בלאט 3 פון 19

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:33 am
דורך מירון
א קלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:00 am בד”ה
רבי מרדכי הערשקאוויטש מלמד - קרית יואל
ר’ מרדכי בן ר’ ארי’ ע”ה
83
געווען א לאנגיאריגער מלמד. אן אמת'ער צדיק. ר' ברוך שלמה וויינבערגער איז זיינס אן איידעם.

יהא זכרו ברוך.

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:12 pm
דורך שמואל אליעזר ברילל
א קלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:00 am בד”ה
רבי מרדכי הערשקאוויטש מלמד - קרית יואל
ר’ מרדכי בן ר’ ארי’ ע”ה
83
ר' מרדכי איז געבוירן געווארן תשרי ת"ש אין סענדזשארש רומעניע. ער האט איבערגעלעבט די מלחמה אלץ קליין קינד צוזאמען מיט זיינע עלטערן. נאבן קריג האבן זיי זיך באזעצט אין ירושלים.
ער איז געווען א פלאמפייערדיגע חסידישע איד דבוק אין דעם פריערדיגע ירושלימע רב ר' משה ארי' ווי ער איז געווען א תלמיד הישיבה און שפעטער א בן בית (שיין באשריבן אין בקודש חזתיך ביי זיין אינטערוויא 7 יאר צוריק). ביים יום כיפור מלחמה האט ער זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג און געוואוינט יארן לאנג טיר ביי טיר מיטן אלטן (רא"ז) סקולענער רבי. ווען מען האט איבערגעבויעט די סקולענע ביהמ"ד האט ער זיך ארויסגעצויגן קיין קרית יואל.

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:30 pm
דורך מירון
בד"ה

יום טוב איז נפטר געווארן אין קרית יואל ר' דוד יושע גאלדבערגער אין עלטער פון 69 יאר.

ת.נ.צ.ב.ה

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:36 pm
דורך מירון
ברוך דיין אמת

ערשטע טאג ר"ה איז נפטר געווארען אין בארא פארק ר' אליעזר ווייזנער ע"ה מחסידי קלויזענבורג און גבאי אין ביהמ"ד לינדז, אין עלטער פון 74 יאר.

יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:54 pm
דורך ווער
א קלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:00 am בד”ה
רבי מרדכי הערשקאוויטש מלמד - קרית יואל
ר’ מרדכי בן ר’ ארי’ ע”ה
83
unnamed - 2023-09-18T135354.125.jpg
unnamed - 2023-09-18T135354.125.jpg (387.3 KiB) געזען געווארן 1582 מאל

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:34 am
דורך מירון
בד"ה

אין בארא פארק איז נפטר געווארן האשה החשובה והישישה מרת רחל יהודית פישמאן אין עלטער פון 99 יאר.

המקום ינחם אותם וכו'

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:37 am
דורך מירון
בד"ה

סאיז נפטר געווארן הרה"ג רבי מרדכי זעליג שעכטער, וואס האט געדינט אלץ משגיח אין ישיבת רבינו חיים ברלין, ער איז געווען א זוהן פון הגאון רבי אריה שעכטער זצ"ל ר"י רבינו חיים ברלין וואס איז הערשט נפטר געווארן א חודש צוריק.

המקום ינחם אותם וכו'

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:52 am
דורך געצל
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:37 am בד"ה

סאיז נפטר געווארן הרה"ג רבי מרדכי זעליג שעכטער, וואס האט געדינט אלץ משגיח אין ישיבת רבינו חיים ברלין, ער איז געווען א זוהן פון הגאון רבי אריה שעכטער זצ"ל ר"י רבינו חיים ברלין וואס איז הערשט נפטר געווארן א חודש צוריק.

המקום ינחם אותם וכו'
רבי אהרן

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:01 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
געצל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:52 am
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:37 am בד"ה

סאיז נפטר געווארן הרה"ג רבי מרדכי זעליג שעכטער, וואס האט געדינט אלץ משגיח אין ישיבת רבינו חיים ברלין, ער איז געווען א זוהן פון הגאון רבי אריה שעכטער זצ"ל ר"י רבינו חיים ברלין וואס איז הערשט נפטר געווארן א חודש צוריק.

המקום ינחם אותם וכו'
רבי אהרן
ר' אהרן משה

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:47 am
דורך מירון
ברוך דיין האמת.

אין מאנסי איז נפטר געווארן הרה"ח ר' נתן נטע מייזנער ע"ה מחשיבי חסידי סקווירא וחתן רבי יעקב לאווענטאהל, אין עלטער פון 62 יאר.

ומחה ה' דמעה מעל כל פנים וכו'

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:57 pm
דורך טיפע טאשן
*בד"ה: הבחור החשוב נחמן שטיינער ע"ה זון פון הגה"צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א, אין עלטער פון 42 יאר*
די לוי' וועט ארויסגיין היינט מוצאי שבת 11:30 ביינאכט פון ביהמ"ד אויף 2 קאוויל דרייוו. בשורות טובות.

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:40 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
בד"ה משה פינקל הידוע

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:14 am
דורך מירון
ברוך דיין האמת

איו בארא פארק איז נפטר געווארן האשה החשובה מרת מלכה שיינבערגער ע"ה, בת 70.

ת.נ.צ.ב.ה.

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:16 am
דורך מירון
ברוך דיין האמת

אין וויליאמסבורג איז נפטר געווארן הרה"ח הישיש רבי יהושע מארמארשטיין ע"ה אין עלטער פון 99 יאר!

ומחה ה' דמעה מעל כל פנים וכו'

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:44 am
דורך דבוק אין צדיק
בד"ה הר"ר אהרן הערש בן ישראל דוד ווייס ע"ה - קרית יואל

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:03 am
דורך אלכסנדר נחמן
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:44 am בד"ה הר"ר אהרן הערש בן ישראל דוד ווייס ע"ה - קרית יואל
וויפיל יאר?

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:50 am
דורך רואה חשבונות
ברוך דיין אמת!

אין מאנסי געווארן איז שבת קודש נפטר געווארן א טייערע איד הרה"ח ר' אליהו (אלי') לאנדאו בן ר' אשר לעמל ע"ה, מחסידי צאנז קלויזנבורג. בעל Fern Office Supplies.

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:53 pm
דורך מאטאווירט
ברוך דיין האמת!

לאנגיעריגער מנהל המוסדות אין קרית יואל הרה"ח ר' אורי שווארץ ז"ל

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:16 pm
דורך פשוטער איד
בד"ה
ר' ברוך הערש ברא"ח הכהן פילאפף ע"ה
66 יאר

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 15, 2023 8:26 pm
דורך דער תהלים איד
viewtopic.php?t=836
מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:53 pm ברוך דיין האמת!

לאנגיעריגער מנהל המוסדות אין קרית יואל הרה"ח ר' אורי שווארץ ז"ל

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:28 pm
דורך מירון
בד"ה

אין בארא פארק איז נפטר געווארן הבחור חנינא פערל ע"ה וואס האט נעבעך געליטן פון דאון סינדראום. דער באקאנטער ניגון "חנינא בני מיין קינד חנינא" איז געשריבען לכבודו דורך ר' מאיר אדלער הי"ו.

ת.נ.צ.ב.ה.

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:47 pm
דורך טיפע טאשן
בד''ה
גר צדק הרב דוד יוסף קידיבינסקי, חתונה געמאכט דורך באבוב רבי שנת תשס"ז, געטראפען ליידער נישט ביים לעבען.

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:48 pm
דורך טיפע טאשן
IMG-20231019-WA0003.jpg
IMG-20231019-WA0003.jpg (77.73 KiB) געזען געווארן 841 מאל

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:37 pm
דורך צוקוקער
די גרויסע חתונה בהשתתפות האדמורים מרחמיסטריווקא וסקולען זי"ע

Re: בד"ה: נייעס און הערכות אויף נפטרים

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 10:01 am
דורך צוקוקער
היינט קומט פאר צוויי לויהס אין באבוב, איינס נאכן צווייטען

ערשטע איז פון הרב רפאל דעמביצער, וועלכע האט נאך זוכה געווען צו זען דער הייליגע קדושת ציון זי"ע
ער האט געהאט די חזקה צו ברענגען פאר דער דברי שלמה זי"ע יאר יערליך לולבים פאר יום טוב סוכות, די חזקה האט ער אנגעהאלטן ביים היינטיגע באבובער רב שליט"א
https://www.boropark24.com/news/bde-reb ... bitzer-z-l

די צווייטע איז פון ר' ישעי אלעזר וואלקאוויטש, א לעכטיגע בשמחה'דיגע איד וועלכע האט אויפגעשטעלט א הערליכע משפחה, א איד וועלכע איז אייביג געגאנגען ארויס פון וועג פאר א צווייטע.
ער איז נעבעך צוזאמגעפאלן א וואך אהאלב צוריק און היינט פארטאגס אוועק אין יונגן עלטער פון 68
https://www.boropark24.com/news/bde-reb ... kowitz-z-l