אויב ווילסטו עפעס זאל געשען ניץ דעם ''באריכט'' קנעפל.בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 08, 2026 3:08 pm אפשר קען מען צאמשטעלן די צוויי?
viewtopic.php?p=241605#p241605
עסן און טרינקען געזונט
Re: עסן און טרינקען געזונט
-
אינטערן טיש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
- x 74
Re: עסן און טרינקען געזונט
די הויפט פראבלעם פון ווייסע מעל כהיום,בעיקר אין אמעריקע ,אז סאיז געבליטשט, פשוטו כמשמעו עס ליגט בליעטש אין דיין חלה אדער ברויט , די קעמעיקעל וואס יעדער שטייט ווייט פון, ווייס מעל למשל פון ארץ ישראל איז אסאך געזונטער, וועגן דעם איז דא מענטשן וואס קויפן די מעל און קרעקערס נאר פון ארץ-ישראל דייקא , געהערט פון הרב קוגעל די דייעט רבי וועגן דעם. מען שפירט א גרויסע חילוק ביים עסן, די טראמפ אדמיניסטראציע וויל ענדיגן מיט די בליעטש, רוב לענדער איז עס נישט ליגעל.
פאר מער הערט פון הרב שלמה אפרים סאנדעל פון קרית יואל
-
אינטערן טיש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
- x 74
Re: עסן און טרינקען געזונט
זיכער אזוי , יעדע מאכל היימיש איז פיל פאכיג געזונטער ווי געקויפט
-
אינטערן טיש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
- x 74
Re: עסן און טרינקען געזונט
פלעג מיר עסן יוגאורט אינדערפרי אנשטאט פאסטען אדער עסן חאזעריי, און עס האט מיר אייביג נישט זאגט געמאכט , ווילאנג איינער האט מסביר געווען סאיז א שטיק צוקער, און צוקער מאכט דארפן נאך צוקער , די איינציגסטע געקויפטע יוגאורט וואס איז נישט אזוי שעדליך איז פלעין יואגערט אן קיין פלעיוואר, מען קען אריין ווארפן פרישע שטיקלעך פרוכט, ווי שטיקלעך באנאנע, טענזשערין, אדער בעריס,נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 7:24 pmאיך קען נישט גלייבן אז איר מיינט ערענסט וואס איר שרייבט. איר פארשטייט אז וויבאלד מען קען נישט צוריקגיין צום אמאל, דארף מען עסן מכל הבא ליד? איך גלייב נישט אז דאס איז געווען אייער כוונה, ווארשיינליך מער אזא פליטת פה געווען.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 1:13 pmגערעכט, אבער די וואס זענען פארנומען מיט געזונטע עסן שרייען אז מען קען גארנישט קויפן אין געשעפט ווייל אלעס איז נישט געזונט► Show Spoiler
די פרוכט ווייל מען באשמירט זיי מיט קעמילקס, די פלייש און אייער ווייל מען נידלט זיי און מען האדוועט זיי אויף נישט ריכטיג עי' ר' הערשל מייזליש, וכדו' וכדו' וכדו'
מען קען נישט היינט צוריקגיין לעבן אזווי אין די אלטע היים ווי מען האט אליין געפלאנצט פרוכט אליין אויפגעהאדוועט טשיקנס און געשחטן, דאס איז עס
לאמיר דיר מסביר זיין וואס איך מיין מיטן קוקן אינגרידיענס.
איך האב פריער געזעהן א אינגערמאן עסן א "געזונטע לאנטש". וואס מיינט א "געזונטע לאנטש"? א טעלער פרוכט, מיט א yogurt. פרוכט איז זייער געזונט, און yogurt איז א אויך זייער א גוטע source of protein. וואס קען זיין בעסער?
איך האב דעם אינגערמאן גארנישט געזאגט, ווייל איך גלייך נישט צו געבן אומגעבעטענע קאמענטארן, אבער פאר דיר מיין ליבע פריינט וועל איך יא זאגן את ווארט. די יאגערט איז געווען א GIVAT ווענילע יאגערט. איך וויל דיר בעטן אז נעקסטע מאל דו גייסט אין גראסערי, זאלסטו מוחל זיין נעמען א גיוואט ווענילע יאגערט, און כאפ א בליק אויף די אינגרידיענס.
די יאגערט איז Gram 142, וואס קומט אויס צו 5 Net Wt. OZ. עס איז שווער צו מאכן די פונקטליכע חשבון, אבער דאס קומט אויס זיכער ווייניגער ווי 5 FL OZ.
אין די קליינע בלויע קאפ יאגערט ליגט אזוי נישט מיר און נישט דיר די פאנטאסטישע סומע פון גאנצע 24 גרעם צוקער!! אמת טאקע אז א חלק פון די צוקער איז נאטורליכע צוקער וואס מילך האט אין זיך. אבער 20 פון די 24 גרעם צוקער איז צוגעלייגטע צוקער! איר הערט וואס איך זאג? אין די קליינע שאכטל יאגערט איז דא גאנצע צוואנציג גרעם "צוגעלייגטע" צוקער!!
יעצט לאמיר דאס צוטיילן אין פראצענט. פראצענטאל אויב רעכענט מען נאר די צוגעלייגטע צוקער באשטייט די יאגערט פון גאנצע 14 פראצענט צוקער!! אזוי ווי איר הערט!! פערצן פראצענט פון די "געזונטע" יאגערט, איז צוקער!
צו ממחיש זיין וואס דאס מיינט, לאמיר כאפן א בליק וויפיל צוקער עס ליגט אין א באטל קאקע קאלע. אין א 12 אנציגע באטעל קאקע קאלע לייגן זיי אריין 39 גרעם צוקער. ווען דו מאכסט די חשבון שטעלט זיך ארויס אז 11 פראצענט פון די באטעל איז צוקער. יא! איר האט גוט געליינט! אין די פשוטע איידעלע אזוי גערופענע "געזונטע יאגערט", ליגט פרעצאנטאל מער צוקער ווי אין קאקע קאלע!! אמת טאקע אז ווען מען טרינקט אויס די גאנצע 12 OZ קומט אויס אז מען טרינקט מער צוקער, אבער ווען דו זאלסט נעמען 5 OZ קאקע קאלע, קעגן 5 OZ גיוואט ווענילע יאגערט, האט די ווענילע יאגערט מער צוקער ווי די קאקע קאלע!! איז דיר אמאל בייגעפאלן צו טרינקן קאקע קאלע פאר א "געזונטע" לאנטש?
קאקע קאלע איז א משקה וואס יעדער ווייסט אז דאס איז נישט געזונט, יעדער ווייסט אז דאס איז א שטיק צוקער. אבער איז דיר אמאל בייגעפאלן אז אין די אזוי גערופענע "געזונטע" יאגערט ליגט מער צוקער ווי אין די אומגעזונטע קאקע קאלע?! ס'איז דאך מרפסין איגרא!
לאמיר דאס ממחיש זיין נאך מער. ווען דיין אינגעל נעמט א קאווע שבת אינדערפרי, וויפיל קאצקע צוקער לאזט איר אים נעמען? צוויי? דריי? איך גלייב נישט אז מער. יעצט לאמיר כאפן א בליק. א פשוטע היינטיגע DOMINO קאצקע צוקערל באשטייט פון 3.5 גרעם צוקער. (די אמאליגע פלעגן זיין 2.2 גרעם, איך ווייס נישט פארוואס זיי מאכן עסן מער נישט.) איז דיר אמאל בייגעפאלן אז ווען דו געבסט פאר דיין קינד א יאגערט צו עסן פרייטאג נאכמיטאג, ווייל דו ווילסט ער זאל עסן עפעס "געזונט" געבסטו אים מער צוקער ווי דו לאזט אים נעמען שבת אינדערפרי?? אין איין אזא יאגערט ליגט 6 "צוגעלייגטע" היינטיגע קאצקע צוקערלעך! זעקס! און פון די אמאליגע איז דאס גאנצע 9 קאצקע צוקערלעך!! און דאס איז וואס דו געבסט פאר דיין קינד!
דו ווייסט וואס נאך איך וועל דיר זאגן? אין א מהדרין LEBEN איז דא ווייניגער צוקער ווי אין א פשוטע גיוואט יאגערט. איך האב דאס אויך נישט געגלייבט, אבער קוק און איבערצייג דיך אליינס! אין א מהדרין לעבען פון 170 גרעם, איז דא בלויז (אויך מיר א בלויז...) 18 גרעם צוגעלייגטע צוקער. דאס קומט אויס צו 10.5 פראצענט צוקער! דאס איז היבש ווייניגער ווי די 14 פראצענט וואס ליגט אין די אומשולדיג אויסזעהנדע ווענילע יאגערט.
איר כאפט וואס דא קומט פאר?? איר האט דאס אמאל אין אכט גענומען?? שומו שמים!! און דאס עסן אונזערע אינגע קינדער!! און מען כאפט ניטאמאל וואס מען טוט מיט זיי!!
צו כאפן וואס די פראבלעם איז, איז כדי צו וויסן אז די רעקאמענדירטע סכום פון צוקער וואס א קינד ביז די אכצן זאל עסן א טאג איז 25 גרעם. אויב אין איין אזא יאגערט ליגט 20 גרעם צוקער, איז פשט אז דאס קינד דארף נאך 5 גרעם א טאג און ער איז גוד טו גא. לויט די נאמבערס פון צוקער, וויפיל נאך מיינסטו דארף ער עסן כדי אנצוקומען צו די רעקאמענדירטע סכום?...
צוקער איז טאקע נישט שעדליך ע"פ רוב פאר קינדער אויף די מינוט, קינדער האבן א שטארקע סיסטעם. אבער מען הרג'עט די סיסטעם בידים!! מען ברענגט זיך אליינס אן אלע מחלות ר"ל!! און דאס איז חוץ פון אנדערע ביהעיוויעראל פראבלעמען וואס עסן אסאך צוקער ברענגט.
פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו אזא איינער וואס געבט אכט אויף וויפיל קאצקע צוקער די קינדער טרינקן מיט די קאווע. פאר די וואס גייט זיי בכלל נישט אן, זאלן וויסן אז זיי זענען רעקלעס!
און מיין טייערע @שבת קודש טו מיר א טובה, גיי כאפ א בליק אויף די מזונות סעקשן אין גראסערי. איך ווארן דיך נאר פון פריער אז דו זאלסט וויסן אז דיין קאפל גייט דיר מער נישט פיטן... דיין האר פון קאפ וועט זיך אויפשטעלן, און עס וועט זיך קיינמאל מער נישט זיך צוריק אראפלייגן.... א פחד און א שרעק מיט וואס מען פיטערט די קינדער. ס'איז איום ונורא!
ווען דו פרעגסט מיר, מיין פערזענליכע מיינונג. איך קויף אויך געוויסע זאכן אין גראסערי. איך בין ביי די מיינונג אז מען דארף זיך אויסלערנען ווי אזוי צו לעבן מיט די היינטיגע וועלט. מען קען נישט צוריקגיין צום אמאל, און עס האט נישט קיין פשט צוריקצוגיין צום אמאל. (און ניטאמאל איז אזוי זיכער אז די אמאליגע וועג איז טאקע געזונטער. ואכהמ"ל) בסך הכל וואס איך זאג איז קוק אינגרידיענס און זיי aware פון וואס טוט זיך. דארפסט נישט טראכטן מיט וואס מען באשמירט אלץ פרוכט, און וויפיל הארמאנס מען געבט פאר בעלי חיים. אבער צו וויסן וויפיל צוקער וכדו' עס ליגט אין עסן וועט נישט שאטן. פארקערט, דאס וועט בסייעתא דשמיא אפהיטן דיר און דיינע קינדער מכל מיני חלאים. ווי דער רמב"ם שרייבט, אז רוב החולאים קומען פון עסן נישט געזונטע עסן.
סאיז דא פון בעטעל פארמס יואגערט אן חאזעריי און אויך פלעין , אבער סאיז היפש טייער, זייער פעט, נייגעריג צו סאיז געזונטע צו עסן יעדן טאג, מען שפירט פול דערנאך דערפון , סאיז ממש עכטע פעטענס
- בחינה 25
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 34
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
- Location: Somewhere worldwide
- x 132
Re: עסן און טרינקען געזונט
ריכטיג, עסן פעט האלט זאט, משא''כ צוקער.
און מ'מעג און מ'דארף עסן געזונטע פעטנס (עכ'פ לשיטת הערשל)
מ'דארף נאר נישט סטרעססן צו עסן אזוי סאך פעט, ס'וויכטיגער צו עסן פראטיען.
אז מ'קען עסן ביידע, איז מורא'דיג...
ביי די וועי, פלעין יואגערט אן קיין פלעיוואר מיין איך האט אויך קארבס, מ'דארף נאר וויסן צו מאכן א חילוק צווישן שטייטע און שנעלע קארבס.
און מ'מעג און מ'דארף עסן געזונטע פעטנס (עכ'פ לשיטת הערשל)
מ'דארף נאר נישט סטרעססן צו עסן אזוי סאך פעט, ס'וויכטיגער צו עסן פראטיען.
אז מ'קען עסן ביידע, איז מורא'דיג...
ביי די וועי, פלעין יואגערט אן קיין פלעיוואר מיין איך האט אויך קארבס, מ'דארף נאר וויסן צו מאכן א חילוק צווישן שטייטע און שנעלע קארבס.
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
-
אינטערן טיש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
- x 74
Re: עסן און טרינקען געזונט
ספעציעל מדייק געווען אז סאיז די ווייניגסטע שעדליך, דאכט זיך אז די אלגעמיינע קאמפאניס האבן בערך 4 קארבס די פלעין,אנשטאט 25 אדער מער מיט פלעיווארסבחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 08, 2026 5:06 pm ריכטיג, עסן פעט האלט זאט, משא''כ צוקער.
און מ'מעג און מ'דארף עסן געזונטע פעטנס (עכ'פ לשיטת הערשל)
מ'דארף נאר נישט סטרעססן צו עסן אזוי סאך פעט, ס'וויכטיגער צו עסן פראטיען.
אז מ'קען עסן ביידע, איז מורא'דיג...
ביי די וועי, פלעין יואגערט אן קיין פלעיוואר מיין איך האט אויך קארבס, מ'דארף נאר וויסן צו מאכן א חילוק צווישן שטייטע און שנעלע קארבס.
Re: עסן און טרינקען געזונט
די שאלה איז וואס הייסט היימיש..אינטערן טיש האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 08, 2026 4:48 pmזיכער אזוי , יעדע מאכל היימיש איז פיל פאכיג געזונטער ווי געקויפט
געזען אמאל איינער האט געשריבן אז זיין ב"ב האט געמאכט היימישע טשיז דעלקעלעך. וואס הייסט? זי האט גענומען געקויפטע טייג, אריינגעלייגט געקויפטע קעז און צוקער, והנה; ס'איז געווארן היימיש...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.