בלאט 3 פון 4

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:57 pm
דורך יער
קענדי קראש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:00 am קום אריין מיט אביסל דיטעילס ווער איז דאס?
א געוועזענע אייוואו קאנגרעסמאן וואס איז פארשמירט געווארן דורך די עננעמי אוו די פיפל אלץ א ווייט סעפרעמעסיסט.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:58 pm
דורך יער
וואף!! אייזן!

וויוועק ראמאסוואמי ביי א פרעסע קאנפרענץ נעכטן נאך א טאון האלל אין אייוואו. האטס א פארגעניגן....


Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:43 pm
דורך סטעישאן וועעגן
WOW!!
דער איז פיינע נייעס...
שוין לאנג נישט געהערט א פאליטישאן אזוי צולייגן די מידיע מיט זייער אגענדעס און פנים אריין...

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:42 pm
דורך יער
ווען ס'קומט צו עקס טוט קאנדידאט וויוועק ראמאסוואמי טרענדן ליטערלי יעדן איינציגן טאג.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:24 pm
דורך יער
וויוועק ראמאסוואמי זאגט אז אויב געווינט ער די פרעזידענטסי וועט ער ווייטער אנהאלטן זיין פאדקעסט שאו מיט וועכענטליכע שמועסן און אינטערוויו'ס ארויס פונעם ווייסן הויז..

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:58 pm
דורך קענדי קראש
יער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:24 pm וויוועק ראמאסוואמי זאגט אז אויב געווינט ער די פרעזידענטסי וועט ער ווייטער אנהאלטן זיין פאדקעסט שאו מיט וועכענטליכע שמועסן און אינטערוויו'ס ארויס פונעם ווייסן הויז..
גראדע מיין איך אז זיין לעצטע אפיסאד איז געווען בערך א חודש צוריק.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:23 pm
דורך יער
קענדי קראש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:58 pm
יער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:24 pm וויוועק ראמאסוואמי זאגט אז אויב געווינט ער די פרעזידענטסי וועט ער ווייטער אנהאלטן זיין פאדקעסט שאו מיט וועכענטליכע שמועסן און אינטערוויו'ס ארויס פונעם ווייסן הויז..
גראדע מיין איך אז זיין לעצטע אפיסאד איז געווען בערך א חודש צוריק.
יא, איי געס ער איז ביזי מיט זיינע הונדערטער איווענט'ס אין אייוואו..

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:24 pm
דורך יער
ברעט ביער פון פאקס ניוז איז היינט מיט וויוועק ראמאסוואמי אויף די קאמפיין טרעיל אין אייוואו ווי ער טוט אים אינטערוויווען לייוו ביי זיינע איווענט'ס.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:43 pm
דורך יער
קענדעס אוענס וועט קאמפיינען היינט מיט וויוועק ראמאסוואמי אין אייוואו.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:08 pm
דורך יער
וויוועק ראמאסוואמי באטייליגט זיך היינט ביי א ראלי אין אייוואו סטעיט קעפיטאל קעגן די געפלאנטע בויעריי פון א קארבאן פייפליין דעזיינט צו פארניכטן די קארבאן דעאקסייד פון די לופט, און פארמער'ס ארום די סטעיט זענען באזארגט אז ס'וועט שאדטן פאר די ערד פון זייערע פארעמ'ס (פרעג מיך נישט איבער ווייל כ'קען זיך אויך נישט אויס...), א נושא וואס ראמאסוואמי האמערט שטארק ארום במשך זיין ארומקאמפיינען אין די סטעיט.

עס באטייליגט זיך אויך געוועזענע אייוואו קאנגרעסמאן סטיוו קינג וואס האט מיט א וואך צוריק אינדארסירט וויוועק ראמאסוואמי פאר פרעזידענט.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:47 pm
דורך יער
צוויי אייוואו סטעיט סאנאטארן וואס האבן געהאט אינדארסירט ראן דיסענטיס האבן צוריקגעצויגן פון זייער אינדארסירונג און האבן אנשטאט אינדארסירט וויוועק ראמאסוואמי פאר פרעזידענט.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:33 pm
דורך יער
וויוועק ראמאסוואמי שאצט פאר אז ראן דיסענטיס וועט עט די ענד דזשוינען די טיקעט צוזאמען מיט ניקי העילי בכדי צו סטאפן דאנאלד טראמפ.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:06 pm
דורך יער
יער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:08 pm וויוועק ראמאסוואמי באטייליגט זיך היינט ביי א ראלי אין אייוואו סטעיט קעפיטאל קעגן די געפלאנטע בויעריי פון א קארבאן פייפליין דעזיינט צו פארניכטן די קארבאן דעאקסייד פון די לופט, און פארמער'ס ארום די סטעיט זענען באזארגט אז ס'וועט שאדטן פאר די ערד פון זייערע פארעמ'ס (פרעג מיך נישט איבער ווייל כ'קען זיך אויך נישט אויס...), א נושא וואס ראמאסוואמי האמערט שטארק ארום במשך זיין ארומקאמפיינען אין די סטעיט.

עס באטייליגט זיך אויך געוועזענע אייוואו קאנגרעסמאן סטיוו קינג וואס האט מיט א וואך צוריק אינדארסירט וויוועק ראמאסוואמי פאר פרעזידענט.
עטליכע קליימעט טשעינדזש פראטעסטירער האבן זיך דארט אנגערוקט און געשריגן קולות, ראמאסוואמי האט זיי שיין אויפגענומען און געגעבן פאר יעדן פון זיי די מייק צו מאכן זייער פוינט, און דערנאך שטארק און רעספעקטפולי זיי אפגעענטפערט מיט פאקטן און ציפערן. די סיטואציע איז אריבער בשלום מיט א רואיגקייט.

דעיס איז שוין די ווייסעך וויפעלטע מאל ראמאסוואמי האט צוטון מיט צווישנרופער ביי זיינע איווענטן, און יעדעס מאל באווייזט ער זיי צו איינעמען מיט רעספעקטפולע און שטארק באהאנדלונג און געט זיי די טשענס צו מאכן זייער פוינט און דערנאך ענטפערט ער זיי. ביי איינס פון די פעלער האט די צווישנרופער דערנאך ארויף געוואקט צו ראמאסוואמי און אים געקלאפט די האנט און מודה געווען צו אים.


#טרו לידער.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:56 pm
דורך ובחרת בחיים
יער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:57 pm
קענדי קראש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:00 am קום אריין מיט אביסל דיטעילס ווער איז דאס?
א געוועזענע אייוואו קאנגרעסמאן וואס איז פארשמירט געווארן דורך די עננעמי אוו די פיפל אלץ א ווייט סעפרעמעסיסט.
אויב איך געדענק גוט איז ער געווען פון די ערשטע זיך אנצונעמען פאר ר' שלום מרדכי

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:43 am
דורך מאטאווירט
דער בחור רעדט גוט... יישר כח @יער פארן ברענגען

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:07 am
דורך יער
היינט ביים קאמפיינען אין אייוואו האט וויוועק ראמאסוואמי - וועלעכע איז א ברוינער אינדיאנער - ארויסגעטוויטעט א ווידיאו ווי ער זיצט אויף די קאמפיין באס מיט די שווארצע רעכטע אקטיוויסטקע קענדעס אוענס און קאנגרעסמאן סטיוו קינג - וואס ווי גערעדט אויבן האט אים די לינקע מידיע בשעתו באשמירט אלץ ווייסע סופרעמעסיסט:

Screenshot 2024-01-11 110326.jpg
Screenshot 2024-01-11 110326.jpg (68.56 KiB) געזען געווארן 764 מאל

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:30 am
דורך יער
וויוועק האלט דערווייל ביי פיר אייוואו סטעיט סאנאטארן וואס האבן אים אינדארסירט פאר פרעזידענט.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:43 am
דורך פליט
@יער אונז פילן דיין ווייטאג.

וועם אינדארסט איר יעצט?

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:06 am
דורך יער
פליט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:43 am @יער אונז פילן דיין ווייטאג.

וועם אינדארסט איר יעצט?
איך אינדארסיר נישט קיינעם, וויוועק האט אינדארסירט דאנאלד טראמפ.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:17 am
דורך פליט
וואס איז טאקע פשט פון זיין אינדארסמענט, נאכדעם וואס טראמפ האט אים גוט באוואשן, וויל ער מיט דעם אנקומען אין טראמפס אדמיניסטראציע?

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 9:49 am
דורך מאטאווירט
העי! וואס גייט פאר?

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:02 am
דורך בערל דער פייפער
מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 9:49 am העי! וואס גייט פאר?
ער איז אהיים געגאנגען נאכן אריין קומען נומער 4 נעכטן

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 4:28 pm
דורך יער
פליט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:17 am וואס איז טאקע פשט פון זיין אינדארסמענט, נאכדעם וואס טראמפ האט אים גוט באוואשן, וויל ער מיט דעם אנקומען אין טראמפס אדמיניסטראציע?
קודם טראמפ האט אים בכלל נישט אזוי באוואשן, די טאג פון די קאוקוסעס האט טראמפ געשריבן בערך: איך גלייך וויוועק אבער וועיסט נישט דיין וואוט.

וויוועק האט עס געזאגט די גאנצע צייט פון זיין געלויף אז ער גייט שטיצן טראמפ אויב איז ער די נאמעני, ער האט געזאגט אז ס'איז אמעריקע פירסט - אדער ער אדער טראמפ.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:48 pm
דורך יער
וויוועק ראמאסוואמי איז טרענדינג אויף טוויטער צוליב שטייגענדע שפעקולאציעס אלץ טראמפ'ס וויצע פרעזידענט קאנדידאט נאך וואס ער איז געזען געווארן מיט זיין רעביצין אין מאראלאגאו ביי א טראמפ איווענט ווי טראמפ האט אים מכבד געווען צו רעדן.

Re: רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט "וויוועק ראמאסוואמי"

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 8:56 pm
דורך יער
קומט אריין היבש קלאר אויף די טיק-טאק טשיינע נושא.