בלאט 3 פון 3

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 2:57 pm
דורך אלף טויב
@אסמכתא בעלמא ביזט זייער אייגענארטיג ג'ספייסט פאסט דיר גוט צו זיין אין די פירערשאפט פין אונזער רייכער טיש!!!

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 3:55 pm
דורך ווירקליך
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 2:54 pm די סערווער אריבערגעפירעכץ קומט אצינד פאר.

מ'האט אויסגעארבעט בס"ד אז אלעס קען ווייטער אנגיין בשעת דעם טראנספארמירונג, אויסער דאס 'אפדעיטן' נייעס אויפן הויפט בלאט וואס וועט זיין אויף פאזע פארן היינטיגן נאכמיטאג און ביינאכט.

די טרעילאר'ס פארן ב"ה און די סערווערס שמועסן זיך אויס, אלעס פאר אונזערט וועגן. ובשם ה' נעשה ונצליח.
וואאאאטשש!! כאדיר געבעטן זאלסט האלטן דעם פאפיר גראד!! יעצט האט זיך מיין פאוסט אויסגעגאסן!

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:04 pm
דורך אלף טויב
שאקס... איך האב נאך געפריווט זיך אנכאפן אזוי הענגעדיג אביסל... אבער איך מיז דיר זאגן בכלל נישט אזוי שלעכט דא אינטען... ווי זאגט די וועלט, צרוק גייט מיין קאזען...

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:43 am
דורך א קלער
תהילה לקל דער הויפט זייטל ארבעט שוין געהעריג און ווערט שוין אפדעיטעד מיט געשמאקע און זאפטיגע, נאר מעין, און נאר גוטע און כשר'ע, נייעס וואס טוט זיך אויף דער וועלט.

זאגטס נישט אויס פאר קיינעם, אז פון די אישוס וואס האבן זיך געמאכט האט מען ב"ה אנטדעקט אז ס'איז געווארן אריינגעשיקט פעסטע "וויירוס"עס ר"ל אין אונזער בעק-ענד פונעם נייעס בלאט. דאס איז עפעס וואס אפעקטירט נישט קיין וויזיטארס, אבער קען ח"ו הרג'נען דעם סייט גופא.

דערפאר איז פריידיג אז מ'האמיר ב"ה באצייטנס גענומען די נויטיגע שריט און אנגעהויבן פונדאסניי, מ'האמיר די נאכט אריבערגעלייגט די סייט מיט די פארומס אויף א גענצליך נייע סערווער, מיט א גאר שטארקע אנטיוויירוס, און ב"ה ס'איז געלונגען צו מאכן אלעס שא שטיל אנדעם וואס דער עולם זאל עס שפירן...

אצינד זעמיר ב"ה העכסט מסודר, מיט'ן הילף פון השי"ת, און די הונדערטער מעמבערס און טויזנטער ליינער קענען ב"ה ווייטער נהנה זיין!

פיל הצלחה אויף ווייטער.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:11 am
דורך אלף טויב
אין ווידער אמאל פאר די וואס מיטשענען זיך מיט ראשי תיבות...
ואכמ"ל ואין כאן מקומו להאריך. אפס.. נישט געניצט איצטערעט... שוין פארט גוט צי האלטן פאר די אויגן...

#איד-טיש_קדמך
#אלטע_איי-ער_שפירט_זיך_ווייט

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:04 pm
דורך וואוילער
אלף טויב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:11 am אין ווידער אמאל פאר די וואס מיטשענען זיך מיט ראשי תיבות...
ואכמ"ל ואין כאן מקומו להעריך. אפס.. נישט געניצט איצטערעט... שוין פארט גוט צי האלטן פאר די אויגן...

#איד-טיש_קדמך
#אלטע_איי-ער_שפירט_זיך_ווייט
להאריך

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:17 pm
דורך יאנטשי
ווער געדענקט נאך די קראך אין '23... אפס! ב"ה צייטליך פארמיטן געווארן

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 20, 2023 10:31 pm
דורך שמח
למעלה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:05 am
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:57 am ס'איז געוארן "רידיירעקטעד"
המממ און דער דעוועלאפער האט נישט געטראפן אין די קאוד ווי עס האט געקענט געשען? סאונד טאקע פאני.

מען דארף לכאורה סקענען די סייט פון מאלווער.

עניוועי זאל זיין מיט הצלחה.

--

האקט מיט א בעק ענד. דו רעדסט פון די סטעדזשינג סייט?
וואס מיינט דאס ''מאלווער'' ?

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 12:52 am
דורך טשיינע קלאזעט
שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 10:31 pm וואס מיינט דאס ''מאלווער'' ?
https://www.techtarget.com/searchsecuri ... on/malware

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:43 am
דורך למעלה
שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 10:31 pm
למעלה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:05 am
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:57 am ס'איז געוארן "רידיירעקטעד"
המממ און דער דעוועלאפער האט נישט געטראפן אין די קאוד ווי עס האט געקענט געשען? סאונד טאקע פאני.

מען דארף לכאורה סקענען די סייט פון מאלווער.

עניוועי זאל זיין מיט הצלחה.

--

האקט מיט א בעק ענד. דו רעדסט פון די סטעדזשינג סייט?
וואס מיינט דאס ''מאלווער'' ?
וויירעסוס

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 3:44 pm
דורך אסמכתא בעלמא
איך וויל מעלדן אז די טעמע איבער געקענסלטע זינגערס אין סאטמאר, איז געווארן ארויסגעפירט.

די סיבה איז, ווייל ס'איז די רעדע פון עטליכע געשעענישן וואס זענען אנדערש איינס פון צווייטן, און יעדע איינע האט אנדערע הייקעלע נקודות, און אלע אינאיינעם ברענגט צו פראבלעמען וואס שטערט פאר אונזער לויטערקייט סיי אין בין אדם לחבירו און סיי אין בין אדם למקום.

איך שפיר וויכטיג עס קלאר צו מאכן ווייל בעצם איז געווען דארט א סאלידדע נקודה פונעם פותח האשכול איבער די נושא פון זינגערס זאגן מיינונגען אין אידישקייט ענינים, אבער כאמור האמיר עס געמוזט ארויספירן למען טהרת מקומינו. מעגליך מען וועט קענען צוריקברענגען טיילן דערפון.

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 6:36 pm
דורך וואוילער
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 3:44 pm מעגליך מען וועט קענען צוריקברענגען טיילן דערפון.
וואלט געוועהן א גלייכע זאך.

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:37 pm
דורך פייל און בויגן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 3:44 pm איך וויל מעלדן אז די טעמע איבער געקענסלטע זינגערס אין סאטמאר, איז געווארן ארויסגעפירט.

די סיבה איז, ווייל ס'איז די רעדע פון עטליכע געשעענישן וואס זענען אנדערש איינס פון צווייטן, און יעדע איינע האט אנדערע הייקעלע נקודות, און אלע אינאיינעם ברענגט צו פראבלעמען וואס שטערט פאר אונזער לויטערקייט סיי אין בין אדם לחבירו און סיי אין בין אדם למקום.

איך שפיר וויכטיג עס קלאר צו מאכן ווייל בעצם איז געווען דארט א סאלידדע נקודה פונעם פותח האשכול איבער די נושא פון זינגערס זאגן מיינונגען אין אידישקייט ענינים, אבער כאמור האמיר עס געמוזט ארויספירן למען טהרת מקומינו. מעגליך מען וועט קענען צוריקברענגען טיילן דערפון.
יפה עשית.

בכלל האט איז געווען א שטארקע צומישעניש, ווייל מ' קען דאך נישט שרייבן קיין נעמען, סא איינער האט גערעדט פון די זינגער וואס האט געדארפט זינגען אין וויליאמסבורג, די צווייטער האט אפגעענטפערט מיט עפעס וואס האט א שייכות מיט די זינגער וואס האט געדארפט זינגען אין מאנסי, און דער דריטער האט בכלל נישט פארשטאנען די שמועס, ווייל ער האט געמיינט אז מ' רעדט פון די זינגער וואס האט געדארפט זינגען אין ק"י.

אזוי ווייט אז היינט האט שוין איינער גערעדט איבער די זינגער וואס האט געזינגען אין וואשינגטאן די.סי.....

אזוי קען מען קיין שמועס נישט פירן.

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:55 pm
דורך נקודות טובות
פייל און בויגן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:37 pm

אזוי ווייט אז היינט האט איינער גערעדט פון וואשינגטאן די סי?
איך האב פון דעם גערעדט, און איך בין געווען דער פותח האשכול. נישט קיין שום צימישעניש!
---------------------

@אסמכתא בעלמא ביטע פראבירן וואס איז שייך כדי צוריקצושטעלן דעם אשכול.

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:20 pm
דורך פייל און בויגן
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:55 pm

געוואלדיג, האסטו -געערטער פותח האשכול- גערעדט פון וואשינגטאן די.סי., א צווייטער האט געשריבן וועגן מאנסי, דריטער האט גע'טענה'ט וויליאמסבורג, און פערטער האט אפגעענטפערט ק"י...

א צומישעניש געווען.

יעדע מעשה האט אנדערע סיבות פארוואס עס איז א פראבלעם און אנדערע סיבות פארוואס נישט, און מ' טענה'עט זיך אויף הויכע טענער, אינדערצייט וואס יעדער רעדט פון א אנדערע מעשה...

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:04 pm
דורך אסמכתא בעלמא
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:55 pm @אסמכתא בעלמא ביטע פראבירן וואס איז שייך כדי צוריקצושטעלן דעם אשכול.
מסודר בס"ד. איך האף מען וועט קענען דארט ממשיך זיין אויף א אויסגעהאלטענע וועג.

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:13 pm
דורך וואוילער
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:04 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:55 pm @אסמכתא בעלמא ביטע פראבירן וואס איז שייך כדי צוריקצושטעלן דעם אשכול.
מסודר בס"ד. איך האף מען וועט קענען דארט ממשיך זיין אויף א אויסגעהאלטענע וועג.
ארבעט נאכנישט

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:15 pm
דורך פלעשלייט
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:13 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:04 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:55 pm @אסמכתא בעלמא ביטע פראבירן וואס איז שייך כדי צוריקצושטעלן דעם אשכול.
מסודר בס"ד. איך האף מען וועט קענען דארט ממשיך זיין אויף א אויסגעהאלטענע וועג.
ארבעט נאכנישט
ארבעט פיין ב"ה.
די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)
viewtopic.php?t=1044

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 30, 2025 2:08 pm
דורך מערכת אידטיש
@איינגעשריבענע באנוצער

שלום עליכם טייערע חברים.

ווי איר האלט מיט, האט זיך די טרעפיק אויפ'ן סייט היבש פארמערט אין די לעצטע שטיק צייט, און מיט דעם איז אויך צוגעקומען היבש ארבעט פאר די חברי המערכת וועלכע ארבעטן שווער צו האלטן "אידטיש" אויף די סטאנדארטן און ערווארטונגען פון די חברים ארום דעם טישל.

לעצטנס האבן מיר באקומען עטליכע הערות פון פראמינענטע רעספעקטירטע ניקס וועלכע האבן זיך אפגערעדט אויף פארשידענע ענינים וואס מען קען זאגן אז עס האט אויסגעקוקט ווי זאכן ווערן פארזען, אזוי אויך האבן מיר געהאט קריטיק פון עטליכע ניקס אז צומאל ווארט מען לאנג פאר א רעספאנס פון די חברי המערכת, און עס איז נישט קלאר וועלכע מנהל אדער אחראי איז אקטיוו און ליינט זיינע פריוואטע מעסעדזשעס וכו'.

דער אמת איז אז די ביידע טענות קומען צו צום זעלבן שורש. אידטיש איז נישט אזוי פארנומען אז די חברי המערכת זאלן האבן דא פול טיים ארבעט, דערפאר איז קיינער פון די חברה המערכת נישט אקטיוו - עכ"פ מיט א הנהלה ניק - אגאנצן צייט, און אויטאמאטיש ווערן זאכן פארזען.

דערפאר האבן מיר געמאכט דעם ניק, צו דינען אלס א שעירד חברי המערכת ניק. דער ניק וועט גענוצט ווערן דורך אלע חברי המערכת, איר קענט אישי'ען מיט סיי וועלכע וויכטיגע בקשה, און דער ניק וועט אויך זיין אקטיוו זיך אפצוגעבן מיט באריכטעטע תגובות.

מערכת אידטיש.

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 30, 2025 10:58 pm
דורך טיפע טאשן
2 יאר פון די לעצטע תגובה אין די אשכול....

Re: מעלדונגען פון די הנהלה

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 2:31 pm
דורך אוועטאר
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 30, 2025 10:58 pm 2 יאר פון די לעצטע תגובה אין די אשכול....
דאס איז א גרויסע שבח!! א סימן אויף אן עכטע אפענע אומקאנטראלירטע געשמאקע געשפרעך צימער!!