בלאט 3 פון 5

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:38 am
דורך מיילעך פריילעך
מעלאניא טראמפ דרייט זיך ארום מיט א גרויסע חסידישע היטל אויסצודרוקן אנערקענונג פאר די היימישע קאמיוניטי וועלכע האט שטארק ארויסגעהאלפן די גרייכן וואו מ'שטייט היינט.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:40 am
דורך מיילעך פריילעך
דשאון פעטערמען ווערט געזען וואנדערן אויף די די-סי גאסן.

איינער וויל געבן א היטש ?

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:07 pm
דורך ווער
פרעזידענט-ערוועלט טראמפ איז ערווארטעט היינט אינטערצושרייבן ארום 10 עקזעקאטיוו ארדערס איבער אימיגראציע און מעקסיקאנער דראג באנדעס

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:07 pm
דורך ווער
Capture888777_57_1737390114473_399_57_250120112156.jpg
Capture888777_57_1737390114473_399_57_250120112156.jpg (25.67 KiB) געזען געווארן 614 מאל

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:08 pm
דורך ווער
20250120t140329z261637775rc2pdcaxetqirtrm_122483311.jpg
20250120t140329z261637775rc2pdcaxetqirtrm_122483311.jpg (300 KiB) געזען געווארן 613 מאל

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:09 pm
דורך ווער
ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס גייט אנטייל נעמען ביים איינשווערונג פון פרעזידענט טראמפ, נאכ'ן ערהאלטן אן איינלאדענונג אין די שפעטע נאכט שטונדן

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:09 pm
דורך ווער
איינשווערינגס דרשה אנגעהויבן

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:20 pm
דורך ווער
טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירן דורך די הויפט סופרים קארט ריכטער דזשאן ראבערטס

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:20 pm
דורך ווער
וויצא דזשעי-די ווענס געווארן איינגעשוואוירן דורך סופרים קארט ריכטער ברעט קעווענאו

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:21 pm
דורך ווער
איך גיי היינט אינטערשרייבן א אמערדזשענסי סעטואציע ביי די בארדער

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:50 pm
דורך מיילעך פריילעך
די טראמפ ווייסע הויז האט ארויסגעגעבן זייער ערשטע פרעסע ריליעס, מיט א דעטעלירטע ליסטע פון עקזעקוטיוו אקציעס פון די ערשטע טאג.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:52 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ האט ביי זיין רעדע דערקלערט היינט, יאנואר 20 2025 אלץ "באפרייונגס טאג".

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:52 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ דערקלערט א נאציאנאלע עמוירדזשענסי ביים מעקסיקאנער גרעניץ, און זאגט צו צו דעפארטירן מיליאנען אומלעגאלע אימיגראנטן.

טראמפ וועט צוריק איינשטעלן "סטעי אין מעקסיקא" און וועט ענדיגן "קעטש ענד ריליעס".

טראמפ זאגט אז ער וועט שיקן די מיליטער צו די גרעניץ, און האט דערקלערט די גענגס אלץ טעראריסטן.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:52 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ האט דערקלערט א נאציאנאלע ענערגיע עמוירדזשענסי, און זאגט צו אז מען וועט אנהייבן דרילן פאר אויל אויף הויכע שטאפלען.

טראמפ זאגט צו צו ענדיגן די "גרין ניו דיעל", און ענדיגן די עלעקטריק קאר געזעץ.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:53 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ וועט צוריקנעמען אלע מיליטערלייט וואס זענען אפגעזאגט געווארן צוליב וואס זיי האבן זיך אנטזאגט צו נעמען די וואקסין - און וועט זיי באצאלן אלע געלטער וואס זיי האבן פארפעלט.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:54 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ זאגט נאכאמאל ביי זיין דרשה אז ער וועט געבן א נייע נאמען צו די גאלף אוו מעקסיקא, עס רופן "גאלף אוו אמעריקע".

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:54 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ זאגט אז ער "נעמט צוריק" די פאנעמע קאנאל וועלכע אמעריקע האט "נארישערהייט אוועקגעגעבן" צו פאנעמע.
מיר האָבן עס געגעבן פאר פאנעמע, נישט פאר טשיינע.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:56 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ זאגט אז אמעריקע וועט אייננעמען נייע טערעטאריע, אריינגענומען די פלאנעט מארס.

ווען די ווערטער זענען געזאגט געווארן איז אילאן מאסק געזעהן געווארן סעלעברערן.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 1:00 pm
דורך מיילעך פריילעך
ווייסע הויז אפיציעלע וועבסייט.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 1:00 pm
דורך מיילעך פריילעך
ביטקוין (BTC) האט היינט געבראכן א פרישן רעקארד און גייט דערווייל ווייטער ארויף, גרייכענדיג נאנט צו 109,000. דאס קומט אינעם טאג וואס פרעזידענט טראמפ ווערט איינגעשוואוירן און איז ערווארטעט צו העלפן די קריפטא אינדוסטריע.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 1:40 pm
דורך מיילעך פריילעך
די טראמפ אדמיניסטראציע האט געענדיגט און פארמאכט די CBP One אפליקאציע פראגראם וואס איז געווארן געניצט דורך ביידען צו אריינברענגען איבער 900,000 אימיגראנטן, עקזיסטירנדע אפוינמענטס זענען געווארן אפגעריפן.

ווידיאס צירקולירן יעצט אויף סאשעל מידיע ווי אימיגראנטן ביים גרעניץ רעאגירן נאכן הערן די נייעס.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 2:46 pm
דורך שינאווער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 12:53 pm טראמפ וועט צוריקנעמען אלע מיליטערלייט וואס זענען אפגעזאגט געווארן צוליב וואס זיי האבן זיך אנטזאגט צו נעמען די וואקסין - און וועט זיי באצאלן אלע געלטער וואס זיי האבן פארפעלט.
דאס איז נעקסט לעוועל.
יעצט דארף מען צוריק נעמען אלע פאליסלייט.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 3:29 pm
דורך מיילעך פריילעך
די אומאפיציעלער על-פאסא טעקסאס גרעניץ איז שוין הערמעטיש פארקנאקט.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 3:31 pm
דורך מיילעך פריילעך
אן אראבישער אימאם האשום אל-כוסעין איז געווארן ארויסגעווארפן פון די טראמפ איינשווערונגס צערעמאניע פראגראם אין דער לעצטער מינוט נאך וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער שטיצט די כיזבאלא טעראר גרופע.

Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 3:31 pm
דורך מיילעך פריילעך
דער אפיציעלער בילד פון גענעראל מארק מילי, וואס איז געווארן אויפגעהאנגען אין די פּענטעגאן לעצטע וואך, איז געווארן אראפגענומען פון די פּענטעגאן וואנט.

מילי האט היינט באקומען א פרעזידענטליכער באגנאדיגונג פון געוועזענער פרעזידענט ביידען.