בלאט 3 פון 5
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט אדורך אמעריקא
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 03, 2026 11:21 pm
דורך חלום חלמתי
אנדערער האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 03, 2026 11:19 pm
בתכתקי האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 03, 2026 10:46 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 03, 2026 7:34 pm
פראנקרייך'ס מאקרוין איז פרייליך מיט די אפעראציע, און האפט אז די אפאזיציע פירער'טע וועט ווערן פרעזידענט
גאנזאלעז איז א מאן, די וויצע פון מאדורע איז א פרוי
די אפאזיציע פירער וואס אמעריקע האט ארויסגעשמוגלט לעצטנס איז נישט א פרוי?
זי איז
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט אדורך אמעריקא
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 03, 2026 11:45 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 03, 2026 7:34 pm
פראנקרייך'ס מאקרוין איז פרייליך מיט די אפעראציע, און האפט אז די אפאזיציע פירער'טע וועט ווערן פרעזידענט
אפאזיציע פירערן באדאנקט זיך
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 12:20 am
דורך יפת
דראמאטישע סצענעס פון קאראקאס, ווענעזועלע, צייגן ווי די מיליטערישע פארטיידיגונגס סיסטעמען ווערן אטאקירט און ארויסגענומען פון דינסט דורך די אמעריקאנער מיליטער.
אידישער ווינקל
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 12:22 am
דורך יפת
ווענעזועלע פרעזידענט ניקאלעס מאדורא האט געהאט זיין לעצטע דיפלאמאטישע זיצונג מיט א כינעזע דעלעגאציע ארום 12 שטונדן איידער ער איז געווארן פארכאפט אין די הויפטשטאט קאראקאס.
די זיצונג האט אדרעסירט קאאפעראציע צווישן ווענעזועלע און כינע.
אידישער ווינקל
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 12:23 am
דורך יפת
אמעריקאנער מיליטערישע שינוק העליקאפטערס אנגעלאדנט מיט דעלטא פארס זעלנער ווערן געזען אוועק פליען פון קאראקאס מיט דער ווענעזועלע פרעזידענט דערויף.
אידישער ווינקל
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 12:48 am
דורך חלום חלמתי
נאכנישט געווען דא. די וויצע פרעזידענט'ס סטעיטמענט.
ס'לאזט זיך דעבאטירן ווענס'ס אפוועזנהייט פון מאר א לאגא דורכאויס די אפעראציע און די קאנפרענץ דערנאך.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 12:52 am
דורך פשוט און גראד
א געלט מעשה פאר מוצאי שבת.
אמעריקא האט יעצט באקומען די גרעסטע אויל רעזערוו אין די וועלט.
אייראפע גייט מער נישט דארפן רוסישע אויל.
אינדיע גייט מער נישט דארפן רוסישע אויל.
אמעריקא וועט מער נישט דארפן סאודיע אראבישע אויל און
טשיינע וועט מער נישט קויפן אויל פון ווענעזועילא!
Bingo
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 1:27 am
דורך יושע זאב
וואס גייט זיין תכלית ער גייט אפזעצן אין א תפיסה אין אמעריקע ס'וועט נישט זיין גיט פאר אמריקע אזא זאך
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 1:32 am
דורך הדסים
יושע זאב האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 1:27 am
וואס גייט זיין תכלית ער גייט אפזעצן אין א תפיסה אין אמעריקע ס'וועט נישט זיין גיט פאר אמריקע אזא זאך
פארוואס נישט? לויט מיין לעצטן שטייער ביל קען זיך די פעדעראלע רעגירונג ערלויבן נאך אן ארעסטאנט אויף זייערע קאסטן
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 1:34 am
דורך Think and Thank
יושע זאב האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 1:27 am
וואס גייט זיין תכלית ער גייט אפזעצן אין א תפיסה אין אמעריקע ס'וועט נישט זיין גיט פאר אמריקע אזא זאך
פארוואס נישט? מאנועל נאריעגא איז געזעסן אין אמעריקאנער טורמע 17 יאר.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 1:58 am
דורך פשוט און גראד
בין איך נייגעריג וויאזוי קאטאר מיטן סאודי קוקען אן די מאוו
אויב אמעריקע ווערט אין טשארדזש פון די אויל, קענען זיי ווערן אויס רעלאוואנט אז נאר.. זאל נאר אמעריקא וועלן..
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 2:53 am
דורך יאנטשי
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 1:58 am
בין איך נייגעריג וויאזוי קאטאר מיטן סאודי קוקען אן די מאוו
אויב אמעריקע ווערט אין טשארדזש פון די אויל, קענען זיי ווערן אויס רעלאוואנט אז נאר.. זאל נאר אמעריקא וועלן..
פארגעס דערפון.
אמעריקע האט יעצט אויך גענוג אויל קוועלער צו אראפברענגען די פרייזן, מען טוט עס נישט פאר אפאר סיבות, איינס דערפון ווייל מיט נידריגערע אויל פרייזן וועלן אמעריקאנע פירמעס אויך נישט מאכן קיין געלט.
אמעריקאנע אויל פירמעס אין ווענעזועלא וועלן מאכן די זעלבע חשבונות.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 7:55 am
דורך מאירוואלף
די העכסטע געריכט אין ווענעזועלא האט אפיציעל אריינגעשטעלט די וויצע-פרעזידענט, דעלסי ראדריגעז, אלס די "צייטווייליגע פרעזידענטקע" פונעם לאנד, נאכדעם וואס זי האט געמאלדן אז דער פרעזידענט ניקולאס מאדורא איז "געקידנעפט" געווארן דורך אמעריקאנער כוחות. ראדריגעז האט שארף אראפגעריסן די אקציע אלס אן אומלעגאלע אקט פון וואשינגטאן און פארלאנגט זיין באלדיגע באפרייאונג, בשעת זי פארזיכערט דאס פאלק אז די רעגירונג פונקציאנירט ווייטער כסדרן און אז ווענעזועלא וועט זיך נישט לאזן אונטערדריקן דורך קיין שום פרעמד לאנד.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 7:57 am
דורך מאירוואלף
בראזיל איז געווארן דאס ערשטע גרויסע לאנד אפיציעל צו אנערקענען די וויצע-פרעזידענטקע דעלסי ראדריגעז אלס די פאקטישע פירער פון ווענעזועלא, נאך די באריכטן אז פרעזידענט מאדורא איז פארכאפט געווארן דורך אמעריקאנער כוחות. די סעקרעטאר-גענעראל פון דעם בראזיליאנער אויסערן מיניסטעריום האט געמאלדן אז צוליב מאדורא'ס פלוצימ'דיגע אפוועזנהייט ווערט ראדריגעז באטראכט אלס די "אינטערים פרעזידענטקע" לויט דעם געזעץ. אמעריקע האט דערווייל נאכנישט רעאגירט אפיציעל צו איר נייע פאזיציע.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 8:03 am
דורך מאירוואלף
באריכטן איבער אן אומגעווענליכע מאסיווע באוועגונג פון אמעריקאנער מיליטערישע טראנספארט פליגער וואס לאנדן אין גרויסע צאלן אין ענגלאנד, קנאפע 72 שעה נאכדעם וואס עליטע "דעלטא פארס" קרעפטן האבן פארכאפט דעם ווענעזועלא פרעזידענט מאדורא. די טעטיקייט ביי די בריטישע באזעס, וואס דינען אלס די הויפט שפרונג-ברעט פאר אמעריקאנער אקציעס, דייט אן אדער אויף א דרינגענדע מיסיע צוריק אנצופילן די אמיוניציעס וואס איז אויסגענוצט געווארן ביי די לעצטיגע בליץ-אטאקעס אין ווענעזועלא און איראן, אדער גאר אלס א מאסיווע פארברייטונג צו א פרישע מיליטערישע אפעראציע ערגעץ אנדערש אין די וועלט.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 8:28 am
דורך מאירוואלף
נייע סאטעלייט בילדער צייגן די מאסיווע חורבנות ביי די סטראטעגישע "פארט טיונא" מיליטערישע באזע אין ווענעזועלא, וואס איז געווארן העפטיג באמבארדירט דורך די אמעריקאנער לופט-כוחות גלייך איידער מאדורא'ס פארכאפונג. די באזע, וואס איז יארן לאנג געווען דער הויפט קאמאנד-צענטער פון די ווענעזועלער ארמיי, איז יעצט גענצליך פאראליזירט נאכדעם וואס די אמעריקאנער בליץ-אטאקעס האבן חרוב געמאכט די קריטישע אינפראסטרוקטור און קאמוניקאציע סיסטעמען.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 8:35 am
דורך מאירוואלף
נאכדעם וואס אמעריקע האט דורכגעפירט די דראמאטישע אפעראציע און פארכאפט דעם ווענעזועלער דיקטאטאר מאדורא, האט דער אוקראינער פרעזידענט זעלענסקי געשיקט א מעסעדזש אין ריכטונג פון וולאדימיר פוטין, זאגנדיג שמייכלדיג: "אויב עס איז מעגליך זיך אפצורעכענען מיט אזעלכע דיקטאטארן אזוי שנעל און גרינג, דאן ווייסט שוין אמעריקע פונקטליך וואס זי האט צו טאן ווייטער."
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 8:36 am
דורך מאירוואלף
מאפעס פון באשטעטיגטע אמעריקאנער אטאקעס אין ווענעזועלא.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 8:39 am
דורך מאירוואלף
דער שפאנישער פרעמיער מיניסטער, פעדרא סאנטשעז, האט שארף פארדאמט די אמעריקאנער מיליטערישע אקציע אין ווענעזועלא, רופנדיג עס א "פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלע געזעצן." אין א בריוו צו זיינע פארטיי מיטגלידער האט ער קלארגעשטעלט אז כאטש שפאניע האט קיינמאל נישט אנערקענט דעם מאדורא רעזשים, וועלן זיי אויך נישט אנערקענען קיין שום פרעמדע אינטערווענץ וואס ברענגט אומזיכערקייט אין דעם ראיאן. ער האט גערופן אלע זייטן צו האנדלען מיט פאראנטווארטליכקייט און זוכן א פרידליכע לעזונג לויט די יו-ען רעגולאציעס.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 8:44 am
דורך מאירוואלף
ווענעזועלא פארמאגט די גרעסטע באשטעטיגטע אויל רעזערוון אין די וועלט, מיט בערך 303 ביליאן פעסלעך, וואס איז מער ווי סאודי אראביע (267 ביליאן) און אלע אנדערע לענדער אין מיטל מזרח. כאטש דאס לאנד זיצט אויף כמעט 20 פראצענט פון די וועלט'ס אויל, איז רוב דערפון גאר "שווערע" אויל וואס פאדערט טייערע און פארגעשריטענע טעכנאלאגיע עס צו רייניגן, אבער די מאסיווע סכום שטעלט ווענעזועלא אלס א הויפט ענערגיע ציל.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 9:41 am
דורך נאסע שמאטעס
שוין א שיינע שטיק צייט וואס איך בין מיך דא מחי' און איך דארף מער נישט ליינען קיין נייעס אין ערגעץ אויסער דא. איך האב דא אלעס. שכוח שכוח שכוח. @חלום חלמתי דו ביסט אייזן גוט. @מאירוואלף א שכוח פאר דיר אויך!
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 10:00 am
דורך אנדערער
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 12:48 am
נאכנישט געווען דא. די וויצע פרעזידענט'ס סטעיטמענט.
ס'לאזט זיך דעבאטירן ווענס'ס אפוועזנהייט פון מאר א לאגא דורכאויס די אפעראציע און די קאנפרענץ דערנאך.
Stolen oil?
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 10:35 am
דורך חלום חלמתי
מארקא רוביאו מאכט קלאר אז ס'איז נישטא קיין אמעריקאנע זעלנער אויף ווענעזועלע באדן.
אזוי אויך איז ער מסביר אז די וואס האבן א פחד פון רעדזשים טויש רעדן פון מיטל מזרח, אין לאטיין אמעריקע ארבעט עס אנדערש און ער איז נישט באזארגט
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 10:56 am
דורך חלום חלמתי
92 יעריגע ארטאדאקסישע ריכטער אלווין האלערשטיין, געשטעלט דורך פרעזידענט קלינטאן. וועט אנפירן דעם פראצעס קעגן מאדורא
מאדורא וועט אנקומען אין געריכט מארגן מאנטאג
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
געפאוסט: זונטאג יאנואר 04, 2026 11:02 am
דורך חלום חלמתי
וויצע פרעזידענט ווענס מאכט קלאר עטליכע פראגעס וואס די המון עם האט.
@אנדערער זעה שאלה 4