Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:46 pm
ווער זאגט זי לייגט צו? אפשר דעקט זי עס איבער מיט די שער נשים אחרות 'שנראית כמו שהוא שערה'
איז נאר אשה שאין לה רוב שער און די וויל אויסקוקן ווי די האט יא זה גייט מיט שערות של נשים אחרות ברשות הרבים און די פרויען שיש להם רוב שיער גייען וויאזוי?
ועוד דאס איז א דיוק וואס פוסקים דארפן מדייק זיין אבער זיכער נישט קיין פסק הלכה
עכ"פ ממנה תקיש על השאר אויף די אנדערע 'פונאויבענאויף גאר שווערע מימרות' וואס דו ווייסט, אז ס'איז יתכן אז ס'האט א הסבר וואס דו ווייסט נישט.פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:57 pmא דאנק פארן פארענטפערן דער פונאויבענאויף גאר שווערע מימרא, אז ס'האנדעלט זיך נאר ווען מ'לערנט עס לשם מינות.שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:51 pmיא, דער רבי רעדט ווען מ'לערנט עס לשם מינות (ווי למשל ווען מ'לערנט עס אין אנדערע לענדער), און מינות פסק'נט דער רמב"ם איז ארגער ווי ע"ז.פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:16 pm ס'דאך דא די באקאנטע מעשה פון די סאטמער רב זצ"ל מיט הגר"א קאטלער זצ"ל וואס ר' אהרן האט זיך אויסגעדריקט אויף א שטיקל ד"ח אז ס'איז ע"ה, און די רבי איז געווען אויפגעשוידערט, ביז איינער האט אים געזאגט אז ביי ר' אהרן איז עם הארצות אזויווי ביי די רבי אפיקורס...
(די סאטמער רב זצ"ל האט באמת געהאלטען אז ס'ענדערש צו דינען ע"ז ח"ו ווי איידער זיך צו לערנען עברית???
אויך טאמער מ'וועט זאגען אז יא, איז דאכט זיך גאנץ קלאר אז פיל אנדערע זאכען זענען בלשון גוזמא, און איך האב דאך צוגעברענגט ראיות פון די גמרא אז ס'נישט א פראבלעם)
'דאכט זיך גאנץ קלאר' איז א פאראדאקס..
"גאנץ קלאר" מיינט נישט אינגאנצען קלאר, און ס'שטימט זייער פיין מיט "דאכט זיך"...
פשטות איז דאס זייער א שטארקע ראיה, איך האב אבער געזען איינער וואס וויל מדחה זיין אז ס'איז גענוג פארן מאן אפילו ווען זי זעט נאר אויס כעין א אשה שאינה מגלחת, כאטש מ'קען זען א חילוק, אבער לכאו' וועט יעדער מודה זיין אז דאס איז א דוחק עצום.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:28 am די בעסטע ראי' אז א שייטל האט שוין טויזנטער יאר צירוק אויסגעזען פונקט ווי האר איז די גמ' אין נזיר כח:
און דער שלטי גיבורים אין מסורת הש"ס אויפן פלאץ צייכנט עס צו.
ברענג די לשון , די אלו פוסקים דלעיל האבן אויך געקענט לערנען א שטיקל גמרא און סיי האבן פארשטאנען אנדערשתינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:28 am די בעסטע ראי' אז א שייטל האט שוין טויזנטער יאר צירוק אויסגעזען פונקט ווי האר איז די גמ' אין נזיר כח:
און דער שלטי גיבורים אין מסורת הש"ס אויפן פלאץ צייכנט עס צו.
נאר אויף קלארצושטעלן: די "אלע" פוסקים דלעיל רעדט מען בלויז פון וויענער רב זצ"ל (און אפשר אויך הגרש"ז פינס זצ"ל וואס רעדט בעיקר פון די דרך העולם אין זיינע צייטען, און פון דעם אז ס'איז א פריצות צו אנפאנגען גיין אנדערע סארט שייטלעך, אבער לכאו' רעדט ער לאו דוקא פון וואס איז די רעדע אין די פוסקים הקדמונים, אבער אפשר האלט ער טאקע יא אזויווי וויענער רב זצ"ל).
ערשט יעצט האב איך באמערקט וואס דו שרייבסט "ווי למשל ווען מ'לערנט עס אין אנדערע לענדער" (וואס האסט מסתמא צוגעלייגט נאכן שיקען די תגובה ארגינעל, און דערפאר האב איך עס נישט אויפגעמערקט, היות ס'קומט נישט אויף אז די תגובה איז פארראכטען געווארען), און בעניותי כאפ איך נישט פארוואס ווען מ'לערנט עס אין אנדערע לענדער איז עס מסתמא לשם מינות (דהיינו אז ער לערענט עס ווייל ער האלט אז כלל ישראל איז א פאלק דורכן שפראך, נישט דורכן תורה, אד"ג), די טעם איז דאך לכאו' פשוט אז מ'זאל קענען קאמיוניקירען מיט רוב פרומע אידען פון די וועלט וואס קענען נאר עברית, ווי אויך אז טאמער מ'וועט גיין וואוינען אין א"י (ווי ס'די דרך אין אסאך קרייזען) זאל מען קענען די לאנד'ס שפראך.שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:51 pmיא, דער רבי רעדט ווען מ'לערנט עס לשם מינות (ווי למשל ווען מ'לערנט עס אין אנדערע לענדער), און מינות פסק'נט דער רמב"ם איז ארגער ווי ע"ז.פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:16 pm ס'דאך דא די באקאנטע מעשה פון די סאטמער רב זצ"ל מיט הגר"א קאטלער זצ"ל וואס ר' אהרן האט זיך אויסגעדריקט אויף א שטיקל ד"ח אז ס'איז ע"ה, און די רבי איז געווען אויפגעשוידערט, ביז איינער האט אים געזאגט אז ביי ר' אהרן איז עם הארצות אזויווי ביי די רבי אפיקורס...
(די סאטמער רב זצ"ל האט באמת געהאלטען אז ס'ענדערש צו דינען ע"ז ח"ו ווי איידער זיך צו לערנען עברית???
אויך טאמער מ'וועט זאגען אז יא, איז דאכט זיך גאנץ קלאר אז פיל אנדערע זאכען זענען בלשון גוזמא, און איך האב דאך צוגעברענגט ראיות פון די גמרא אז ס'נישט א פראבלעם)
דו זאגסט זייער שיינע פשטים, און ווען דו וואלטסט געווען פוסק הדור וואלט אפשר דער דור עס געדארפט אין באטראכט נעמען.בן שמחה האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:06 am אין גמרא שטייט נישט א טעם פארוואס א פרוי דארף צודעקן די האר, ערוה מיינט אז ווייל סאיז דא א חיוב צו צודעקן פון ופרע ראש האשה איז וועגן דעם איז עס א זאך וואס מאכט הורהורים ביי א נשואה און עס ווערט א ערוה,
שער באשה ערוה איז נישט קיין טעם נאר א פועל יוצא פון דעם חיוב כיסו
פנים חדשות האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:52 am נעטפרי פילטער בלאקירט די פאריגע תגובה, איז אויב מעגליך ביטע ארויסנעמען די ווארט/ווערטער וואס האבען מסתמא גורם געווען דאס בלאקעדזש, אדער נעמען א בילד דערפון און ארויפשטעלן א בילד.
א דאנק.
איז דאס א פוסק אדער סתם א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה?פנים חדשות האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 10:12 am א דאנק פאר די בילד.
@בן שמחה שרייבט אויך אז ס'דא הרהור, נאר ער שרייבט אז דאס קומט אלס פועל יוצא פון די דין כיסוי (וואס י"א איז א עונש אויף חוה, זי זאל גיין עטופה כאבילה, וי"א אז ס'קען זיין א גזירת הכתוב (חסל"א בדעת רש"י)), און ממילא פאלען אוועק רוב ראיות.
אויסער דעם, האב איך שוין פריער געשריבען אז אויך טאמער זאגט מען אז די טעם איז אלס הרהור, דארף מען לכאו' זאגען (בהכרח ממה שמותר לרווקות וגם לארוסות ללכת בגילוי השערות) אז דאס איז נאר וויבאלד בזמן ההוא איז געווען די דרך העולם זיך צוצודעקן די קאפ נאכן חתונה, און דערפאר טאמער זעט מען א פרוי אנדערש ברענגט עס צו הרהור, אבער בזמנינו וואס דער טעם איז אוועקפאלען (עכ"פ אין רוב פלעצער) איז מער נישטא דער סיבה, ואעפ"כ איז פארשטייט זיך די איסור התורה קאי וקיים, אבער הא מיהת פארדינען מיר אז א שייטעל זאל זיין א גוטע כיסוי (ובזה שונה משאר מקומות שבגוף, שבעצם מביאים להרהור, לא רק בגלל היותו שונה מדרך העולם, ולהכי לא מצאנו חילוק להלכה בהם בין נשואות לבין רווקות וארוסות).
אט האט איר א קונטרס וואס איינער האט מיר אריינגעשיקט איבער די סיבה פון כיסוי הראש, איך בין נישט איבערגעגאנגען די קונטרס, און איך בעט אז נאר איינער וואס וויל עס ליינען/לערנען נישט ע"מ לקנטר ולהפריך, זאל עס ליינען/לערנען.
https://tora-forum.co.il/attachments/%D ... pdf.70020/
ס'איז נישטא קיין "צד המחמירים" אין די נושא פון אנטון א שייטל וואס זעט אויס ווי האר. ס'איז אפשר דא א "צד המקילים" פון גאר דוחק'דיגע מהלכים, אבער דער פשוט'ער הלכה איז דערקעגן, פון ממש כמעט אלע ראשונים ואחרונים זעט מען קלאר פארקערט, און די אנדערע פשטין זענען נגד הראשונים און אויך נגד השכל.פנים חדשות האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 10:23 am סתם א יונגערמאן, וואס האט זיך אריינגעטאן אין די סוגיות אפשר אלס קונטרע צו אנדערע וואס זענען אריינגעטאן אין דעם פון די צד המחמירים..., און שרייבט זיינע הערות והשגות כדרכה של תורה?
איר האט נישט פארשטאנען, עס איז דא א חשש הרהור ”ווייל” די תורה הייסט צודעקן די האר, איז אויב די תורה לאזט נוצן א שייטל און דאס איז די דרך אין די מדינה מאכט עס נישט קיין הרהור,דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:05 amדו זאגסט זייער שיינע פשטים, און ווען דו וואלטסט געווען פוסק הדור וואלט אפשר דער דור עס געדארפט אין באטראכט נעמען.בן שמחה האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:06 am אין גמרא שטייט נישט א טעם פארוואס א פרוי דארף צודעקן די האר, ערוה מיינט אז ווייל סאיז דא א חיוב צו צודעקן פון ופרע ראש האשה איז וועגן דעם איז עס א זאך וואס מאכט הורהורים ביי א נשואה און עס ווערט א ערוה,
שער באשה ערוה איז נישט קיין טעם נאר א פועל יוצא פון דעם חיוב כיסו
אבער למעשה האבן אלע פוסקי כלל ישראל געלערנט די גראשע פשט, אז שער באשה ערוה איז אן איסור, נישט א טעם. און דער טעם איז ווייל עס ברענגט הרהור.
און אויב מ'דארף ראיות דערצו:
1) די עצם זאך אז אין שו"ע ליגט דאס ביי די הלכות פון הרחקה בין אנשים לנשים, וואו מ'רעדט פון הסתכלות והרהור, והדבר פשוט מאוד מאוד.
2) אין כתובות ביי "עוברת על דת משה" רעכנט די גמרא אויס "נאר" נדרים (שבעוונה בנים מתים) אדער איסורים וואס זענען מכשיל די מענער, און איינס דערפון איז "יוצאה וראשה פרועה". אלע מפשרים זענען דארט מסביר אז דאס איז וועגן הרהור והמסתעף, דער לשון המאירי איז "כי יוצאים מהם דרכים ושבילים לזנות". די זעלבע דער נימקו"י דארט שרייבט אז ס'איז ווייל דאס איז גורם תאוה. דער מהר"י הלוי שרייבט דארט אויף שער און אויף קול באשה "דבתרווייהו איכא למיחש להרהור".
3) דער פרמ"ג שרייבט קלארע ווערטער "דבפאה נכרית אין הרהור".
און אזוי קען מען אויסרעכנען ממש טויזנטער ראיות ואין לדבר סוף. אלע ראשונים ואחרונים האבן געלערנט דעם גראדן פשט, און אלע אונזערע רבי'ס האבן דערציילט דעם מציאות אז ס'איז אמאל נישט געווען אזא מושג פון גיין א שייטל וואס זעט אויס ווי האר.
דער היתר אויפ'ן שייטל איז צו שוואך, אז מ'זאל קענען אויסזוכן עפעס געוויסע תשובה ספרים און אריינלערנען באהאלטענע און קרומע פשטים אין חז"ל ארויסצונעמען נייע הלכות אז ס'מעג אויזען ווי האר, וואס איז סיי אויסגעטרוקנט פון מקורות בהלכה און סיי עס מאכט נישט קיין טראפ סענס.
חס וחלילה. ממש אלע פוסקים שרייבן "נארמאל" פשט, און לפי זה טאר א פרוי "נישט" אויסזען ווי א (צניעות'דיגע) מיידל. שער באשוה ערוה!בן שמחה האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:00 am איר האט נישט פארשטאנען, עס איז דא א חשש הרהור ”ווייל” די תורה הייסט צודעקן די האר, איז אויב די תורה לאזט נוצן א שייטל און דאס איז די דרך אין די מדינה מאכט עס נישט קיין הרהור,
יעצט איינמאל די כיסו איז כשר וואס איז די נפק”מ צו עס זעהט אויס נאטורליך? פארשטייט זיך ווען סאיז איידל כדוגמת א צניעות’דיגע מיידל
איך נוץ א לשון פון די פוסקים, נישט מיין אייגענע לשון. כהאב שוין אויבן געברענגט דעם שבט הלוי, און דער חתם סופר האט שין אזוי געשריבן, אז מען פארלאזט זיך אויף דעם רמ"א נאר אויב מען האט נישט די מעגליכקייט להעמיד הדת על תילה.
ור״מ אומר אפי׳ בתגלחת טהרה יפר מפני שיכול לומר אי אפשי באשה מגלחת׃ ות״ק אמר לך אפשר בפאה נכריתיום טוב האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:54 amברענג די לשון , די אלו פוסקים דלעיל האבן אויך געקענט לערנען א שטיקל גמרא און סיי האבן פארשטאנען אנדערשתינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:28 am די בעסטע ראי' אז א שייטל האט שוין טויזנטער יאר צירוק אויסגעזען פונקט ווי האר איז די גמ' אין נזיר כח:
און דער שלטי גיבורים אין מסורת הש"ס אויפן פלאץ צייכנט עס צו.
בחצר אבער נישט ברשה״רתינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:29 pmור״מ אומר אפי׳ בתגלחת טהרה יפר מפני שיכול לומר אי אפשי באשה מגלחת׃ ות״ק אמר לך אפשר בפאה נכריתיום טוב האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:54 amברענג די לשון , די אלו פוסקים דלעיל האבן אויך געקענט לערנען א שטיקל גמרא און סיי האבן פארשטאנען אנדערשתינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:28 am די בעסטע ראי' אז א שייטל האט שוין טויזנטער יאר צירוק אויסגעזען פונקט ווי האר איז די גמ' אין נזיר כח:
און דער שלטי גיבורים אין מסורת הש"ס אויפן פלאץ צייכנט עס צו.
זאגט דער שלטי גיבורים דארט אויפן פלאץ (אין עין משפט, נישט אין מסורת הש"ס) נ"ל היתר מכאן לשערות שנשים נשואות נותנים בראשיהם.
דא זעט מען פונקט פארקערט.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:29 pmור״מ אומר אפי׳ בתגלחת טהרה יפר מפני שיכול לומר אי אפשי באשה מגלחת׃ ות״ק אמר לך אפשר בפאה נכריתיום טוב האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:54 amברענג די לשון , די אלו פוסקים דלעיל האבן אויך געקענט לערנען א שטיקל גמרא און סיי האבן פארשטאנען אנדערשתינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:28 am די בעסטע ראי' אז א שייטל האט שוין טויזנטער יאר צירוק אויסגעזען פונקט ווי האר איז די גמ' אין נזיר כח:
און דער שלטי גיבורים אין מסורת הש"ס אויפן פלאץ צייכנט עס צו.
זאגט דער שלטי גיבורים דארט אויפן פלאץ (אין עין משפט, נישט אין מסורת הש"ס) נ"ל היתר מכאן לשערות שנשים נשואות נותנים בראשיהם.
ור"מ סבר בפאה נכרית איידי דזוהמא לא ניחא ליה