בלאט 3 פון 8

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:18 am
דורך ניקל
פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל אינדארסירט עיב האמאדע פאר קאנגראס, אין אריזאנע׳ס אכטע קאנגראסיאנאלע דיסטריקט.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:22 am
דורך רואה חשבונות
א לעצטיגע אנקעטע צייגט אז עדעם שיף (ד) איז פאראויס פון זיי נעטסטן קעגענער 'מר. פארטער (ד)' מיט 5 פראצענט.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 11:53 pm
דורך רואה חשבונות
ניו יארק'ס העכסטע געריכט האט היינט געאורטיילט אז די דעמאקראטישע רידיסטריקטינג מאפע פאר ניו יארק איז לעגאל. דאס פארגרעסערט זייערע שאנסן צו געוואונען א מערהייט אינעם קומענדע אמעריקאנער קאנגרעס.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:22 am
דורך גליק
קאנגרעסמאן Drew Ferguson (R-GA) זאגט אז ער וועט נישט זוכן ווידערוויילונג אין 2024.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:10 pm
דורך מירון
גליק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:22 am קאנגרעסמאן Drew Ferguson (R-GA) זאגט אז ער וועט נישט זוכן ווידערוויילונג אין 2024.
אזוי אויך מעלדט דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן ווילי ניקל (נישט דער @ניקל פון אידטיש) אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידעוויילונג צוליב רידיסריקינג.

#צוויי פאטאליטען אין איין טאג!

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 10:44 am
דורך ווער
די רעפּובליקאנער קאנסערוואטיווע קאנגרעספרוי לאורען באובערט האט געמאלדן אז זי וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין איר יעצטיגע מערב קאלאראדא דיסטריקט, נאר וועט לויפן אין אן אנדערע דיסטריקט וואו די רעפּובליקאנער זענען שטארקער. איר באשלוס דינט ווי אן אנערקענונג פון די שוואכע ווידערוויילונג שאנסן זי איז אויסגעשטאנען אין איר יעצטיגע דיסטריקט, וואו זי האט ארויסגעצויגן א זיג פאראיאר מיט קנאפּע 500 שטימען מער ווי איר דעמאקראטישן קעגנער

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:13 pm
דורך ווער
די געוועזענע מאנהעטן קאנגרעס מיטגליד פרוי מעלאני האט ערענסטע פלענער אינטער צו נעמען א פרישע פארמעסט אין פאל נייע רידיסטריקטינג דעם יאר
די 77-יעריגע מעלאני האט סערווירט אין קאנגרעס פאר 30 יאר צייט ביז איר דיסטריקט איז געווארן צוזאמגעשטעלט מיט די דיסטריקט פון קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער, און זי האט פארלוירן אקעגן אים אין א דעמאקראטישע פריימערי. יעצט אז די סטעיט'ס העכסטע געריכט האט ארויס געווארפן די סטעיט'ס קאנגרעס מאפע און געהייסן שאפן נייע דיסטריקטס האפט זי אז עס וועט ארויס קומען א נייע דיסטריקט וואס וועט זיין מער גינסטיג פאר איר זיך צו קענען צוריק קערן צום קאנגרעס

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:49 pm
דורך ווער
מען ערווארט היינט צו הערן פון א געריכט-געשטעלטן פּאנעל וויאזוי ניו יארק סטעיט'ס 26 קאנגרעס דיסטריקטס וועלן זיין איינגעטיילט פאר די קומענדיגע וואלן היי יאר נאוועמבער.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 16, 2024 10:06 am
דורך ווער
די דעמאקראטן האבן ערנסטע קאפּ ווייטאג נאך וואס דער רעפּובליקאנער געוועזענער מערילענד גאווערנאר לערי האוגען האט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר'ן אפענעם סענאט זיץ. אנקעטעס צייגן אז האוגען, וועלכער איז א מעסיגער פּאפּולערער פיגור אין דער דעמאקראטישער סטעיט, שטייט פאראויס פון סיי וועלכע פון זיינע פּאטענציעלע דעמאקראטישע קעגנער, וועלכע לויפן יעצט איינער קעגן צווייטן אין א דעמאקראטישע סענאט פּריימערי

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 16, 2024 10:07 am
דורך ווער
די פארגעשלאגענע טוישונגען צו די קאנגרעסיאנאלע מאפּעס אין ניו יארק קענען דעצידירן עלעקשאן רעזולטאטן אין שמאלע פארמעסטן, אין א יאר וואס קאנגרעס קאנטראל ליגט אויפ'ן וואגשאל. אן אומפּארטייאישע פּאנעל האט נעכטן פארגעשלאגן די נייע מאפּעס, וואס נעמט אריין טוישונגען צו אפּסטעיט סווינג דיסטריקטס, איבערמאכן די 22'סטע דיסטריקט צו א מער-דעמאקראטישע דיסטריקט, צווישן אנדערן. אצינד וועט די סטעיט לעגיסלאטור דארפן באשטעטיגן די מאפּעס.
unnamed - 2024-02-16T100705.539.jpg
unnamed - 2024-02-16T100705.539.jpg (46.61 KiB) געזען געווארן 508 מאל

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:06 pm
דורך ווער
דעמאקראטישע געזעצגעבער אין אלבאני אומצופרידן פון די קאנגרעס מאפע דורך די 'אינדיפענדענט רידיסטריקטינג קאמישאן' האבן אראפ געשטימט די מאפע

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:45 am
דורך ווער
נאך נאנט צו צוויי יאר פון פּארטייאישע דעבאטעס און אנקלאגעס, האבן דעמאקראטן אין ניו יארק ענדגילטיג געענדיגט דעם קאמף איבער רידיסטריקטינג און א נייע מאפּע פאר די ארטיגע קאנגרעס דיסטריקטס זענען באשטעטיגט געווארן. די מאפּעס זענען באשטעטיגט געווארן אין די סטעיט לעגיסלאטור אין אלבאני נעכטן מיטוואך, וואס די נייע מאפּעס געבט פאר די דעמאקראטן א קליינעם שטופּ פאראויס ערב די קומענדיגע קאנגרעס וואלן היי יאר נאוועמבער

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: דינסטאג מערץ 05, 2024 2:47 pm
דורך ווער
סענעטאר קריסטען סינעמע האט געמאלדן אז זי וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: דינסטאג מערץ 05, 2024 11:33 pm
דורך רואה חשבונות
ווי ס'זעט אויס האט עס עדעם שיף אין קאליפארניע

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:02 am
דורך ניקל
טראמפ אינדארסירטע קאנדידאט ברענדען גיל האט געווינען די פריימערי אין טעקסעס 24׳טע קאנגראסיאנאלע דיסטריקט.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:02 am
דורך ניקל
טראמפ אינדארסירטע קאנדידאט מארק העריס איז דערקלערט געווארן די געווינער אין די רעפובליקאנער קאנגראסיאנאלע פריימערי אין נארט קאראליינע׳ס אכטע דיסטריקט.

עטליכע רעפובליקאנער סופער-פּעקס האבן געהאט אריינגעגאסן מיליאנען אין א פריוו צו אפהאלטן העריס פון געווינען.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:03 am
דורך ניקל
רעפובליקאנער קאנגראסמאן טאוני גאנזאלאס פון טעקסעס 23׳טע דיסטריקט וועט גיין פאר א ראן-אף קעגן מאגא קאנדידאט ברענדן הערערא, נאך וואס קיינער האט נישט אנגעצויגן מער ווי 50% פון די שטימען.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:03 am
דורך ניקל
קאנגראסמאן בערי מאר איז דערקלערט געווארן די געווינער קעגן קאנגראסמאן דשערי קארל אין אלאבעמע׳ס ערשטע דיסטריקט.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:04 am
דורך ניקל
רואה חשבונות האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 11:33 pm ווי ס'זעט אויס האט עס עדעם שיף אין קאליפארניע
גייען פאר א ראן-אף

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:08 am
דורך רואה חשבונות
ניקל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:04 am
רואה חשבונות האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 11:33 pm ווי ס'זעט אויס האט עס עדעם שיף אין קאליפארניע
גייען פאר א ראן-אף
נישט א ראן-אף, נאר זיך פארמעסטן אין דזשערנעל עלעקשאן. נאר וואס דען? אין קאליפארניע ווער סג'עווינט די 'דעמאקראטישע פריימערי' איז א זיכערער געווינער אין נאוועמבער

חוץ מזה, אין קאליפארניע איז דא א סיסטעם פון א דזשאנגעל פריימערי הייסט דאס. איך וועל עס מסביר זיין א צווייטע מאל.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: פרייטאג מערץ 08, 2024 11:16 am
דורך ווער
מענענדעז ד, גייט נישט לויפן פאר ריעלעקשאן.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: פרייטאג מערץ 08, 2024 11:18 am
דורך ווער
דער געוועזענער קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס האט געמאלדן אז ער גייט אינטערנעמען א פרישע קאנגרעס פארמעסט
דאסמאל פאר די זיץ פון קאנגרעסמאן ניק לעלאָטע, א ריפובליקאנער וועלכע פארטרעט דיסטריקט 1. די דיסטריקט זיצט הארט נעבן די דיסטריקט פון וואו ער איז פארמאל געווארן ארויס געווארפן אין א קאנגרעס אפשטימונג פון 311 קעגן 114, נאך א באריכט דורך די קאנגרעס עטיקס קאמיטע וואס האט אים באשולדיגט אויף אומלעגאלע אקטיוויטעטן. לעלאטע, וועלכע איז געועון פון די שטארקע שטיצער ארויס צו ווארפן סענטאס, זאגט אז ער קוקט ארויס אויף די פארמעסט און ער איז צופרידן אז ער האט געשפילט א ראלע ארויס צו ווארפן אזא ליגנער ווי סענטאס, און אויב גיין אין א פריימערי אקעגן אים וועט פארטיגן די ארבייט, דאן קוקט ער ארויס דערויף

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:01 pm
דורך ווער
מער ווי 20 ליביראלע גרופעס האבן זיך פאראייניגט אין א קאמף אפצושלאגן פרא-מדינת ישראל קאמפיינס אקעגן ליביראלע קאנגרעס מיטגלידער
די קאאליציע מיט'ן נאמען 'רידזשעקט עיפעק' נעמט אריין סיי ליביראלע אידישע גרופעס און סיי אראבישע און מוסלומענער גרופעס וועלכע קאארדינירן גאר שטארק צווישן זיך זייט די מלחמה האט זיך אנגעפאנגן. זיי האפן צו קענען אפשלאגן די מיליאנאן דאלארן וואס 'עיפעק' פלאנט אויסצוגעבן אין א פרואוו צו באזיגן אזוי גערופענע 'סקוואד' קאנגרעס מיטגלידער דורך שטיצן זייערע פריימערי קעגנער

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 5:29 pm
דורך ניקל
פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט געוועזענער קאנגרעסמאן מייק ראדשערס אין די מישיגען רעפובליקאנער סענאט פריימערי.

Re: סענאט און קאנגרעס פארמעסט 2024

געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:04 pm
דורך ניקל
פרעזידענט טראמפ וועט דעם שבת גיין קאמפיינען אין אהייאו אין שטיצע פון סענאט קאנדידאט בערני מארינאו.

די פריימערי קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג.