בלאט 3 פון 4

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:27 pm
דורך ניקל
אילאן מאסק האט זיך נעכטן געטראפן מיט טערקיי'ס פרעזידענט ערדוגאן, אין דער צייט וואס דער טערקישער פרעזידענט געפונט זיך אין ניו-יארק. מאסק האט געהאט מיט זיך זיין קליין קינד.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:15 am
דורך עדיטאריעל
נתניהו באזוכט ביי מאסק

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:47 pm
דורך פארפאלענער
האט קאפ וויי, ווייסט נישט וואס צו טון...

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:23 pm
דורך ווינטעלע
א גרויס שמחה הערשט בבית המסקי למשפחת האילני און ביי טעסלא פענס פון ארום דער גארער וועלט איבער די היינטיגע סייבער טראקס דעליווערי טאג פייערונג.

אין א קנאפע דריי שטונדן ארום וועלן זיי דערליווערן דאס ערשטע טרעקל.

אויב ווילסטו זיך איינהאנדלען איין לרגל די דאפעלטע סייבער, סייבער וואך און סייבער טראק, וועט איר דארפן ווארטן אין ליניע פאר א וויילע וויבאלד ס'איז שוין דא 1.6 מיליאן מענטשן אין די שורות.

אויך וועט מען היינט ביים אוונט הערן מער דעטאלן ווי רעינדש וכדו'פון פרעזידענט מאסק ומשרשיו

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:49 am
דורך פליט
Elon Musk has reclaimed the title of the world’s richest person and is set to end the year with a net worth of $232.4 billion, a $95.4 billion increase year-to-date.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 12:39 am
דורך רואה חשבונות
א וואל סטריט דזשערנעל רעפארט זאגט אז קאלעגן פון אילאן מאסק זענען גאר באזארגט אויף נאכנאכדע דראג באנוץ פון אילאן'ן.

אילאן: ניטאמאל א טרעיס פון דראגס איז געפונען געווארן אין מיין קערפער אין די לעצטע דריי יאר!

#איינער זאגט דא ליגענט...

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 2:18 am
דורך זאל זיין אזוי
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 12:39 am א וואל סטריט דזשערנעל רעפארט זאגט אז קאלעגן פון אילאן מאסק זענען גאר באזארגט אויף נאכנאכדע דראג באנוץ פון אילאן'ן.

אילאן: ניטאמאל א טרעיס פון דראגס איז געפונען געווארן אין מיין קערפער אין די לעצטע דריי יאר!

#איינער זאגט דא ליגענט...
ביידע זאגן אמת, אז מען זוכט נישט געפינט מען נישט.....

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:35 am
דורך פארפאלענער
אילאן מאסק איז יעצט אויף א באזיך אין אוישוויץ, מיט בען שפירא

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:37 am
דורך פארפאלענער
ilanmusk.JPG
ilanmusk.JPG (64.13 KiB) געזען געווארן 1301 מאל

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:25 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
פארפאלענער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:35 am אילאן מאסק איז יעצט אויף א באזיך אין אוישוויץ, מיט בען שפירא
מיטן קאַפל.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:39 pm
דורך בערל דער פייפער
Image_20240122_145552.png
Image_20240122_145552.png (835.35 KiB) געזען געווארן 1280 מאל

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:05 pm
דורך פליט
ספעיס עקס האט ארויסגעשיקט פאר א דריטע טעסט זייער נייע ראקעט, אנגעקומען אין ספעיס מיט גרויס הצלחה.
זיי האבן פארלוירן טרעק פונעם ראקעט אויפן וועג צירוק.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:08 pm
דורך רואה חשבונות
טעסלא סטאקס זענען געפאלן היינט איבער 5%, נאכדעם וואס די קאמפאני האט געמאלדן אז סעילס זענען היפש געפאלן צוליב קאמפעטישאן פון אנדערע עלעקטריק קאר קאמפאניס.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 4:13 pm
דורך ניקל
Screenshot_20240716_161321_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240716_161321_WhatsApp.jpg (283.39 KiB) געזען געווארן 1054 מאל

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 8:04 pm
דורך אנדערער
ניקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 4:13 pm Screenshot_20240716_161321_WhatsApp.jpg
דעטאלן איינער?

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 12:31 am
דורך מיין טעגליכע
מאסק טרייבט לצנות…
IMG_8249.jpeg
IMG_8249.jpeg (229.25 KiB) געזען געווארן 964 מאל

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 8:39 pm
דורך מיילעך פריילעך
היינט ווערט אפגעצייכנט די יארטאג פון די עקס סאציאלע מידיא עפפ.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:30 am
דורך טראפקעלע
גיט איז גיט... בין איך נייגעריג צו ער מאכט אליין זיינע ווערטלעך (אזוי ווי נגידים זענען קאמפויזערס...)
בילד

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 11:11 am
דורך שאינו יודע לשאול
אילאן מאסק קלארט אויס אויף א אינטערוויו אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער וועט ביישטייערן א חודש'ליכע 45 מיליאן דאלער פאר טראמפ. ער האט בלויז געשריבן אז ער וועט עפענען א סופער פעק וואס וועט העלפן קאנדידאטן וועם ער וויל זען געווינען. און איינע פון די איז טראמפ.
videoframe_55112.png
videoframe_55112.png (359.87 KiB) געזען געווארן 879 מאל

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 11:18 am
דורך פליט
אילאן מאסק'ס ספעיס-עקס פירמע איז אין געשפרעכן מיט די אמעריקאנער און אוסטראליער רעגירונגען, צו קענען ארויף שיקן זייערע ראקעטס פון טעקסאס און דאן לאנדן און איבערפרישן אין אוסטראליע.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:56 pm
דורך מיילעך פריילעך
באריכטן געבן אן אז ביליאנער אילאן מאסק האט באנייט זיין קלאגע קעגן OpenAI נאך וואס די קלאגע איז ארויס געווארן געווארן אין די מאנאט פון יוני.

מאסק זאגט אז די פירמע האט פארלעצט זייער קאנטראקט מיט אים, און איז באגאנגען עטליכע פארברעכן.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 7:12 pm
דורך מיילעך פריילעך
טעסלא CEO אילאן מאסק זאגט אז ער האט אפגעשטעלט די צוזאמארבעט מיט קאסטקא, וויבאלד ער האט דאס קיינמאל נישט באשטעטיגט.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:03 am
דורך שאינו יודע לשאול
אילאן מאסק זאגט אז X האט פארמאכט זייער אפיס אין בראזיל נאך וואס די ארטיגע רעגירונג האט אים געוואלט צווינגען צו סוספענדירן געוויסע אקאונטס.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 1:50 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בראזיל האט פארבאטן טוויטער פון לאנד, און האט ארויפגעלייגט א 8,500 דאלער שטראף פער טאג פאר ווער עס וועט זיך באנוצן מיט VPN צו גרייכן טוויטער.

די רעגירונג זאגט אויך אז זיי וועלן פרירן געלטער פון מאסק'ס סטארלינק פירמע, און קאנפיסקירן פון דארט די געלט.

Re: אלעס ארום אילאן מאסק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 1:54 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ספעיס עקס האט אונטערגענומען א פראיעקט אין וועלכע זיי וועלן ארויפשיקן א ביליאנער צום ספעיס, זיי ווילן גרייכן די העכסטע פונקט העכער די ערד זינט די לאנדונג אויף די לבנה.
AP24254369769843.jpg
AP24254369769843.jpg (32.16 KiB) געזען געווארן 469 מאל