בלאט 3 פון 5

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:12 am
דורך יום טוב
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:09 pm @וואסאפשט טאקע דאס זאגט ער, אז טראץ מ'האט זיך אזוי שארף געקריגט וועמענס דער שטח זאל זיין, און איינער האט עס געווינען, לאזט ער אבער למעשה דעם אנדערן קומען, ער עפנט אים אלע טויערן, אא"וו.

שטעל דיך פאר אזא מציאות ביי די פלגי הליטאים... אדער ביי קהילת [פיל אויט די בלענק]...

די נקודה איז טאקע א קידוש השם. וממנו ילמדו וכן יעשו.
בכלל נישט קיין קידוש השם פרוביר זיך פארצושטעלן ווען נישט וואספארא בזיונות און חילול השם וואלט געווען

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:48 am
דורך משה רבינו
ווירקליך האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 12, 2023 10:38 pm
משה רבינו האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 12, 2023 10:34 pm קען מען דען נישט אויסארבעטן? ביי די מאמעס יארצייט קומט מען אין אנדערע צייטן אינגאנצן, עס איז בכוונה ווען עס איז געפאקט עס זאל שטומען פאר די בילדער.
ווער קומט ביי די מאמע’ס יארצייט, און אין וועלכע צייט?
מהר"א קומט בכלל נישט ביי די מאמעס יארצייט, און ביי די רביס קומט ער ארום 1:00 ווען עס איז לפי ערך גאנץ רואיג,

משא"כ מהרי"י קומט ביי די מאמע צופרי, און כ"ו אב אין די פיעק שעות. מ'דארף פרובירן דאס צו פארבעסערן

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:42 am
דורך אסמכתא בעלמא
ישיבה קטנה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:17 am סוואקסט דא אויס א אפגעפרעגטע קינדערישע טעגלאש סייט
מנהלים הזהרו

באלד איז שוין צו שפעט און עס וועט נאר בלייבן מיינע חברים פון ישיבה קטנה
ווי לאנג מען רעדט נישט קיין פאליטיק נאר מען שמעסט אויס א נושא, לאזן מיר דעם שמועס גיין.

אין אזא פאל, איז א תגובה ווי אייערס די פאליטישע תגובה, אפשר אויך קינדיש. ביטע ווייטער האלטן דאס פלאץ ערוואקסן און לאמיר ווייטער נהנה זיין אינאיינעם, ברודערליך.

ומאן בקשה יוצאת צו אלע אנדערע חברים אינעם שמועס: אזעלכע נושאים איז נישט געמאכט צו 'ציען'. איינער האט אויפגעברענגט אז מ'דארף זען די בחורים פון סאטמאר מהר"א זאלן זיין איינגעהאלטן צו יענעמס רבי, און אנדערע האבן געזאגט אז מ'דארף ווען טוישן די צייט פון קומען צום ציון ביי סאטמאר מהרי"י ווייל די צייט איז גורם מהומות. און מ'האמיר שוין געזאגט אז דאס האט לכאורה צוטון מיט'ן סדר היום לגבי די יארצייט סעודה אין קרית יואל.

נעקסט.

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:01 am
דורך וואוילער
אונזער טישל וועט האבן א טישל ביים ציון?

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:18 pm
דורך גאר געשמאק
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:42 am
ישיבה קטנה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:17 am סוואקסט דא אויס א אפגעפרעגטע קינדערישע טעגלאש סייט
מנהלים הזהרו

באלד איז שוין צו שפעט און עס וועט נאר בלייבן מיינע חברים פון ישיבה קטנה
ווי לאנג מען רעדט נישט קיין פאליטיק נאר מען שמעסט אויס א נושא, לאזן מיר דעם שמועס גיין.

אין אזא פאל, איז א תגובה ווי אייערס די פאליטישע תגובה, אפשר אויך קינדיש. ביטע ווייטער האלטן דאס פלאץ ערוואקסן און לאמיר ווייטער נהנה זיין אינאיינעם, ברודערליך.

ומאן בקשה יוצאת צו אלע אנדערע חברים אינעם שמועס: אזעלכע נושאים איז נישט געמאכט צו 'ציען'. איינער האט אויפגעברענגט אז מ'דארף זען די בחורים פון סאטמאר מהר"א זאלן זיין איינגעהאלטן צו יענעמס רבי, און אנדערע האבן געזאגט אז מ'דארף ווען טוישן די צייט פון קומען צום ציון ביי סאטמאר מהרי"י ווייל די צייט איז גורם מהומות. און מ'האמיר שוין געזאגט אז דאס האט לכאורה צוטון מיט'ן סדר היום לגבי די יארצייט סעודה אין קרית יואל.

נעקסט.
זייער קלאר!!!

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:39 pm
דורך יום טוב
זאל מיר האבן געפויעלט אלעס גוטס
א מחי' די נייע סדר , ביז פאר צוויי מיר צוריק איז געווען בלויז איין טויער אריין צוגיין יעצט האמיר 3 די פארקינג די לעכט אינדרויסן
יישר כח פאר די סדרנים!

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:30 pm
דורך וואסאפשט
אביסל פון מיינע אבזערוואציעס אויפן פעלד
1 ממש א מחי' אז עס איז דא נאך א אריינגאנג עס גיבט צו זייער אסאך הרחבת הדעת
2 נאר א רחמנות פאר די געלט גייער וואס פלעגן ביז היינט האבן קאנטראל אויף די איינע וועג
וואס פלעגט ארויפפירן אבער הינט מיט דריי וועגן ארויף ווייס איך נישט ווי אזוי מ'מאכט געלט
3 די לעכט איז צוגעשטעלט מיט אסאך מער פלאץ און ס'מער סעיף ב"ה
4 אזוי אויך האט מען אוועקגעריקט די לעכט און קאמענד סענטער אריין און די שטח המתיבתא
5 מיר פערזענליך האט פארדראסן אז ממש ביים ציון און אוהל שטייט דארט א איד און יאגט דעם עולם
בשפת המדינה ענגלי"ש
6 יעצט פאר איך בין אוועק געגאנגען האט די פאבליק סעיפטי געברענגט פרישע צעמענטענע בלאקערס
לכאו' צום אנקום פון האדמו"ר מהרי"י שליט"א בעיני זעה איך נישט קיין פירוש אויף די פרישע בלאקערס
עס גייט לכאורה נאר מאכן א גרעסערע אנשטויס כנלענ"ד
7 עסן איז געווען שיין צוגעשטעלט קעיק,סענדוויטשעס,קאווע,טיי, אא"וו
8 טרעפיק אינעם שטעטל זעט אויס אסאך בעסער ב"ה
קומטס אריין מיט נאך אבזערוואציעס

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:39 pm
דורך א קלער
וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:30 pm אביסל פון מיינע אבזערוואציעס אויפן פעלד

זייענדיג אין אהל פאר איבער 2 שעה איז מיר זייער געפאלען ווי מען האט צוגעלאזט עלטערע אידן און רבנים פון אינטן

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:42 pm
דורך דער תהלים איד
איך האב שטארק הנאה געהאט ב"ה. יה"ר מזאל האבן געפועלט אלעס גוטס.

גענוצט די מתיבתא אריינגאנג, די ליין צום מציבה האט גראדע גענומען אסאך לענגער ווי געראכטן, די טענט צו זאגן תהלים איז געווען א מחי', היבש פיל מ'קען שוין גרעסער מאכן (אויב שייך).

כהאב אויך געטראכט ווי @וואסאפשט אז ס'איז א רחמנות אויף די געלטגייער טענטס. וויפיל פראצענט גייען נאך יענעם וועג ווען עס שטייט א סיין "מעין פארקינג" אריין צו בארדיטשוב?

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:59 pm
דורך וואסאפשט
וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:30 pm אביסל פון מיינע אבזערוואציעס אויפן פעלד
1 ממש א מחי' אז עס איז דא נאך א אריינגאנג עס גיבט צו זייער אסאך הרחבת הדעת
2 נאר א רחמנות פאר די געלט גייער וואס פלעגן ביז היינט האבן קאנטראל אויף די איינע וועג
וואס פלעגט ארויפפירן אבער הינט מיט דריי וועגן ארויף ווייס איך נישט ווי אזוי מ'מאכט געלט
3 די לעכט איז צוגעשטעלט מיט אסאך מער פלאץ און ס'מער סעיף ב"ה
4 אזוי אויך האט מען אוועקגעריקט די לעכט און קאמענד סענטער אריין און די שטח המתיבתא
5 מיר פערזענליך האט פארדראסן אז ממש ביים ציון און אוהל שטייט דארט א איד און יאגט דעם עולם
בשפת המדינה ענגלי"ש
6 יעצט פאר איך בין אוועק געגאנגען האט די פאבליק סעיפטי געברענגט פרישע צעמענטענע בלאקערס
לכאו' צום אנקום פון האדמו"ר מהרי"י שליט"א בעיני זעה איך נישט קיין פירוש אויף די פרישע בלאקערס
עס גייט לכאורה נאר מאכן א גרעסערע אנשטויס כנלענ"ד
7 עסן איז געווען שיין צוגעשטעלט קעיק,סענדוויטשעס,קאווע,טיי, אא"וו
8 טרעפיק אינעם שטעטל זעט אויס אסאך בעסער ב"ה
קומטס אריין מיט נאך אבזערוואציעס
9 מ'האט מסדר געוען אז מ'זאגט קדיש נאר יעדע האלבע שעה דהיינו 00 30

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:26 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
קטעי דברות קודש מכ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) בביהמ"ד הגדול קרית יואל:

טהרת הקודש

דער רבי ז"ל זי"ע האט אויפגעשטעלט קרן הצלה, אונז דארף מיר דאס ממשיך זיין, און שטיצן אלע מוסדות עטה"ק.

מ'דארף דערמאנען לשבח אברכי קרית יואל, וואס זיי אליינס האבן דאס יאר צוזאמגעשטעלט "א מיליאן" דאלאר פאר מוסדות עטה"ק! אויסער די אלע נדבת בנ"י, און אברכים אין אנדערע מקומות.

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:28 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
עדה החרדית

ס'טוט וויי די שמועות שונות אז ס'דא מענטשן מבפנים, אין די עדה החרדית, וואס זענען מהרס די עדה החרדית מיט פארשידענע פעולות שאין רוח חכמים נוחה הימנו. און ס'איז דא א פחד פון טעראר אז אנדערע זאלן שווייגן.

אונז דא פון די ווייט קענען טון, און מ'זעמיר מתפלל מהפך צו זיין דעם 'וי' צו 'טוב'

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:29 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
גזירת הגיוס

די זעלבע איז דא א גזירה פון גיוס בני ישיבות, אונז דארף מיר ווייטער קעמפן צו ראטעווען בחורים ואברכים, און נישט צולאזן קיין שום שינוי אין די ענין פון גיוס בני ישיבות

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:31 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
קרית יואל

דער פעטער ז"ל האט אויפגעשטעלט קרית יואל. היינט וואוינען שוין דא כמעט 8,000 משפחות! עס פעלט 50 צו 8000.

אין קרית יואל וואוינען 44,000 נפשות בליעה"ר.

דער נאמען "קרית יואל" איז נישט נאר א נאמען, ס'איז א קשר עליון דאורייתא, ס'איז מעורר זכות ישיני עפר, פון פעטער ז"ל. מ'איז מעורר דעם רבינס זכות, האט מען א קשר אמיץ, פון עולם העליון צו די תושבי המקום, קען מען מהפך זיין וי לטוב, סיי ברוחניות סיי בגשמיות.

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:35 pm
דורך משה רבינו
בלומינגראוו, איז צוטיילט אין 3 געגענטער,
צד ימין די רעכטע זייט וזאל הייסן שכונת דברי חיים, און די לינקע זייט שכונת זרע קודש.

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:36 pm
דורך משה רבינו
וואדבערי ווילעס וועט הייסן שכונת חת"ס

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:41 pm
דורך היט שבת
מעמד קריאת השם!! ווי וועט זיין די סעודת ברית?

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:55 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
הרחבת גבולי קרית יואל

שוין אויסגעקומען צו רעדן. די גרעניצן פון א ווילעדזש איז נאר לגבי שטייערן, פערמיטס, אבער נישט לגבי "רוחניות". קדושה איז מתפשט צו אלע זייטן, ווי דער אויבערשטער האט געזאגט פאר יעקב אבינו ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה.

אלע געגנטן און שכונות וואס זענען נאנט צו די שטאט דא, אלעס איז קרית יואל, און אלע וואס וואוינען אינעווייניג אין די פארברייטערטע קרית יואל, אויף די אלע ליגט א פליכט זיך צו פירן גענוי ווי דער פעטער ז"ל האט געפאדערט, אן משנה זיין א זיז כלשהו. ווער עס קומט אהער פון דער פרעמד צו איינע פון די שכונות, זאל ער וויסן אז ער וואוינט אין קרית יואל! ער זאל נישט האבן קיין ספק אין דעם! און ער מוז מקבל זיין "חומרת המקום שהלך לשם" בכל פרטי'.

צו פארזיכערן קדושת המקום פון די נייערע שכונות אין קרית יואל, וויל איך יעצט קורא שם זיין די שכונות, אלס שכונות פון קרית יואל.

די געגנט וואס הייסט אויף ענגליש בלומינגראוו איז צוטיילט אין 3 געגנטער. די רעכטע זייט גלייך ווען מ'קומט פון צענטער קרית יואל, די רעכטע זייט הייסט "שכונת דברי חיים", און די לינקע זייט הייסט "שכונת זרע קודש". ס'איז א זכי' פאר א איד! ער זאל זאגן "איך וואוין אין די שכונה וואס הייסט נאכן ראפשיצער רב!" נאכ'ן צאנזער רב!

קעגנאיבער, וואו עס הייסט אויף ענגליש לעיק שארר, וועט הייסן שכונות "שאגת ארי'".

ס'דא א געגנט וואודבורי ווילאס, א ענגלישע נאמען, וועט הייסן "שכונת חתם סופר". נאכ'ן הייליגן חתם סופר, וואס די גאנצע וועלט זאגט נאך פון זיינע הייליגע דרשות.

די געגנט וואס מ'רופט סמיט פארם, וועט הייסן "שכונת ברוך טעם", נאכ'ן גרויסן ברוך טעם, וואס דער הייליגער דברי חיים שרייבט אז במשך פון זיין יאר וואס ער האט געגעסן קעסט ביים שווער דער ברוך טעם, האט ער דורכגעלערנט "רוב סוגיות הש"ס" מיט'ן שווער. זאל זיין א זכי' צו וואוינען אין שכונת ברוך טעם!

די געגנט וואס מ'רופט קאנטרי האללא, דאס ווט הייסן "שכונת חכם צבי". דער דברי חיים האט געהייסן אז א יעדע אייניקל פונעם חכם צבי זאל אויפשרייבן די נאמען אויף די מציבה "ווייל די חיצונים אנטלויפן ווייט דערפון"! אזוי וועט זיין דא אויך.

די געגנט וואס הייסט היילענד לעיק עסטעיטס, אידן וואוינען דארט, העמיר א נאמען די געגנט "שכונת בית יוסף", נאכ'ן הייליגן בית יוסף וואס כל בית ישראל נשען עליו! דער הייליגער בית יוסף וואס האט געלערנט תורה פון א מלאך אלקים.

ס'דא נאך געגנטער וואס זענען נאך ווייניג באוואוינט, אי"ה עס וועט זיך אויך אנפילן, וועט מען דארט אויך קורא שם זיין.

מ'וואוינט אין א מגושם'דיגע מדינה! מ'דארף האבן דא א חותם בתוך חותם, צו געדענקען אז מיר וואוינען נישט אין אמעריקא! נאר אין "קרית יואל"! אזוי וועט מען אוועקנעמען די זוהמה פון אמעריקא, דרוכ'ן זיך רופן אויפ'ן נאמען פון א צדיק. דער פעטער ז"ל האט אונז דאס איבערגעלאזט א ירושה!

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:00 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פאה נכרית

דער פעטער האט אסאך געטון וועגן "צניעות". ב"ה ס'איז דא אסאך נשים, מחנה אלקים, וואו מ'גייט בכלל נישט א פאה נכרית. אשרי חלקם.

אבער ליידער איז דא פארקערט אויך. די היינטיגע שייטלעך, מ'קען ממש נישט דערקענען צווישן א פנוי' און א נשואה, צו גיין אזא שייטל איז אן איסור גמור "לכל הדיעות"!

מ'זאל אריינקלערן. היעלה על הדעת אנצוטון אויפ'ן קערפער, אויף א פלאץ וואס דארף זיין פארדעקט, זאל דער מלבוש אויסזען ממש ווי די קערפער?! אבער ס'איז אנגעטון... יעדער פארשטייט אז דאס איז א פריצות! פארוואס איז האר אנדערש? אז ס'זעט אויס ממש ווי האר, האט עס א דין ממש ווי האר! ס'איז אסור.

מיט יארן צוריק, די וואס זענען יא געגאנגען א שייטל, איז געווען וואס זענען געגאנען א צוגעדעקטע שייטל. ס'געווען כשמו כן הוא, "צוגעדעקט", רוב אדער א גרויס חלק. מ'האט דערקענט פון פארנט און פון די זייט, ס'איז צוגעדעקט! דאס איז געווען א גדר צניעות אינעם שייטל.

היינטיגע צייטן איז געווארן א מאדע, די צודעק ווערט קלענער, די שייטל ווערט גרעסער. ס'שוין ביז די פלייצע, און די צודעק איז ערגעץ אונטערן קאפ, אדער א בענדל פון 2 אינטשעס, און מ'רופט עס צודעקעט. וועמען פאפט מען?! דעםן בוכ"ע?! מען פאפט דעם אויבערשטן?!

ס'דא א תירוץ: "יעדער גייט אזוי". דאס איז א תירוץ?! א מכשול לרבים ווערט נישט מותר ווען יעדער גייט אזוי. די עלטערע נשים מיט א פונק פון ערליכקייט און צניעות, באוויינען די מצב פון די אייגענע קינדער און טעכטער און פון די אייניקלעך. מ'דארף שרייען געוואלד אויף די ירידה נוראה!

כ'בעט פון די עלטערן צו רעדן צו די קינדער און די ארייניקלעך, מסביר זיין די גרויסקייט און חשיבות פון צניעות! דער סמ"ק זאגט ס'איז א מצות עשה מה"ת פון והי' מחניך קדוש. יעדער ערנסטער איד זאל מסביר זיין אין שטוב מיט שיינע ווערטער, ביז זיין פרוי וועט פארשטיין, און ס'וועט געשען א פארבעסערונג.

מ'טאר זיך נישט מייאש זיין אז דער מצב איז שוואך! אז מ'טוט וועט מען אויפטון!

היינט א יאר צוריק האמיר געהאט דא א גרויס אסיפה פאר די נשים. ב"ה מ'האט אסאך אויפגעטון! אבער דער יצה"ר שלאפט נישט! אפילו מ'איז מסביר, דער יצה"ר האט בעסערע כח הסברה! נשים ווערן איבערגערעדט פון א צווייטע פרוי, אדער פון א שייטל מאכער. לעצטע וואך האב איך גערופן א אסיפה אינאיינעם מיט'ן דיין דא פון די שטאט, א אסיפה מיט די שייטל מאכער זיי זאלן וויסן וואס דא טוט זיך. ווייל זיי זענען געווענליך די מבינים וואס זאגן פאר'ן עולם וויאזוי מ'זאל גיין. האמיר זיי געבעטן זיי זאלן צוריקהאלטן די ירידה.

מ'האפט צום אויבערשטן אז מ'וועט אויפטון אין די מערכה. וואויל איז דער וואס האט א חלק דערין!

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:03 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ביליגע דירות

כ'האב גערעדט א צייט צוריק אז מ'האפט אי"ה צוצושטעלן ביז עטליכע יאר ביליגע דירות אין קרית יואל.

וויל איך זאגן, אני על משמרתי אעמודה. מען איז ווייטער עוסק דערין, די הנהלת הקרי' טוען גרויסע פעולות דאס צוצושטעלן, איך האף בע"ה אז מ'וועט מצליח זיין!

אויסער דעם, אונז טוען נאך פעולות אויף אנדערע מקומות, וואס דארט וועט אי"ה קענען זיין נאך ביליגער! אבער אז מ'רעדט פון אנדערע מקומות איז עס עפעס וואס מ'קען נאכנישט רעדן וד"ל, אבער איך האף אי"ה אז מ'וועט מצליח זיין!

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:04 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
גזירת החינוך

דער מצב טויג נישט, דער ציבור ווייסט נישט גענוי וואס ס'גייט פאר, מ'דערציילט נישט אלעס, וכו' וגו'

(מסתמא נישט לרוח המקום צו ארויסשרייבן די המשך)

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:06 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
דערנאך האט אדמו"ר שליט"א גערעדט וועגן די הפקירות פון שיקן בחורים אויף אר"י.

וזאת למודעי: איך האב געטייפט בערך בשעת'ן הערן, און שפעטער מתקן געווען צוביסלעך און אנגעפילט די לעכער, עס קען זיין אז עס פעלט געוויסע נקודות, ס'איז נישט ממש ווארט ביי ווארט, נאר די עיקרי הדברים.

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:10 pm
דורך להגדיל הטראסק
מ......
אזוי שנעל קענסטו טייפן?! וואו!

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:15 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווי געזאגט כהאב געטייפט אלע בשעת מעשה, און נאכדעם מתקן געווען, און נאכדעם גע'שלח'ט אלע בערך אויפאמאל (די ערשטע פאר קורצע האב איך נאך יא גע'שיקט'ט גלייך)

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:16 pm
דורך יאנטשי
.