Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:19 am
שעפעלע, לאמיר קלארשטעלן פון וואס דו רעדסט. אין מאנטיסעלא וואוינען כעת נישט קיין הונדערטער אידן. עס וואוינען צענדליגער, מעגליך שוין איבער הונדערט איך האב נישט די פונקטליכע ציפער. די מוסדות דארט מוטשען זיך פעסט און דראפען זיך אויף די גראדע ווענט אנצוגיין. ניין, ס'קוקט נישט אויס ווי די מוסדות אין קאסא גראנדע, אבער אויך נישט ווי די מוסדות אין לינדען און עס דארף נאך אסאך רחמי שמים צו ווערן סטאביליזירט און עטאבלירט.
דו דערציילסט פון (ענד איי קוואוט) "א פלאן וואס איז אויפן טיש, מען רעדט פון א מולטי מיליאן דאלארדיגע פאריעקט פון בויען אפאר טויזענט ביליגע דירות פון אינוועסטערס מיט טיפע טאשן , די פראפערטיס זענען געווארן עוועליבעל עטליכע חדשים צוריק , די גאנצע פלאן איז אלט אפאר חדשים, די מעלה דערפון איז אז עס האט שוין רעדי וואסער און סוער און עלעקטריק אין גראונד רעדי צו גיסן פאונדעישענס". סאו די פראפערטיס זענען נאך אפיו נישט אפגעקויפט און דו גייסט ארום פארקויפן געבראטענע שטותים אז ביז צען חדשים גייט מען שוין קענען אריינמופן? דו ווייסט וויפיל צייט מען דארף האבן נאר אז די לעיערס פון די פאונדעישאן זאלן זיך אויסטרוקענען? יעצט לייג צו אפקויפן די שטחים, אויסארבעטן פלענס, באקומען אפראוועלס, שאפן קאנטראקטארס, פאקטיש צוגרייטן די בוי ארבעט, און דאס אלעס איז נאך פאר די ערשטע שאוול זאמד איז געווארן אונטערגעהויבן! דו קענסט מיר געבן א דוגמא פון איין דעוועלאפמענט וואס פונ'ם זיין א פלאן אויפ'ן טיש ביז'ן קענען אריינמופן האט געדויערט 10 חדשים, אדער אפילו צוואנציג?
אויב ווילסטו קוקן דורך עכטע ברילן, וואס זעען זאכן אזוי ווי זיי זענען דא אויפ'ן עולם המעשה, רעדסטו פון א געדאנק וואס נעמט אריין בויען 1,600 סקווער פיסיגע קאנדאס. עס האט שוין סוער און וואסער אבער אויסער דעם האלט מען נאך פאר א', דאס טייטש אז עס איז דא א מעגליכקייט אז אויב מען ארבעט פלייסיג און אלע פלענס און אפראוועלס גייען גלאטיג וועט די פראיעקט ווערן גרייט ארום 2-3 יאר ארום. דאס מיינט אז דו אפערסט פאר יונגעלייט ארויסצומופן צו 1) א קאנדא, 2) 1,600 סקווער פיס (א געווענליכע הויז אין ב"פ און ווילי איז איבער 1,000 סקווער פיס א שטאק, דאס מיינט אז דו גיבסט אנדערהאלבן שטאק אדער ווייניגער פון א ברוקלינער הויז), 3) אין מאנטיסעלא, ווייט פון יעדע גרויסע ישוב, 4) וואו די מוסדות זענען נאך גאנץ ווייט פון עסטעבלישט, 5) עס איז נישטא דארט קיין וואוטשערס אזוי ווי אין די סיטי. פון די אנדערע זייט אפערסטו למעשה א גאר ביליגע פרייז, סיי פער סקווער פיס און סיי אין סך הכל (וואס מאכט סיי די דאון פעימענט און סיי די מארטגעדזש ביליגער). איך ווינטש גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא פאר די עסקנים פון דעם פלאן און פון יעדן פלאן וואס האט די מעגליכקייט אפילו נאר עטוואס צו לינדערן דעם הימלשרייענדע דירות קריזיס, אבער בין שטארק מסופק ביי וויפיל מענטשן די פראס וועלן איבערוועגן די קאנס פון די דיעל וואס דו שטעלסט פאר.
איך גיי נישט אריינגיין אין פרטים פון וואס ,ווען ,מען רעדט, וועגן סאיז נישט לתועלת פאר קיינעם, און איך האב נישט קיין רשות צו רעדן.
אבער זעלבסט פארשטענדליך אז דער וואס וויל דייקא בלייבן אין וויליאמסבורג/בארא פארק טויט צו רויט, איז די גאנצע נושא בכלל פון דירות נישט נוגע,און סאיז נישט דא וואס צו דיסקאסען, נאר פארשטייט זיך פון דירות אין די סיטי, רעדט פון דירות אין וויליאמסבורג, וועגן דיין שיטה איז אז מען קען נאר וואינען אין וויליאמסבורג , כבודך במקומו מונח, און קיינער נעמט עס נישט אוועק פון דיר, אבער עס איז ניטאמאל שייך דיר צו ענטפערן , סא פארשטיי איך נישט פארוואס די ענטפערסט אפילו, וועגן די נושא איז דא פון מענטשן וואס זיכן יא א ביליגע דירה ערגעץ ווי,סא סאיז אשאד די קלאפן אויף פינגערס דיר צו ענטפערן וואס די שרייבסט, אדער יעדער וואס האלט אזוי ווי דיר.
למעשה 18 מענטשן דא קעגן 11 האבן יא דא געוואוט אז יא זיי זיכן ביליגע דירות; מיט זיי קען מען ע אויסשמועסן!
ברוך השם מען האלט שוין א טאג שפעטער, די נאנסענס פון מענטשן אראפצורייסן נייע געגענטער , אינקלודינג גלילות געגענטער ווי גלילות מאנסי אדער קרית יואל איז פונעם עבר און אין די לעצטע 10 יאר איז צוגעקומען נייע געגענטער וואס קיינער האט נישט געחלומט, עכ"פ אזאנע מענטשן ווי די ,וואלטען זיך געשוואירען מיט א ספר תורה אין די האנט 10 יאר צוריק ,אז עס קען נישט זיין, און עס גייט נישט זיין אז חסידישע אידן מיט ווייסע זאקן וועלן וואינען אין האליוואד פלארידא און מאכן דארט א חתונה גאר אדער טעמפא פלארידא ,
און אז טויזענטער חסידישע משפחות פון וויליאמסבורג און בארא פארק האבן געמופט קיין לעיקוואד,
און סטעטען איילענד איז א שטאט מיט קרוב צו טויזנט חסידישע משפחות אן קיין סאטמאר'ע בית המדרש,
לינדען מיט איבער 600 משפחות, און איבער 1500 הייזער אין אידישע הענט,
בלומינגבורג מיט 250 משפחות ,
בלומינגראוו און גלילות קרית יואל מיט בערך 1000 משפחות,
מאנטיסעלא מיט 100 משפחות,
זשערסי סיטי מיט 100 משפחות,
קאסא גראנדע נאך א שטאט ווי א חסידישע איד קען מופן ,
קרית סקווירא אין די מאונטענס איז א פאקט וואס שבת פרה קומט פאר א ריזיגע שבת פנימי מיט אדמו"ר מסקווירא אינעם נייעם שטעטעל ,
קרית ברסלב ליבערטי מיט 150 משפחות,
ועוד ועוד וואס זענען אויפן וועג אי"ה
10 יאר צוריק האבן די אלע מענטשן ווי די געשריגן אין קאווע שטיבעל און געשריבן אויף אייוועלט אז סאיז נישט מעגליך און עס גייט נישט געשען!
יא די און נאך טויזענטער אזאנע נערישע מענטשן ווי די האבן 10 יאר צוריק געשריגן און געהאפט אז סאיז נישט מעגליך !
אבער ברוך השם אז. די וועלט פייפט זיך אויס אויף די מענטשן, זיי קענען אראפרייסן און חוזק מאכן, שעלטן אויף אידטיש און אייוועלט, אבער עס וועט ענק גארנישט העלפן,
סאיז שוין א טאג שפעטער, 10 יאר מיט א שמוץ אריבער , משיח זאל אוודאי פריער קומען, אבער עס וועט זיך יאווענען נאך און נאך געגענטער און ענקערע קינדער און אייניקלעך וועלן אויך דארט מופן, סאיז גענדיגט די צייטן ווען עלטערן דיקטעיטען די קינדער צו וואינען ווי זיי ווילן , אן זיי באצאלן די מארגעדשש אדער רענט ,
אין בית כי אין שם מת

כמעט יעדער האט שוין איינעם אין די משפחה וואס האט אוועקגעמופט ...
#כדרך שמת פלוני...
זאגן ניין איז נישט קיין חכמה , די חכמה איז זאגן יא און טין צו די זאך