נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5162
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9325

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

רשות אויף וואס? און וואס איז געווען די תשובה?

איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט. אדרבה דערצייל.
א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:57 pm
x 67

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך א איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 10:57 pm
שלמה בן יוסף האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 9:41 pm ליידער כאפ איך נאכנישט די שאק פון מאנכע דא . דאס אז הרה"צ ר' יצחק יוחנן שליט"א איז זיך מתכונן צו עפענען א אייגענער יישוב. איז שוין אלטע נייעס

מענטשן האבן ערוואטעט אז נאכדעם וואס אדמו"ר מהר"א האט אזוי קלאר אויסגערופן זיין נקודה אז אלע ישובים ארום זענען איינס מיט קרית יואל, א מעסעדזש וואס די וועלט פארשטייט גאר שטארק, וועט וויזניץ נישט זוכן קיין אומזינסטע מחלוקות און זיך אפלאזן פון קרית יואל.

אבער למען האמת, ס'האט א שטארקע לימוד זכות. די גאלדענע גליקן וואס די UJC/ווילעדזש אוו סב"ג מענטשן פארשפרעכן זיי (טאקע דערפאר ווייל זיי ווילן ס'זאל זיין א מקום הפקר ואכמ"ל), איז א עכטע שווערע נסיון.
‏יותר ממא שקראתי כתוב כאן…


איך גלייב אז נישט די רב איז בייהיינט דעי נייע חדר
שלמה בן יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
x 17

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שלמה בן יוסף »

רשות אויף עפענען די קריה אין די ישיבה.
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 386

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דאפלטער »

כרוספדין האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 11:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 11:41 pm כהאב נישט קיין מושג וואו דא קומט אריין די גאנצע נושא פון שוואכע.

די פוינט איז אז וויזניץ מיט סאטמאר זענען זייער גוט צו זיין אין גוטן 'פונדערווייטנס'. פונקט ווי מיט סקווירא, און מיט נאך קהילות.

א מוסד און א דירות פראיעקט פון וויזניץ, אין קרית יואל, מיינט א פרישע לעבעדיגע מחלוקה פאר די קומענדיגע 20 יאר על לא דבר. ווער ס'האלט דערפון זאל זיך פרייען...

מ'דארף נישט מער ווי זען וויאזוי מ'רעדט דא... ס'דא אסאך וואוילע אידן וואס זוכן נישט דוקא א סאטמארע סטייל מוסד... יא יא. און נעקסט קומט א מוד אין קרית וויזניץ פאר די וואס זוכן נישט דוקא א וויזניצע סטייל מוסד? ווייס איך נישט ווער עס פרעגט פארוואס ס'איז א אישו.
די ליטווישע ישיבות וואס זענען אין טאון זענען אויך א מחלוקה פאר די קומענדיגע יארן?

ס’איז געווארן קרית יואל נאך וואס וויזניץ האט שוין געהאט אינוועסטעט מיליאנען אין יענע געגנט,
די שאלה איז פארוואס זיי האבן אינוועסטירט מיליאנען אין יענעם געגנט און נישט אין געגנט פון די ברודער אדער פעטער... לאמיר זאגן ערגעץ צווישן מאנסי און ניו סקווירא...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5162
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9325

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שלמה בן יוסף האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 11:52 pm רשות אויף עפענען די קריה אין די ישיבה.
ווען וואו און וואס.
שלמה בן יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
x 17

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שלמה בן יוסף »

סאטמאר מהר"א האט זייער גוט געוואוסט אז ר' שמעון דושונסקי האט אינוועסטירט מיליאנען. נישט סתם פאר איין ישיבה , זיי ווייסן פון דער ערשטער מינוט אז דא קומען צענדליגער צו הינדרעטער אידן סאו וואס איז די טעם פון זיך מאכן טעמעוואתע אז ס'גאר א נייע זאך
וביותר ווי געזאגט האט מהר''א געגעבן ברכת קדשו דערויף נאך פון אנהייב .
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5162
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9325

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כרוספדין האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 11:48 pm די ליטווישע ישיבות וואס זענען אין טאון זענען אויך א מחלוקה פאר די קומענדיגע יארן?

ווער רעדט פון א ישיבה? א ישיבה מעג יעדער האבן אין קרית יואל לפי הבנתי.

כרוספדין האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 11:48 pm ס’איז געווארן קרית יואל נאך וואס וויזניץ האט שוין געהאט אינוועסטעט מיליאנען אין יענע געגנט,

בגלילות קרית יואל איז עס אלס געווען. נישט אומזינסט האט מען אויסגעוועלט דוקא דעם שטח פון איבער די גאנצע יונייטיעד סטעיטס אוו אמעריקא. ווייל ס'איז סמוך לישוב און האט אלע באדערפענישן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5162
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9325

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שלמה בן יוסף איך פרעג נאכאמאל. איבער וואס האט מען געפרעגט רשות, און וואס איז געווען די תשובה?
שלמה בן יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
x 17

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שלמה בן יוסף »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:04 am @שלמה בן יוסף איך פרעג נאכאמאל. איבער וואס האט מען געפרעגט רשות, און וואס איז געווען די תשובה?
קען זיין אז די לשון השאלה איז געוועהן אויף א ישיבה ותו לא ווייל דעמאלטס האט זיך דאס געהאנדלט אויפן גענויע מינוט אבער ס'איז געווען ברור לכל תינוק אז ס'קומט א קריה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5162
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9325

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ברור לכל תינוק?

וויפיל איך ווייס איז די נייעס איבער די דירות ארויסגעגאנגען הערשט ארום א יאר צוריק, ביי א דרשה פונעם מנהל UJC ביי א דינער אין וויזניץ.

און צו זאגן אז מ'האט רשות אויף א ישוב, ווייל מ'האט גענומען רשות אויף א ישיבה, איז פשוט נישט צום פארשטיין.
שלמה בן יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
x 17

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שלמה בן יוסף »

ר' איד די גאנצע גאס רעדט שוין פון תש"פ פון די גאנצע זאך אין ס'געווען ידוע לכל וויפיל דושונסקי האט אינוועסטירט. אין נאכאמאל קיינער אינוועסטירט נישט קיין מיליארדן פאר 70 ישיבה בחורים
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 386

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דאפלטער »

און? אויסער רשות מיט א ברכה איז געווען נאך עפעס? א תנאי אפשר? עפעס וועגן האלטן רבינו תם אדער נישט רעדן עברית-לערנען דף-ברענגען חברי כנסת? אפשר עפעס וועגן נישט לערנען חומש?

אלץ דושינקיא'ס אינוועסטמענט, @שלמה בן יוסף האלטסט אז ווען שלום קויפמאן האט אינוועסטירט אין דזשאנקשן האט מהר"א געהאלטן אדער פארשטאנען אז ס'קומט א קרית פאפא??
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
שלמה בן יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
x 17

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שלמה בן יוסף »

ר"ת. איז טאקע נישט געוועהן א מדובר אבער יא , ס'האט א יעדער געוואוסט אז ס' קומט א גרויסע מאסיווער קריה
בהנוגע צו עניני השקפה דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג מוסדות לערנט מען נישט קיין עברית בנוגע דף היומי גיי איך דיר אפי' נישט אפענפערן. בנוגע חברי כנסת דוכט זיך אז הרה"צ שליט"א וויייסט קוים די זיעפ קאוד ווי ער וואוינט אז די ביזט אזוי נערוועז בנוגע ח ב ר י ה כ נ ס ת
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 386

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דאפלטער »

שלמה בן יוסף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:22 am ר"ת. איז טאקע נישט געוועהן א מדובר אבער יא , ס'האט א יעדער געוואוסט אז ס' קומט א גרויסע מאסיווער קריה
בהנוגע צו עניני השקפה דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג מוסדות לערנט מען נישט קיין עברית בנוגע דף היומי גיי איך דיר אפי' נישט אפענפערן. בנוגע חברי כנסת דוכט זיך אז הרה"צ שליט"א וויייסט קוים די זיעפ קאוד ווי ער וואוינט אז די ביזט אזוי נערוועז בנוגע ח ב ר י ה כ נ ס ת
הער אויס, איך בין נישט קיין חסיד מהרא נאר א בני יואלער, איז איינמאל דו הייבסט אן רעדן די סארט שפראך טשעק איך ארויס
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
שלמה בן יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
x 17

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שלמה בן יוסף »

דאפלטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:03 am
שלמה בן יוסף האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:22 am ר"ת. איז טאקע נישט געוועהן א מדובר אבער יא , ס'האט א יעדער געוואוסט אז ס' קומט א גרויסע מאסיווער קריה
בהנוגע צו עניני השקפה דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג מוסדות לערנט מען נישט קיין עברית בנוגע דף היומי גיי איך דיר אפי' נישט אפענפערן. בנוגע חברי כנסת דוכט זיך אז הרה"צ שליט"א וויייסט קוים די זיעפ קאוד ווי ער וואוינט אז די ביזט אזוי נערוועז בנוגע ח ב ר י ה כ נ ס ת
הער אויס, איך בין נישט קיין חסיד מהרא נאר א בני יואלער, איז איינמאל דו הייבסט אן רעדן די סארט שפראך טשעק איך ארויס
וואס האט דיר אזוי גיטריגערט פון מיין תשובה
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 796
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 877

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

מ'איז דא אנגעקומען צו א ריר בעפאר פילעווען היינטיגע פאליטיק.

בעיסיקלי האט מען שוין געהערט די צדדים אויף אן ענין, און פון דא און ווייטער קען מען שוין בלויז העצן אדער טשעפען, לכאן או לכאן...

אלזא, ביטע נישט ממשיך זיין דעם שמועס איבער דעם ענין. יישר כח!
פרייזן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:22 am
x 228

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך פרייזן »

unnamed - 2023-08-28T093749.579.jpg
unnamed - 2023-08-28T093749.579.jpg (125.58 KiB) געזען געווארן 762 מאל
unnamed - 2023-08-28T093749.254.jpg
unnamed - 2023-08-28T093749.254.jpg (122.78 KiB) געזען געווארן 762 מאל
unnamed - 2023-08-28T093746.043.jpg
unnamed - 2023-08-28T093746.043.jpg (119.63 KiB) געזען געווארן 762 מאל
א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:57 pm
x 67

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך א איד »

איינער ווייסט עפעס וועגען די באסאס פאר חדר און סקול

עפעס הער איך איז נישט בסדר דארטען
שמעון בן דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
x 68

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שמעון בן דוד »

נאכן ליינען די טעמע און די וואכנשריפט טעמע
קוקט מיר אויס אז לכורא וועט משומר די סייט שוין לאזן פארשפארט
חבל חבל

עס טוט מיר וויי
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 796
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 877

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

שמעון בן דוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:15 am נאכן ליינען די טעמע און די וואכנשריפט טעמע
קוקט מיר אויס אז לכורא וועט משומר די סייט שוין לאזן פארשפארט
חבל חבל

עס טוט מיר וויי
איך האב איבערגעקוקט יענעם אשכול, ביזדערווייל זע איך נישט מ'זאל רעדן פאליטיק דארט, און דעבאטירן די אינהאלט און כשרות פון די צוויי צייטונגען איז נישט קיין פראבלעם, ווילאנג מען האלט זיך ערוואקסן, און מ'שפרינגט נישט אריבער צו פאליטיק.

אבער לגבי משמור, אונז האמיר זיי שוין מודיע געווען אז "עניטינג" וואס זיי ווילן טוישן אין די רול'ס זענען מיר אפן דערפאר, און נישט דאס איז די אישו. אונז האמיר פשוט גארנשט צוריקגעהערט פון זיי, און מער פון דעם קענען מיר נישט טון פאר זייערע פילטער-קליענטן.

ווי שוין געזאגט, זיי קענען די נעמען פון די מנהלים, סיי מצד זייער קהילה און סיי מצד די אנדערע קהילות.
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 420

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

לאמיר צוריק גיין א מינוט צו די טריקענע פאקטן פשוט כדי ארויס צו האבן די נושא מיט א קלארקייט.
(ביטע זיך האלטן צו די פאקטן כדי נישט צו פארפארן צו זייטיגע מיינונגען)

1 וואו פונקליך איז די שטח וואו שמעון דושינסקי אינאיינעם מיט קהילת וויזשניץ וומ"ס האבן אינוועסטירט מיליאנען (אויב שייך אנצוצייכענען פונקליך א אדרעס)?
2 וואס האט געקאסט מיליאנען אין צייט וואס זיי האבן נאך אפילו נישט אנגעהויבן צו בויען?
3 אין וועלכע געגענט געפינט זיך יעצט די ישיבה (אויב שייך אנצוצייכענען פונקליך א אדרעס)?
4 איז דא בכלל א ווינט מאוומענט בלע"ז ביי חסידי וויזשניץ ארויס צו מאפן צו די נייע קריה?
5 ווען גייט מען אנהייבן צו בויען די נייע דעוועלאפמענט?

נאכאמאל ביטע זיך האלטן צו די פאקטן כדי נישט צו פארפארן צו זייטיגע מיינונגען
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 720
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1121

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך ווירקליך »

שמעון בן דוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:15 am נאכן ליינען די טעמע און די וואכנשריפט טעמע
קוקט מיר אויס אז לכורא וועט משומר די סייט שוין לאזן פארשפארט
חבל חבל

עס טוט מיר וויי

איר זעט א פראבלעם אין דיסקוטירן אויסגאבעס?

באזירט אויף דאטא פון אנדערע סייטס וואס זענען אפן איז זייער קלאר אז מען מעג רעדן איבער אויסגאבעס, און דאכט זיך אז אויסגאבעס ווערן אפטמאל שארף ארונטערגעריסן אויף אידישע פלאטפארמעס וועלכע זענען געהעריג אפן ביי אלע פילטערס.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 371

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

ער מיינט צו זאגן אז עס איז זייער מהר״א געשטימט דא, וועט משומר איז ניט לאזן עפענען...

אבער די אמת איז אז די סיבה פארוואס עס קוקט אויס איינזייטיג איז טאקע צוליב דעם וואס משומר איז פארשפארט און גדר איז אפען
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5162
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9325

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וויפיל איך זע האט מען יעדן געלאזט זאגן זיין מיינונג. אז מ'טיילט נישט פעטש איז מען איינזייטיג?.. כ'מיין אז יעדער פילט זייער באקוועם.
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 371

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

איינזייטיג האב איך געמיינט אז קוקט מיר אויס איז דא מער מהר״א ניקס ווי די צד שכנגד, גרעסער ווי זייער נאטירלכע פראצענט וואס זיי זענען מער,

און די סיבה איז אויך מובן מאליו ווייל משומר בלאקט
שרייב פאוסט