בלאט 3 פון 27

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:30 pm
דורך Headquarters
Back on scene

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 11:50 am
דורך ניקל
צען פייערלעשער זענען נעכטן פארוואונדערט געווארן ביים פייער

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm
דורך נאו לעיבל
גריל אן לי עפנט אין די נייע איבערגעבויעטע סאטמאר'ע בוטשער אויף מוירטל.

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:12 pm
דורך דער תהלים איד
פערעמנאנט? אדער אויף דערווייל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:42 pm
דורך נאו לעיבל
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:12 pm פערעמנאנט? אדער אויף דערווייל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:21 pm
דורך וואסאפשט
זעט אויס פערמאנענט
אווי איז די בוטשער געגאנגען?

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:25 pm
דורך נאו לעיבל
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:21 pm זעט אויס פערמאנענט
אווי איז די בוטשער געגאנגען?
די בוטשער איז אין די זעלבע לאקאציע, בעיסיקלי גייט גריל אן לי פירן די דעלי אפטיילונג אין די בוטשער.

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:26 pm
דורך דער תהלים איד
ס'האט געדארפט מופן?

אדער האט געזאלט זיין א צווייטע לאקאציע.

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 4:07 pm
דורך שמח
נאו לעיבל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:25 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:21 pm זעט אויס פערמאנענט
אווי איז די בוטשער געגאנגען?
די בוטשער איז אין די זעלבע לאקאציע, בעיסיקלי גייט גריל אן לי פירן די דעלי אפטיילונג אין די בוטשער.
איר ווייסט אויף זיכער אדער ער מאכט אליין קאלקעלעישנס?

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:59 am
דורך ווער
Screenshot_20230822_224214_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230822_224214_WhatsApp.jpg (91.37 KiB) געזען געווארן 1091 מאל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:03 pm
דורך ניקל
די פייער דעפארטמענט איז אנגעקומען צום אויספיר אז די פינעף אלארעם פייער פאריגע וואך אין וויליאמסבורג איז געשען דורך א קרעק אין די דאק פון די סטאוו אין גריל אן לי.

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:03 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:03 pm די פייער דעפארטמענט איז אנגעקומען צום אויספיר אז די פינעף אלארעם פייער פאריגע וואך אין וויליאמסבורג איז געשען דורך א קרעק אין די דאק פון די סטאוו אין גריל אן לי.
IMG_20230827_170314_027.jpg
IMG_20230827_170314_027.jpg (124.89 KiB) געזען געווארן 1050 מאל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 5:32 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
עצרת התעוררות היינט ל''נ ר' חיים דוב מייזעלס ע''ה
unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (370.2 KiB) געזען געווארן 983 מאל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:23 am
דורך ווער
ביים איינווארפן די געביידע פון גריל אן לי און די אנדערע געשעפטן וועלכע האבן אפגעברענט בערך 2 וואכן צוריק
apKICZH_wide_m.jpg
apKICZH_wide_m.jpg (63.7 KiB) געזען געווארן 933 מאל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:23 am
דורך ווער
ווער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:23 am ביים איינווארפן די געביידע פון גריל אן לי און די אנדערע געשעפטן וועלכע האבן אפגעברענט בערך 2 וואכן צוריק
apKICZH_wide_m.jpg
ווידעאס
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=m ... 61lwyUEFlB

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:12 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
א הערליכע שמחה זאל ווערט אויפגעבויעט אין בנין הבית רחל "בנין קויפמאן" אין ווילאמסבורג נדבת לבו פון הרבני הנגיד הרב יואל לאנדא הי"ו
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (355.17 KiB) געזען געווארן 899 מאל
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (356.68 KiB) געזען געווארן 899 מאל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:24 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזות פאר די נייע פראכטפולע הויפטקוואטיר פון "מפואר" דזשודעיקא אין וויליאמסבורג


א הערליכער מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזות איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם ערב שבת, פאר די נייע פראכטפולע הויפטקוואטיר פון "מפואר" דזשודעיקא אין וויליאמסבורג ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אנגעקומען אויף מעמד קביעת מזוזה אין די נייע פראכטפולע מפואר לאקאל.

די נייע וויליאמסבורג לאקאל אויף וואלאבאוט קארנער מארסי און יוניאן, איז אין די יעצטיגע טעג פולקאם פערענדיגט געווארן מיט איר פולן פראכט אין גלאנץ, אין איז אצינד געעפנט געווארן פארן ברייטן ציבור, וואו אידישע קינדער וועלן ווייטער קומען איינהאנדלען די הערליכע תשמישי קדושה, צוצוגיין צו די קיום המצוות מיט א תוכנ'פולע טעם און זיסקייט.

פרייטאג אינדערפרי איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע געשעפט, אין באגלייטונג פון בניו הרבנים הגאוה"צ שליט"א, הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגה"צ ר' אהרן שליט"א, און הגה"צ ר' ליפא שליט"א. דער רבי שליט"א האט געקלאפט א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג צום געשעפט, און דערנאך מכבד געווען בנו חביבו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א צו קלאפן א מזוזה. אויך האט זיך אנגעזעהן ביים מעמד דער בארימטער עסקן לכל קדשי בית ישראל הרב זעליג מענדלאוויטש שליט"א.

א לענגערע צייט האט דער רבי ארומשפאצירט אין די גאנצע געשעפט, און באטראכט די פילצאליגע חידושים און תשמישי קדושה, וואס זענען ערצייגט געווארן צו מקיים זיין דעם "זה קלי ואנוהו", דער רבי האט גאר שטארק באוואונדערט און אויסגעדרוקט התפעלות זעענדיג אז אידישע קינדער לאזן זיך קאסטן גרויסע געלטער צו פארבעסערן און פארשענערן די מצוות פונעם אויבערשטן, און כסדר קומט מען אויף מיט פרישע חידושים אין דעם "זה קלי ואנוהו", אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.

גאר שטארק האט דער רבי אויסגעדרוקט זיין התפעלות, באטראכטענדיג די פארשידענע סארט "ציצית", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך "מפואר", אויסגערעכנט דורך ארום "פערציג" סארט שיטות, וויאזוי א ציצית דארף געמאכט ווערן. דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א תורה'דיגע שמועס איבער פארשידענע סארט שיטות איבער די מצוה פון ציצית, און אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגע קורת רוח זעענדיג אז אידישע קינדער געבן זיך אוועק צו מקיים זיין די מצוות מיטן גרעסטן הידור וואס מעגליך.

צום שלוס פונעם באזוך האט דער אייגענטומער הר"ר יעקב דוד ראטה הי"ו געשאנקען פארן רבי'ן א זעלטענע מתנה, א גאנצע הויפן פון האנט געשטריקטע זיידענע גארטלעך, וואס דער רבי וועט פארטיילן פאר אלע אייניקלעך לקראת די ימים טובים הבעל"ט. דער רבי האט עס שטארק באוואונדערט און זיך הארציג באדאנקט פאר די מנחת ביכורים.

דאן האט דער זיך די רבי געזעצט צו א מסיבת לחיים אין געהייסן זינגען א ניגון שמחה, דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן די בעלי בתים, מ'זאל ווייטער זיין הצלחה אין די עבודת הקודש, מיט פיל סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט.
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (64.82 KiB) געזען געווארן 887 מאל
unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (81.06 KiB) געזען געווארן 887 מאל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:35 am
דורך ניקל
חברים און וויליאמסבורג האבן באקומען א שיפמענט פון נייע קארן
קוקט אויס מער ווי לעגאויס אבער שוין
Screenshot_20230906_003349_Plus.jpg
Screenshot_20230906_003349_Plus.jpg (224.3 KiB) געזען געווארן 806 מאל
Screenshot_20230906_003344_Plus.jpg
Screenshot_20230906_003344_Plus.jpg (201.33 KiB) געזען געווארן 806 מאל

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:02 am
דורך דאפלטער
ניקל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:35 am חברים און וויליאמסבורג האבן באקומען א שיפמענט פון נייע קארן
קוקט אויס מער ווי לעגאויס אבער שוין

Screenshot_20230906_003349_Plus.jpgScreenshot_20230906_003344_Plus.jpg
פיינע נייעס ווי קען מען זיך איינשרייבן צו באקומען איינס?

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:05 am
דורך צפרא טבא
וואס גייט פאר אין דאמזי?

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:59 pm
דורך נאו לעיבל
א פייער טראק האט זיך אויסגעשטעלט אין די ברייט און גענצליך אפגעשפארט בעדפארד צווישן מוירטל און פארק.

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 4:03 pm
דורך Spa 42
נאו לעיבל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:59 pm א פייער טראק האט זיך אויסגעשטעלט אין די ברייט און גענצליך אפגעשפארט בעדפארד צווישן מוירטל און פארק.
בשעת'ן אריינבעקן אינעם גאראדזש..

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:59 pm
דורך נאו לעיבל
נאו לעיבל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:59 pm א פייער טראק האט זיך אויסגעשטעלט אין די ברייט און גענצליך אפגעשפארט בעדפארד צווישן מוירטל און פארק.
דער שטייט נאך דארט און רירט זיך נישט פון פלאץ.

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:54 pm
דורך ווער
אינגערמאן איז פארוואונדעט געווארן אין וויליאמסבורג אין א היט-ען-ראן עקסידענט
דער אינגערמאן איז אראפגעקלאפט געווארן אויף בעדפארד עוועניו ביי האפער סטריט, און דער דרייווער איז אנטלאפן פון די סצענע. דער אינגערמאן איז אפגעפירט געווארן צום שפיטאל דורך הצלה אין א סטאבילן צושטאנד און פאליציי זוכן נאכן דרייווער

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:47 pm
דורך פייל און בויגן
ווער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:54 pm אינגערמאן איז פארוואונדעט געווארן אין וויליאמסבורג אין א היט-ען-ראן עקסידענט
דער אינגערמאן איז אראפגעקלאפט געווארן אויף בעדפארד עוועניו ביי האפער סטריט, און דער דרייווער איז אנטלאפן פון די סצענע. דער אינגערמאן איז אפגעפירט געווארן צום שפיטאל דורך הצלה אין א סטאבילן צושטאנד און פאליציי זוכן נאכן דרייווער
ווער האט געהאט די רייט אף וועי?

האסט נאך פרטים אין די מעשה??