען 2 אידן וואס זענען געווען אין מירון און זיי האבן עס אהיימגעסרעהגט ? מאכט נישט קיין סענס כמובן), און די רבי ז"ל האט געזונגען אויך אשרינו,

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 5:08 pm
דורך שאינו יודע לשאול
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:10 pm ווייל אויב אינטערנעט איז בעצם א חפץ של איסור נאר בדוחק היתירו אך ורק לצורך ובמקום פרנסה (כנוסח כל דרשה לעניני טכנולגי') איז א קהל'ס וועבסייט ערגער ווי משנה זיין...

הגם איך בין זיכער אז די סייט האט גארנישט מיט קהילת סאטמאר
"ערגער ווי משנה זיין" האט גארנישט מיט משנה זיין...

עפן א נייע אשכול וועגן אינטערנעט.

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 11:08 pm
דורך געמיטליך
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:01 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:47 pm צ/ק
-א קהל וועבסייט
פארוואס?
טעלעוויזשאן און ווידיא זענען געווען אמאל אויכעט און מען האט עס נישט געניצט מטעם הקהילה צו בויען די קהילה, אויב הייבט מען עס אהן ניצן איז עס א שינוי.

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 11:22 pm
דורך שאינו יודע לשאול
געמיטליך האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:08 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:01 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:47 pm צ/ק
-א קהל וועבסייט
פארוואס?
טעלעוויזשאן און ווידיא זענען געווען אמאל אויכעט און מען האט עס נישט געניצט מטעם הקהילה צו בויען די קהילה, אויב הייבט מען עס אהן ניצן איז עס א שינוי.
טעלעפאון ליינס אויכעט.

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 12:04 am
דורך געמיטליך
טעלעפאון ליינס און טייליוויזיע איז א שטיקל חילוק

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 12:17 am
דורך אנדערער
געמיטליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:04 am טעלעפאון ליינס און טייליוויזיע איז א שטיקל חילוק
אינטערנעט און טעלעוויזיע אויך

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 9:33 am
דורך שמח
געמיטליך האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:08 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:01 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:47 pm צ/ק
-א קהל וועבסייט
פארוואס?
טעלעוויזשאן און ווידיא זענען געווען אמאל אויכעט און מען האט עס נישט געניצט מטעם הקהילה צו בויען די קהילה, אויב הייבט מען עס אהן ניצן איז עס א שינוי.
גיב א קוקו אויף דעם נייעם סייט און זאג דו מיר צו דעיס איז מטעם הקהילה...

מ'דארף ניצן אביסל קאמען סענס.

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 12:26 pm
דורך שבת קודש
מאנסי וויזניצער רבי האי געזאגט ביי של''ס אז היות די בחורים גייען צו אומאויסגעהאלטענע הדלקות בצניעות פלאנט ער נעקסעטע יאר ל''ג בעומר אנצוהייבען צו מאכן א הדלקה
[קול בחצרות]

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 12:41 pm
דורך מחדש
מחדש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:41 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:26 pm מאנסי וויזניצער רבי האי געזאגט ביי של''ס אז היות די בחורים גייען צו אומאויסגעהאלטענע הדלקות בצניעות פלאנט ער נעקסעטע יאר ל''ג בעומר אנצוהייבען צו מאכן א הדלקה
[קול בחצרות]
האסט א דוגמה פון א "אומאויסגעהאלטענע הדלקה"?!

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 3:03 pm
דורך שאינו יודע לשאול
געמיטליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:04 am טעלעפאון ליינס און טייליוויזיע איז א שטיקל חילוק
נישט לגבי משנה זיין.

קענסט עפענען א אשכול איבער אינטערנעט, מיט די שמועס איבער משנה זיין האט עס נישט קיין שייכות.

Re: ווען און וואס הייסט "משנה זיין"?

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 6:12 pm
דורך שמח
מחדש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:41 pm
מחדש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:41 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:26 pm מאנסי וויזניצער רבי האי געזאגט ביי של''ס אז היות די בחורים גייען צו אומאויסגעהאלטענע הדלקות בצניעות פלאנט ער נעקסעטע יאר ל''ג בעומר אנצוהייבען צו מאכן א הדלקה
[קול בחצרות]
האסט א דוגמה פון א "אומאויסגעהאלטענע הדלקה"?!
קען זיין אין מאנסי איז דא אזעלכע זאכן, כ'האב טאקע נישט געהערט אבער ס'איז מעגליך אז ס'האט זיך געמאכט.

מיינט לכאורה אזעלכע פראסטע סטיל הדלקות צוזאמקומען.