בלאט 3 פון 10

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 5:58 pm
דורך ניקל
וואסאפשט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:01 pm פרישע נייעס קומט אריין איבער דער געוועזענער ניו יארק סטעיט גאווערנער קאומאו, אז ער האט געמאלדן פאר זיינע נאנטע מענטשן אז ער קלערט פון לויפן פאר ניו יארק סיטי מעיאר פאזיציע.
מיסטער ענדרו קאומאו האט געמאלדן, אז אין פאל דער עקזיסטירנדער מעיאר עריק עדעמס ווערט אריינגעשלעפט אין א פעדעראלע אויספארשונג, וויל ער אריינגיין אין דעם פאליטישן פארמעסט צו געווינען די מעיארשאפט אין ניו יארק סיטי.

א גוטע גאווערנער איז ער געווען ביז קאוויד אפשר איז א גוטע געדאנק ער זאל איבערנעמען די לייצעס און מאכן סדר אולי ואולי
עדעמס זאגט אז ער האלט אז קאמאו זיכט נישט זיין פאזיציע

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 5:00 pm
דורך ווער
אַן אַנקעטע צייגט אַז אין א פּריימערי צווישן ניו יאָרק סיטי מעיאָר עריק עדעמס און דער געוועזענער גאָווערנאָר ענדרו קאָומאָו, וואָלט קאָומאָו געווינען

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:15 pm
דורך רואה חשבונות
א בנין פון 6 שטאק איז טיילווייז איינגעפאלן אין די בראנקס. קיינע פאטאליטעטן.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:20 pm
דורך רואה חשבונות
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:15 pm א בנין פון 6 שטאק איז טיילווייז איינגעפאלן אין די בראנקס. קיינע פאטאליטעטן.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:23 pm
דורך דער תהלים איד
רחמנא.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 5:28 pm
דורך ווער
ניו יארק גאווערנער האט אינטערגעשריבן א געזעץ אוועק צו שטעלן א קאמיטע וואס זאל אריין קוקן אין די געדאנק פון צאלן פארגיטיגונג פאר שקלאפעריי

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 5:29 pm
דורך ווער
ניו יאָרק איז געווען איינס פון אַכט סטעיטס אין אַמעריקע וואָס האָבן אין די לעצטע יאָר צייט פאַרלוירן איינוואוינער, פאַרלירנדיג 102,000 איינוואוינער

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:45 pm
דורך טיפע טאשן
ווער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 5:28 pm ניו יארק גאווערנער האט אינטערגעשריבן א געזעץ אוועק צו שטעלן א קאמיטע וואס זאל אריין קוקן אין די געדאנק פון צאלן פארגיטיגונג פאר שקלאפעריי
:roll: :roll: :roll:

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:21 am
דורך ווער
טאלס אויפן ניו יארק סטעיט טראוועי שאסיי וועט זיך הייבן צום נייעם יאר מיט 5 פראצענט פאר איזי-פעס דרייווערס‎

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:21 am
דורך ווער
די פרישע מינימום וועידזש פרייזען
589e233a-6c23-43ee-9c35-47aa8019417f.jpeg
589e233a-6c23-43ee-9c35-47aa8019417f.jpeg (193.45 KiB) געזען געווארן 808 מאל

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 4:06 pm
דורך ווער
פרישע רעגן שטורעם ערווארטעט אין די טריי סטעיט ראיאן היינט מיטוואך נאכמיטאג און ביינאכט

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 4:07 pm
דורך ווער
4 באסעס מיט ארום 200 אזיל רעכט אפליקאנטן זענען אנגעקומען צום פארט אויטאריטי באס טערמינאל
די גרופע אימיגראנטן זענען געשיקט געווארן פון טעקסעס קיין ניו יארק סיטי אן עס איינמעלדן פון פאראויס פאר די סיטי, פירענדיג צו א שארפע רעאקציע דורך פארשטייער פון מעיאר עדעמס. סיטי באאמטע זאגן אז דאס קומט שוין נאכדעם וואס פאריגע וואך זענען אין בלויז איין נאכט אנגעקומען גאנצע 14 באסעס מיט אימיגראנטן, א ציפער וואס די סיטי האט נאך קיינמאל נישט געזען אויף איינמאל

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:57 am
דורך ווער
NYC מעיאר עדעמס האט געמאלדן א נייע עקזעקוטיוו פארארדענונג, וואס פארלאנגט טשארטער באסעס צו מעלדן 36 שעה פאר זיי קימען אהן מיט באסעס פול מיט אימיגראנטן. אויב די באסעס וועלען נישט איינמעלדן פון פריער קענען זיי ווערען אנגעקלאגט מיט א קלאס B פארברעכן און קענען ווערן באשטראפט מיט טורמע און די באסעס גייען ווערן אוועקגענימען.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:59 am
דורך ווער
ניו יאָרק סיטי מעיאָר עדעמס וויל אויסברייטערן זיין עקזעקוטיוו אָרדער וועלכע בלאָקירט אימיגראַנטן פון אָנקומען צו די סיטי, אפצושטעלן דאס ברענגן מיט באנען

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 4:18 pm
דורך ווער
דעם דינסטאג גייט אריין אין קראפט א קורפיו ביי 4 ניו יארק סיטי צענטערן וואו עס ווערן געהאלטן אימיגראנטן

אינטער די קורפיו וועלן אימיגראנטן מוזן זיין אינערהאלב די צענטער דורכאויס די צייט פון 11 ביינאכט ביז 6 פארטאגס. סיטי באאמטע זאגן אז אויב איינער ברעכט די קורפיו דריי מאל אין 30 טעג צייט וועט יענער ווערן ארויס געווארפן פון די צענטער.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:15 pm
דורך ווער
געוועזענער ניו יארק סיטי קאמפּטראלער סקאט סטרינגער קלערט צו לויפן קעגן מעיאר עדעמס ביי די פּריימעריס קומענדיגע יאר.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:10 pm
דורך ווער
פובליק הירינג דורך די ניו יארק סטעיט טראנספארטעישאן שיקט סיגנאלן אז די סטעיט קומט נענטער צו באשטעטיגן א דריטע לעין אויפ'ן רוט 17 אין אפסטעיט

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:33 pm
דורך All the best
*

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 8:14 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
ווער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 4:18 pm דעם דינסטאג גייט אריין אין קראפט א קורפיו ביי 4 ניו יארק סיטי צענטערן וואו עס ווערן געהאלטן אימיגראנטן

אינטער די קורפיו וועלן אימיגראנטן מוזן זיין אינערהאלב די צענטער דורכאויס די צייט פון 11 ביינאכט ביז 6 פארטאגס. סיטי באאמטע זאגן אז אויב איינער ברעכט די קורפיו דריי מאל אין 30 טעג צייט וועט יענער ווערן ארויס געווארפן פון די צענטער.
און ער וועט קענען געניסן פון בא'גנב'נען אלע געשעפטן אין ניו יארק סיטי פון ווי מ'וועט איהם פירן צו עפעס א פלאץ ווי מ'פארשטעלט זיך ווי אן ארעסטאנט פאר עטליכע שעה און מ'פאוזט פאר פיקטשער'ס...

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 2:49 pm
דורך פליט
די בארימטע עפל בילבארד אויף די bqe האט געלייגט בילדער פון די משכונות אין עזה, ווי באקאנט הענגט מען דארט גארנישט חוץ פון עפל עדס.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:16 pm
דורך מהודר
פליט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 2:49 pm די בארימטע עפל בילבארד אויף די bqe האט געלייגט בילדער פון די משכונות אין עזה, ווי באקאנט הענגט מען דארט גארנישט חוץ פון עפל עדס.
Screenshot_20240205-151321-361.png
Screenshot_20240205-151321-361.png (540.46 KiB) געזען געווארן 428 מאל

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:24 pm
דורך אנדערער
מהודר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:16 pm
פליט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 2:49 pm די בארימטע עפל בילבארד אויף די bqe האט געלייגט בילדער פון די משכונות אין עזה, ווי באקאנט הענגט מען דארט גארנישט חוץ פון עפל עדס.
Screenshot_20240205-151321-361.png
אן אלטע בילד און איינער האט צוגעשריבן גאזא

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 11:06 pm
דורך פליט
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:24 pm
מהודר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:16 pm
פליט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 2:49 pm די בארימטע עפל בילבארד אויף די bqe האט געלייגט בילדער פון די משכונות אין עזה, ווי באקאנט הענגט מען דארט גארנישט חוץ פון עפל עדס.
Screenshot_20240205-151321-361.png
אן אלטע בילד און איינער האט צוגעשריבן גאזא
אינטערעסאנט וואס איר זאגט.
כאמיר טאקע געווינדערט וואס האט די גרעפיקער האט געטראכט מיטן ארויף פאקן א A אויפן בעביס פנים....

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:40 am
דורך רואה חשבונות
בערך 70 ארעסטן זענען פארגעקומען היינט אין ניו יארק סיטי דורך לאקאלע און פעדעראלע פאליציי. באריכטן זאגן אז ס'איז א נייטשא (NYCHA) קיק-בעק בעק סקאנדאל.

(כ'האף אידן זענען נישט פון די ארעסטירטע).

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:27 am
דורך ווער
צענדליגער איינגעשטעלטע ביי די ניו יארק סיטי האוזינג אויטאריטי זענען ארעסטירט געווארן אין איינס פון די גרעסטע לאקאלע קארופציע אויספארשונגן