בלאט 3 פון 6
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:41 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פופציגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 17, 2024 7:45 pm
האמיר געליינט דעם הוטן ארטיקל.
ערשטנס דארף מען ברוטאל באגריסן דעם שרייבער (פארוואס ברוטאל? כווייס נישט, עפעס האט ער זייער ליב דעם ווארט ברוטאל...) פאר זיין שריפט. צוקער זיס. די אויסדרוקן און ספייסעס צום ארטיקל האבן געמאכט דעם ארטיקל ספעציעל געשמאק.
דער פראיעקט פאר זיך איז גאר גאר גוט, און ווי שוין געשריבן דא, זשורנאליזם צום נעקסט לעוול (מיר געקאסט א שמייכל צו ליינען אז זיי האבן ווירקליך באשטעלט א הוטל פון טשיינע...), און האט באמת גוט געדעקט דעם אינדוסטריע, מיט אפענע נאטיצן, פארמאלע פראגעס, אבער אויך יענטישע חוצפה’דיגע פראגעס וואס געבן דעם עיקר קאליר.
נאר א קליינע קריטיקל, דער שרייבער האט זיך מו שטארק אריינגעלייגט אינעם פארטיידיגונגס שוך, אזש סאיז מיר כמעט אויפגעקומען שאלות צי כמעג אזוי בא’עוולה’ן א איד און קויפן א הוט.
ס’האט זיך בעיקר דערקענט ווען ער האט באנעבעכט די אינדוסטריע מיט זאכן וואס אין יעדע אינדוסטריע טרעפט זיך דאס, א שטייגער ווי אז צומאל קומען אן געדעמעדזשטע פראדוקטן, און אז ביים רייניגן די האר פאלן אוועק, און אז דער פארעם קען מען נוצן נאר 5 מאל, ועוד ועוד, גייענדיג אזוי ווייט ווי באנעבעכן דאס אז די האר ווערט נעבעך צוקוועטשט אינעם ברוטאלן פרעס און ברוטאל געוואשן...
איי מיען, יעדע פראדוקט גייט דורך חבלי לידה ביזן אנקומען אויפן פאליצע. בארואיגט אייך.
און אויף דעם וויל איך טאקע פארשטיין, זענען די חבלי לידה נייע זאכן פון לעצטנס? אמאל פלעגן יא מאשינען פראדוצירן די הוטן? ניין.
סא וואס מאכט דאס אויס אויף פרייזן העכערונגען?
ער טענה'ט אז אמאל איז דער עולם צופרידן געווען מיט וואס ס'איז געווען אפגעזען די קוואליטעט, משא"כ היינט גייט אסאך מער אין גארביטש צוליב דעמעדזשעס וכדו'
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 24, 2024 11:32 pm
דורך פופציגער
שטיבל די וואך איז זייער שטארק געווען.
די פרענקס איז געווען א גוטער געדאנק, ווידער אויף שטיבל’ס אייגנארטיגע מהלך פון נישט אינטערוויואירן אריינגעזאמטע נאז הערעלעך פון אן איינצלענעם יחיד, נאר נעמען א גוטן טאפיק און באשרייבן.
מיין בויך האט ליטעראליש וויי געטון פון לאכן זיך פארשטעלנדיג דעם בילד ווי דער געפרענקטער אינגערמאן טאנצט אריין אין א פרעמדן הויז זינגענדיג "לאטקעלע" אויף הויכע טענער. דער געשיכטע פארדינט א פולער ארטיקל...
ביטקוין האבעך נישט געליינט זינט ס’אינטערסירט מיך נישט.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:50 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איטשע האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:10 am
4DE10A1C-88F6-489B-AEB5-FA2610D924AD.jpg
מערקט ווי דער גרעפיקער האט גענומען צוויי בחורים און זיי געדאפעלט צו פינף...
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:22 pm
דורך איטשע

- unnamגגדדed.jpg (115.24 KiB) געזען געווארן 1195 מאל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:26 pm
דורך פארנומען
פופציגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 24, 2024 11:32 pm
שטיבל די וואך איז זייער שטארק געווען.
די פרענקס איז געווען א גוטער געדאנק, ווידער אויף שטיבל’ס אייגנארטיגע מהלך פון נישט אינטערוויואירן אריינגעזאמטע נאז הערעלעך פון אן איינצלענעם יחיד, נאר נעמען א גוטן טאפיק און באשרייבן.
מיין בויך האט ליטעראליש וויי געטון פון לאכן זיך פארשטעלנדיג דעם בילד ווי דער געפרענקטער אינגערמאן טאנצט אריין אין א פרעמדן הויז זינגענדיג "לאטקעלע" אויף הויכע טענער. דער געשיכטע פארדינט א פולער ארטיקל...
ביטקוין האבעך נישט געליינט זינט ס’אינטערסירט מיך נישט.
האמיר געהאט די זעלבע בויך וויי ביי דעם שטיקל...
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 2:15 am
דורך פליט
זעט אויס @פופציגער האט זיך נישט ערלויבט די שטיבל דעם וואך..
אונטערעסאנטע זאך, דרוילעם רופט עס ביי נאו די שטיבל און נישט די בליק אזוי ווי ביז היינט.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 2:27 am
דורך ר' יונה
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:15 am
זעט אויס @פופציגער האט זיך נישט ערלויבט די שטיבל דעם וואך..
אונטערעסאנטע זאך, דרוילעם רופט עס ביי נאו די שטיבל און נישט די בליק אזוי ווי ביז היינט.
בליק איז שוין כהיום ווי א ביילאגע...
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 2:39 am
דורך פליט
ר' יונה האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:27 am
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:15 am
זעט אויס @פופציגער האט זיך נישט ערלויבט די שטיבל דעם וואך..
אונטערעסאנטע זאך, דרוילעם רופט עס ביי נאו די שטיבל און נישט די בליק אזוי ווי ביז היינט.
בליק איז שוין כהיום ווי א ביילאגע...
כמיין אבער אז די וואך ריפט מען נישט די שריפט, סיא געברענד ביי די וואך.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 2:40 am
דורך ר' יונה
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:39 am
ר' יונה האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:27 am
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:15 am
זעט אויס @פופציגער האט זיך נישט ערלויבט די שטיבל דעם וואך..
אונטערעסאנטע זאך, דרוילעם רופט עס ביי נאו די שטיבל און נישט די בליק אזוי ווי ביז היינט.
בליק איז שוין כהיום ווי א ביילאגע...
כמיין אבער אז די וואך ריפט מען נישט די שריפט, סיא געברענד ביי די וואך.
קען זיין דארט זענען ביידע חלקים נאך שטארק.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 10:03 am
דורך פופציגער
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:15 am
זעט אויס @פופציגער האט זיך נישט ערלויבט די שטיבל דעם וואך..
אונטערעסאנטע זאך, דרוילעם רופט עס ביי נאו די שטיבל און נישט די בליק אזוי ווי ביז היינט.
זיכער זיכער, זעמיר נככנישט אנגעקומען צו שרייבן
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 10:40 am
דורך פשוטער איד
איטשע האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:22 pm
unnamגגדדed.jpg
ווער זענן די צווי אויפן פיקטשער?
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיין איבערבליק אויף די שטיבל פ' צו:
די אינטערוויא מיט משה יארמיש איז געווען גאנץ אינטערסאנט אבער נישט קיין חידושים(די וואך האט שוין געהאט א לענגערע אינטערוויא מיט אים)
די ביישרייבונג פון זושא שמעלצער האב איך נישט געכאפט די פוינט דערפון, יא סאיז זיס געווען צו ליינען, אבער איך האט זיך אימעדזשינט אז איך טרעף זיך אן מיט אים און ער באגיסט מיר מיט דעי זיסע ווערטלעך,און א זאלציגע טעם איז מיר ארויפגעקומען...כווייס נישט...
די שטריכן פון ראטענשטרייך איז א נייע דערהער, א וועכנטליכע קאלום פון דזשאוקס? הערט זיך דיפרענט, און סקען זיין אז ער האלט נאך אינמיטן אויספיגירן וואס פונקטליך ער וויל דארט טון, עמיר ציווארטן
די סך הכל קאלום איז מיינעך אביסל פארפארן לעצטנס פון וואס ספלעגט זיין, און זיי האבן אנגהויבן פרעגן דארט סתם טשיקאווע פראגעס און פערזענליכע ערפארונגען, נושוין, כעל'עים עס מוחל זיין...
מענין לענין איז געווען א נחת, אזוי ווי געווענטליך, איך האב געלאכט א גוטס ביים זיך פארשטעלן די גאנצע מנין איינגעהילט אין א בכיה של שמחה... אבער ער מעג שוין אויפהערן האקן אויף די וואנעבי שיכורים, סקריכט שוין אביסל
די געווינער ביי מיר איז נאכאלץ די ארטיקלען פון הערשל הירש, סיי פארענטשע און סיי באטע, אמתע תוכן און געשמאק אראפגעלייגט, געווענטליך מיש איך אויף צו אים די ערשטע
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:26 pm
דורך דער תהלים איד
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 3:06 pm
די געווינער ביי מיר איז נאכאלץ די ארטיקלען פון הערשל הירש, סיי פארענטשע און סיי באטע, אמתע תוכן און געשמאק אראפגעלייגט, געווענטליך מיש איך אויף צו אים די ערשטע
@הערשל הירש
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 5:03 pm
דורך אלס ווייסער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
אויפן מינוט איז קאנפרומד אז אלעס בלייבט ווי געהעריג, אחוץ די קינדער שטוב וואס וועט זיך צוזאמשטעלן מיט שטענדערל
שטיבל און בליק קומען ווייטער ארויס
וואס וועט זיין מארגן? ווער ווייסט
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 5:06 pm
דורך שמח
אלס ווייסער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:03 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
אויפן מינוט איז קאנפרומד אז אלעס בלייבט ווי געהעריג, אחוץ די קינדער שטוב וואס וועט זיך צוזאמשטעלן מיט שטענדערל
שטיבל און בליק קומען ווייטער ארויס
וואס וועט זיין מארגן? ווער ווייסט
מ'גייט דארפן צאלן געלט צו באקומען שטענדערל?
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 5:07 pm
דורך פראנקרייך
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
פארוואס ברויך ער עס האבן?
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 5:28 pm
דורך שמח
פראנקרייך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:07 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
פארוואס ברויך ער עס האבן?
ס'קען זיין אז ''זיי'' דארפן עס האבן...
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 5:35 pm
דורך אלס ווייסער
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:28 pm

זיי האבן געזוכט לעצטענס א קונה, געפרעגט מערערע מעגליכע קונים, ס'לוינט זיך נישט פינאנציעל און יואלי איז געקומען עס אויסקויפן, נישט פאר די געלט, נאר צו מאכן א יד אחת פונעם קינדער שטוב און זיין שטענדערל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 5:44 pm
דורך נפתלי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
שמעתי אז ער שפארט אלעס אפ!
און די לעצטע וואך וואס זיי קומען ארויס איז שבת נחמו, און נעמט די רעדאקציע פון די קינדער שטוב צו שטענדערל
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 5:53 pm
דורך אלס ווייסער
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:44 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
שמעתי אז ער שפארט אלעס אפ!
און די לעצטע וואך וואס זיי קומען ארויס איז שבת נחמו, און נעמט די רעדאקציע פון די קינדער שטוב צו שטענדערל
כעת איז עס זיכער נישט אמת, שמועות ווייס'יך אויך פון
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 6:23 pm
דורך שמח
אלס ווייסער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:35 pm
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:28 pm
פראנקרייך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:07 pm
פארוואס ברויך ער עס האבן?
ס'קען זיין אז ''זיי'' דארפן עס האבן...
זיי האבן געזוכט לעצטענס א קונה, געפרעגט מערערע מעגליכע קונים, ס'לוינט זיך נישט פינאנציעל און יואלי איז געקומען עס אויסקויפן, נישט פאר די געלט, נאר צו מאכן א יד אחת פונעם קינדער שטוב און זיין שטענדערל
דאס האב איך געשריבן...
זצוליב דעם וואס די קינדער האבן געהאט בחנם די ''שטענדערל'' איז ווארשיינליך געפאלן די מאס קונים פאר קינדער שטוב/קינדער שריפט.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 8:16 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פראנקרייך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:07 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
פארוואס ברויך ער עס האבן?
שמעתי אז ער האט געוואלט נעמען די קינדער שטוב רעדאקציע פאר שטענדערל.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 8:19 pm
דורך שמח
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 8:16 pm
פראנקרייך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 5:07 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 3:58 pm
עס קומט אריין גרויסע נייעס אז הנגיד ר' יואל לאנדא, קרן תוספות יו"ט, האט אפגעקויפט דעם גאנצן "א בליק" רעדאקציע וואס וועט פון נאך זומער ארויסגעבן דעם "שטענדערל". עס איז נאך א ספק אויב עס גייט בלייבן א צענטראלע אויסגאבע פאר עלטערע אדער בלייבן נאר מיט'ן שטענדערל פאר קינדער.
פארוואס ברויך ער עס האבן?
שמעתי אז ער האט געוואלט נעמען די קינדער שטוב רעדאקציע פאר שטענדערל.
דאס איז וואס ער וויל, באשטעטיגט מיט אן איינגעשטעלטע אין א בליק.
Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'
געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 9:59 am
דורך נפתלי

- yoily landau.jpg (150.38 KiB) געזען געווארן 548 מאל