הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:08 am
► Show Spoiler
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 9:05 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:46 pm
אין די סיטי האט מען אויך וואטשערס פאר בעביסיטינג און פלעי גרופ וואס שפארט א געוואלד מיט געלט.
א מיידל/ווייבל אין וויליאמסבורג מאכט א שענערע געהאלט וואו א מיידל/ווייבל אין אפסטעיט.
אין די סיטי קען מען זיך גרינג באגיין אן א קאר און קאר סערוויסעס, ווייל מ' האט אלעס צו די האנט.
אסאך דירות אין די סיטי האבן א טעקס איבעיטמענט וואס מ' צאלט 0 טעקס פארן דירה.
נישטא קיין גארביטש בילס אין די סיטי....
מעמבערשיפ פאר קהל איז ביליגער אין די סיטי...
► Show Spoiler
פון וואוטשערס האט מען שוין גערעדט דא, האט נישט קיין פשט סתם צו איבערקייען נאכאמאל.
בנוגע די פעי טשעק. איך האב געפרעגט א באקאנטער מיינע וואס האט אפיסעס אין עטליכע חרדישע געגענטער. לויט ווי ער זאגט מיר איז נישט אמת אז די געהאלט אין אפסטעיט איז שוואכער. א פרוי מיט עקספיריענס איז די זעלבע אין אפסטעיט ווי אין די סיטי. נאר וואס? מיידלעך וואס זענען פריש ארויס פון סקול, צאלט מען טאקע יא ווייניגער.
יעצט איז אזוי. בעלי בתים איז דאך זיכער אז די פלאץ ווי ער וואוינט שפילט נישט קיין ראלע, ואדרבה, אין אפסטעיט צאלט מען וויניגער אינקאם טעקס. ווידער די וואס ארבעטן אויף א קאמישען, מאכט דאך ווייטער נישט אויס וואו ער וואוינט. און סתם ארבעטערס זאגט יענער אויך אז אין אמת'ן צאלט מען נישט ווייניגער, ער לייגט אבער צו, אז די סיטי ארבעטערס זענען אסאך מער דעספרעט פאר א רעיז ווייל זיי דעקן נישט דעם חודש, ווידער אין אפסטעיט איז נישט אזוי. ואשר ע"כ קען אויסקומען אז דער אפסטעיט אינגערמאן זאל באקומען ווייניגער פשוט ווייל ער דארף נישט קיין רעיז יעדע 10 חדשים.
יעצט דאס איז אמאל זיכער אז ווען מען שמועסט אויס וויפיל עס קאסט צו וואוינען אין די סיטי ווס וויפיל עס קאסט דאס לעבן אין אפסטעיט, איז פשוט אז מען רעדט נישט פונעם כולל אינגערמאן בכלל. עס מאכט לגמרי נישט אויס וויפיל מען צאלט פאר א מיידל אדער שנה ראשונה ושנייה ווייבל, לא על זה אנו דנין. מען רעדט פון די קאסט אף ליווינג. דהיינו איינער וואס האט א שטוב מיט קינדער, און האט "עכטע" עקספענסעס. און די פרויען וואס ארבעטן מיט א שטוב מיט קינדער, און האבן טאקע 10 יאר עקספיריענס, זאגט ער מיר איז טאקע די פעי טשעק די זעלבע. (ואדרבה, אויב איינער "ווייסט" פארקערט, זאל ער שרייבן.)
בנוגע טעקס אויף דירות. ס'איז א גוטע וויץ די טעקס איבעיטמענטס, רוב היימישע עולם צאלט אריין גרויסע טעקסעס אין די סיטי, און דאס גייט נאר ארויף און ארויף למעלה ולמעלה. מען קען היינט אין די סיטי צאלן פאר א נייע קאנדאו 20 טויזענט דאלער א יאר פאר טעקס, אדער אפילו מער. די עלטערע צאלן טאקע וויניגער, אבער אלעס גייט ארויף. איך רעד פער יוניט! משא"כ אין קרית יואל איז די טעקסעס א דריטל דערפון.
ואל תשובני פון בלומינגראוו וואס דארט איז טעקסעס יא אין די אלף השישי אריין, ווייל קיינער הייסט נישט מופן צו בלומינגראוו. מען רעדט פון ויסעו מסקילמען, ויחנו בהמספיק וועי.
אזוי אויך ווען מען רעדט פון קויפן א הויז. אין וויליאמסבורג גייען דירות פאר טויזענט דאלער א סקווער פוס, ווידער אין קרית יואל גייט עס פאר ***** אאפפסס... איך וויל נישט זאגן וויפיל... אבער פאר ווייניגער ווי א דריטל. און אפילו אין מאנסי איז עס אויך וויניגער ווי האלב.
קומען אבער אלעמאל די חכמים און ברוב חכמתם הויבן זיי אן דרייען מיטן פינגער, אז די מאנטלי פעימענטס זענען די זעלבע. ווייל ער צאלט 10 טויזענט דאלער א חודש, און זיין חבר צאלט 8 טויזענט אין מאנסי פלאס 2 פאר טעקסעס. קומט אויס אז ביידע צאלן 10. וואס דא איז יענער ווייטער נישט מדמה עפל צו עפל. אין וויליאמסבורג צאלט מען א מיליאן פוינט 2 פאר א פארשטינקענע 20X60, און אין מאנסי באקומסטו פאר די 1.2 3,000 סקווער פוס, פלאס א טענעט. (איך האב נישט נאכגעקוקט די פרייזן יעצט, אבער איך מיין אז איך בין ערגעץ ארום די טארגעט) ווער הייסט דיר קויפן אזא סארט דירה? איז דען נישט דא אין מאנסי דירות פון 1,500 סקווער פיס פאר ארום אדער גאר אונטער אכט הונדערט טויזענט? אודאי אז יא! סא וואס הייסט אז ס'קאסט די זעלבע? אזוי ווי דער שחו* וואס האט פארפירט אז ער ווייסט נישט וואס דער עולם זאגט אז געס גייט ארויף, שוין 10 יאר וואס ער גייט אין געס סטעישן און זאגט פיל איט אפ 20 דאלערס רעגאלער...
בנוגע קארס. ס'איז א גוטע טאלקינג פוינט, ס'איז אבער נישט אמת. גיי ארום אין ביהמ"ד און זאג מיר וויפיל אידן מיט משפחות וואס האבן א געהעריגע דזשאב, דרייוון נישט קיין אייגענע קאר. איך גלייב אז 90 פראצענט האבן יא אייגענע קארס. (איך רעד נישט פון בנש"ק'לעך, בני תורה, אדער פרישע אינגעלייט אונטער די 25) סא אמת טאקע אז מען "דארף" נישט קיין קאר אין וויליאמסבורג, אבער די מציאות איז אז דער עולם האט געהעריג קארס. און כמדומה איז קאר אינשורענס אפילו טייערער אין די סיטי ווי אין אפסטעיט. סא ווען מען קוקט אויף די קאסט אף ליווינג פון די סיטי צו אפסטעיט, איז מען כמעט שוה בשוה מיט די קאר עקפענס. (און אפילו מיט די קאר סערוויסעס אפשר אויך, קודם כל ווייל אין די סיטי נעמען די פרויען אויך קאר סערוויס און אובער'ס, וחוץ מזה איז 50 7 דאלער'דיגע ערייוו קאר סערוויסע טריפס א חודש, עקוויוועלענט צו איין פאמפ טיקעט און די איבריגע 150 דאלער א חודש פאר די קאר אינשורענס...)
אנדערע שטותים איז נישט אינטערעסאנט צו רעכענען, ווייל אויב יא קען איך אויך רעכענען אז כינור דוד איז אין קרית יואל, וואס דאס איז האלב פרייז פון פרדס...
ובדרך אגב, האט מיר איינער נעכטן געזאגט אז אין סאטמאר מאנסי מהר"א זענען דא היבש מלמדים וואס קומען טעגליך פון קרית יואל. פשט קען זיין פשוט ווייל אין מאנסי באצאלט מען מער, אדער אפשר ווייל אין קרית יואל (וואס האט אן איבערפלוס פון שווארצע ווייסע גלעזער...) האט אפשר איבערגענוג מלמדים. איך ווייס נישט. אדרבה, אויב איינער ווייסט זאל ער שרייבן.
כ'מיין אז דו ביסט דיך אביסל סותר, אין מאנסי זאגסטו אז ווער בעט דעם יונגערמאן צו קויפן דעם גרויסן דירה; קויף א קליינע, אבער אין סיטי רעכנסטו אז רוב עולם האט קארס (איך בין מסופק צי ס'איז טאקע אזוי, אבער נניח) און רוב עולם גייט אין קאנטרי.
אויב רעכנט מען וואס רוב עולם דארף מען טון אזוי אויך אין אפסטעיט.
הוספה: פערזענליך האלט איך אז מ'דארף רעכענען וויפיל ס'קען קאסטן און נישט וויפיל מענטשן שפענדן פאקטיש, אבער ס'קען זיין אז ס'איז געוואנדן אין די נאטורן פון יעדן מענטש.
שנית, דאס אז דער שטאטישער יונגערמאן באקומט שנעלער א רעיז ווייל ער איז מער דעספערט דערפאר איז ווארשיינליך אמת, און דאס איז דער וועג וויאזוי א הויכע קאסט אוו ליווינג טרייבט ארויף די וועידזשעס, ווייל קיינער איז נישט גרייט צו ארבעטן פאר א פרייז וואס דעקט נישט די בעיסיק הוצאות. דער פאקט בלייבט אבער דער זעלבער.
דאס איז לכאורה אויך דער חילוק פון עקספיריענסד פרויען און פרישע ארויס פון סקול, א פרוי וואס האט ערפארונג צאלט מען איר מער לויט איר אייגענע ווערד, משא"כ א מיידל פריש פון סקול צאלט מען מינימום, וויפיל איז אבער מינימום? געוואנדן אין די קאסט אוו ליווינג.
למעשה דיין פוינט איבער יונגעלייט קויפן דירות איז זיכער אמת, און כ'מיין אז קיינער איז נישט מחולק אז ק"י קעגן וו"ב איז ביליגער, די שאלה איז נאר וויפיל ביליגער.
א מזל האב איך אז דו מיינסט נאר, שטעל דיך פאר דו ווייסט ווען קלאר אז איך בין מיך סותר, איך וואלט שוין געווען א פארגאנגענהייט. כאטש יעצט האב איך נאך עפעס א האפענונג.
קוקט אויס ווי דו האסט נישט ממש פארשטאנען וואס איך שרייב. איך וועל דיר ענטפערן על אחרון ראשון. איך קום נישט דא זאגן אז האוזינג אין אפסטעיט איז מער עפאודיבעל ווי אין די סיטי, דאס איז דאך א דבר פשוט. מען דארף נישט קיין ראיה דערצו.
איך רעד נאר צו די וועלכע טענה'ן כסדר אז אחרי ככלות הכל קאסט די לעבן אין אפסטעיט פונקט אזוי טייע ווי אין די סיטי. אויף דעם זאג איך אז למעשה האט דער עולם אייגענע הייזער אין אפסטעיט משא"כ אין די סיטי.
כוונתי בזה, אז אויב ווילסטו מיר זאגן אז דאס לעבן קאסט די זעלבע, נאר די עקספענסעס זענען אנדערש. דאן פרעג איך דיר ווי אזוי קען זיין אז דער עולם אין אפסטעיט האט אייגענע הייזער? ווייל לאמיר זאגן אז אין די סיטי קאסט דאס לעבן 1,000 דאלער א וואך, 600 פאר האוזינג און 400 פאר גראסערי און שכר לימוד. און אין אפסטעיט קאסט עס אויך 1,000 דאלער א וואך, נאר פארקערט, 600 פאר גראסערי און שכר לימוד, און 400 פאר האוזינג. אויף דעם איז מיין פראגע פארוואס דעמאלטס זעהט מען אז רוב וויליאמסבורג זיצט אין רענטלעס, משא"כ אין אפסטעיט? ממה נפשך, אויב פארדינסטו טויזענט דאלער א וואך דאן קענסטו אין די סיטי אויך קויפן א הויז, און טאמער נישט קענסטו אין אפסטעיט אויך נישט. כאפסט?
נו אלא מאי קום איך צום החלטה אז די טענה האט מיט'ן מציאות גארנישט. דאס לעבן אין אפסטעיט אחרי ככלות הכל איז יא ביליגער, און א ראיה דערצו איז דאס וואס דער עולם קויפט אין גרויסן.
יעצט צוויי. דו ווילסט פארשטיין פארוואס ביי הייזער זאג איך קויף א קליינע, משא"כ ביי א קאר זאג איך אז למעשה האט דער עולם קארס אין די סיטי. די תירוץ איז פשוט. איך רעד צום סיטי אינגערמאן וואס מיטשעט זיך, און איך פרעג אים פארוואס ער מופט נישט ארויס צו אפסטעיט. אויב איז זיין תירוץ אז אחרי ככלות הכל ענדיגט מען ביי די זעלבע ווייל אין אפסטעיט מוז מען האבן א קאר, פרעג איך אים גלייך צוריק, און א רגע, דא האסט נישט קיין קאר? וואס דרייסטו מיר אין קאפ? די 1,000-1,200 דאלער וואס די קאר קאסט א חודש צאלסטו שוין סיי ווי. נו קענסט דאך שוין מופן קיין אפסטעיט!
יעצט וויפיל שאנס האב איך אז דער אינגערמאן זאל מיר זאגן אהובי ידידי, איך האב נישט קיין קאר! אפשר 10 פראצענט וועלן מיר קענען אזוי זאגן. ווייל כמדומה האבן 90 פראצענט סיטי איינוואוינער יא קארס. איך רעד נישט פון סיטי קעגן אפסטעיט, נאר איך רעד צום ספעציפישן אינגערמאן און איך גיי מיט אים דורך וועלכע עקספענסעס עס גייט אים צוקומען.
ווען איך רעד אבער פון האוזינג וועל איך פרעגן דעם אינגערמאן וויפיל עס קאסט אים די רענט, און וואס ער באקומט פאר דעם. אויב וועט זיין ענטפער זיין אז ער צאלט 6,500 פאר 4 בעדרום, דאן וועל איך אים זאגן אז אין אפסטעיט קען ער דאס האבן פאר האלב די פרייז. וואס אסאך מענטשן ענטפערן אין אזא צייט, איז אז איך האלט נישט ביים ארויסמופן און דינגן. אז איך מוף וויל איך קויפן. און נישט א קליינע סיטי הויז, נאר א גרויסע אפסטעיט הויז. בומס! און דאס וועט מיר ווייטער קאסטן די זעלבע 6,500 אין מאנטלי פעימענטס.
אויף דעם ענטפער איך אים, איך האב נישט קיין פראבלעם, אבער זייט וויסן אז דו ביסט שוין נישט מדמה עפל צו עפל. אפסטעיט איז יא ביליגער, נאר דו האלטס נישט ביים מופן. קיין שום פראבלעם, איך פארשטיי דיר זייער גוט, מופן איז א שווערע זאך. אבער זיי אפן מיט דיר אליינס. אין וויליאמסבורג האסטו נישט קיין פראבלעם צו וואוינען פאר רענט, ווייל יעדער לעבט אזוי. ווידער אין אפסטעיט ווי די סדר איז יא צו קויפן, ספעציעל די וואס מופן ארויס פון די סיטי, האסטו מורא אז דו וועסט פילן ווי א דורכפאל אויב דו מופסט און בלייבסט רענטן. זאג מיר אבער נישט אז לייף קאסט די זעלבע, ווען דו קענסט האבן רענט פאר האלב פרייז.
ועוד, אפילו דו וועסט יא קויפן און צאלן די זעלבע 6,500 אין מאנטלי פעימענטס, לוינט זיך עס נאכאלץ. ווייל כאטש גייסטו לאקן דיין מאנטלי פעימענטס. די 6,500 וואס דו צאלסט יעצט גייט בלייבן די מאנטלי פעימענטס די נעקסטע דרייסיג יאר. משא"ע אין וויליאמסבורג גייט דיין לענלורד דיר רעיזן יעדע צוויי יאר. און 10 יאר ארום גייסטו צאלן 12,000 דאלער א חודש. סא ויב אין די סיטי קענסטו נישט קויפן, אבער אין אפסטעיט יא, דאן כאפ דיין האב און גוטס און מוף! (און דאס איז חוץ פון די אנדערע מעלות וואס קויפן א הויז האט, ווי איך האב אביסעל מאריך געווען
דא)
און דזשאסט צו קלארמאכן. איך האלט נישט פאר א פאקט אז דאס לעבן אין אפסטעיט איז טאקע ביליגער. איך זאג נאר אז אזוי איז מסתבר, און א ראיה דערצו האב איך דאס וואס דער עולם קויפט דירות. אבער אויב איינער קען מיר ווייזן אויף אן עקסעל שיט אז עס איז נישט אזוי, נאר אין אפסטעיט קומען צו אנדערע עקספענסעס ווי לדוגמה אז יוטילעטיס אין אפסטעיט איז טייערער, אדער אז די האלצענע הייזער דארפן מער מעינטענעס, אדער אז מען דארף אפטער טוישן די רעדלעך פון די קאר, וכו' וכו' (נישט אז ס'איז אזוי, איך שיס פשוט משלים) גיי איך מיך נישט שלאגן מיט אים. עס מוז אבער גיין אויף אן אופן פון מדמה זיין עפל צו עפל. דערווייל האט מיר נאך קיינער נישט געקענט צייגן נאמבערס. אלעס איז בבחינת בלא בלא בלא.
נאך א פיצי נקודה. מיר האט איינער וואס האט ארויסגעמופט אמאל געזאגט, אז דאס לעבן אין אפסטעיט קאסט אים די זעלבע ווי אין שטאט. ער האט געמיינט אז לעבן גייט זיין ביליגער, אבער למעשה איז עס נישט אמת. פרעג איך אים צו ער קען מיר מאכן אן עקסעל שיט מיט זיינע עקספענסעס. זאגט ער מיר ניין, אבער אויף אזוי פיל ווייסט ער אז סוף חודש מיטשעט ער זיך צו באצאלן די קרעדיט קארד פונקט אזוי...
יעצט אזא טענה איז שטותים מכמה טעמים. קודם כל ווייל ווי די וועלט גייט היינט וועט איינער וואס פארדינט 100 טויזענט דאלער א יאר, לעבן אויף א באדזשעט פון 110 טויזענט דאלער, איינער וואס פארדינט 250 וועט לעבן אויף 275, און דער וואס פארדינט א האלב מיליאן וועט לעבן אויף 600. (די נאמבערס זענען סתם געשאסן, איך מיין נאר צו זאגן אז אויב לעבט מען נישט מיט אן עקסעל שיט, טרעפט מען זיך סוף חודש אין א מיינוס. חוץ אויב פארדינט מען עכט אסאך אז עס בלייבט איבער אפילו אויב מען ספענדט אין די וועלט אריין)
איך האב אים געזאגט אז איך בין געזעצן אמאל ביי א קידוש שבת אינדערפרי, און עס זענען געזיצן דארט צוויי חברים, איינער א דארער און איינער א פעשליכער. ווען זיי האבן גענדיגט עסן רופט זיך דער פעשליכער אן צום דארער, עפעס שטימט נישט דא. איך האב געזעהן ווי דו עסט, און איך האב געזעהן ווי דו האסט אויסגעליידיגט דיין גאנצע טעלער, און עכ"ז ביסטו דאר. פון די אנדערע זייט איך, האב אפילו איבערגעלאזט אין מיין טעלער, און איך וואקס אויף הייבן.
רופט זיך זיין חבר אן צו אים, אהובי ידידי, עס זאל דיר נישט וויי טוהן וואס איך זאג דיר, אבער האסט געזעהן וויפיל איך האב אריינגעלייגט אין מיין טעלער און וויפיל דו האסט? איך האב אריינגעלייגט 4 אייער קיכלעך, דריי פישעלעך, און איין סלייס קישקע. פון עסן דאס איין מאל א וואך ווערט מען נישט גראב. פון די אנדערע זייט דו נו שוין...
כוונתי, עס איז זייער גרינג צו שיסן סטעיטמענטס, מען דארף דעקונג! מען דארף מדמה זיין דבר והפיכו, און אויף דעם דן זיין.
בנוגע וועידזשעס, ס'איז נישט ממש ווי דו זאגסט. עכ"פ קען זיין האסט מיר נישט ריכטיג פארשטאנען. איך האב שוין אמאל גערעדט פון די נושא אין דזשענעראל
דא, איך מיין אז די טעמע דא איז נישט געאייגענט פאר דעם.