בלאט 3 פון 5
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:41 am
דורך בן תורה
באחדות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:30 am
בן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:25 am
באחדות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:08 am
עס איז נישט אמת די ציגרעטליך ליגן פארשפארט אין די שמש שטיבל ווען א בחור בעט פון די משמש געט איר דיר נישט עס איז סתם א אויפגעבלאזענע באלאן
די פיקטשער איז צאמגעשטעלט אויף פאטא שאפ?
1.png
ניין עס איז א עכטע בילד אבער די משמש שטייט א גאנצע צייט דארט אין ער לאזט נישט בחורים אדער יונגליך נעמען ווען ער איז נישט דארט איז עס צוגעשפארט
דעמאלטס פארוואס האסטו געעפענט א אשכול צו יונתן שווארץ איז גערעכט? צו ער איז גערעכט מיטן פארקויפן שקרים קעגן מענטשן? מיטן פארבריצירן מעשיות???
און די גרעסטע חידוש איז אז אנשטאט עפענען א אשכול און שרייער אז יונתן שווארץ איז משקר ומוציא שם רע, האסטו געעפנט א אשכול צו ער איז יא גערעכט צו נישט. און דו האסט ניטאמאל דערמאנט אין דיין ערשטע פאוסט אז מרעדט דא פון שקר לגמרי! דיין גאנצע טענה איז געועון אז ווער איז ער צו זאגן. כאילו די מעשה איז אמת נאר קיינער פרעגט אים נישט, בפרט ווען ער נעמט צו אידנס פרנסה.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:56 am
דורך בלייב נישט שטיין
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 11:03 pm
נו שוין...
ר' יונתן! איר רעדט מיט נעמען אין פאבליק, וועל איך אייך אויך שרייבן פאבליק.
עס איז א גאר שטארקע ווייטאג אז אזא געלונגענע מענטש, אזא גאלדענע צינגל, אזא טאלאנטפולער פיגור, אזא בא'טעמ'טער מענטאליטעט, אזא אוזן קשבת פאר טויזענטער בחורים אין אלע דרגות, אזא ליבלינג בבתי אדמורים, זאל זיך אויף די צווייטע חלק לעבן נעמען א צווייטע דירעקציע, מיטן באשלוסן צו ווערן כלל ישראל'ס ווארטזאגער, נישט פארשוינעדיג קיין פריוואטע געשעפטן און אונטערנעמונגען, נישט פארשוינעדיג קיין יחידים, ועל כולם תורה'דיגע אטאריטעט.
ר' יונתן! איר קענט ווייטער פארזעצן מיט אלע אייערע מערכות! איך וועל ווייטער אייך באטראכטן ווי אזוי איך וויל! איך וועל ווייטער דיסאגריען מיט וואס איך וויל דיסאגריען! אבער איין זאך למען ה'! קומט ארויס מיט אן אנטשולדיגונג און פיוס אויף די יחידים, געשעפטן, און רבנישע אטאריטעט, נעמט אייך פאר זיך מער אכטונג צו געבן, זיך צו באציען צו א חפצא און נישט צו קיין גברא!
יעדער מענטש איז בארעכטיגט פאר א טעות, און א דורכפאל איז ווען מען בלייבט ביים דורכפאל, אויב נעמט מען קעיר און מען ציעט צוריק פונעם דורכפאל דאן איז מען א סוקסעס!
איינער וואס איז נהנה פון אייך כסדר, און עס טוט אים וויי די ריכטונג וואו עס איז אנגעקומען.
אפשר קען איינער שיקן די פאר ווערטער צו רבי יונתן? ביי אימעיל
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:58 am
דורך וואלף
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:05 pm
אן אריינרעדן אין די נושא ספעציפיש, וויל איך פארשטיין די עולה פון פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער אונטער די 21? ווייל אזוי האט דער גוי אפגעמאכט? וואס טוישט זיך ביי די 21? אין אונזער תורה שטייט אז פון די דרייצן איז מען א בר דעת. פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער וואס איז דרייצן, איז נישט אנדערש ווי פארקויפן פאר איינער וואס איז דרייסיג. אויב מעג מען ביי די 30 מעג מען ביי די 13, און אויב טאר מען נישט ביי די 13 טאר מען נישט ביי די 30 אויך נישט.
יעצט פרעג מיר נישט אויב איך וואלט געוואלט אז איינער זאל פארקויפן פאר מיין דרייצן יעריגס עפעס וואס איך האלט עס איז שעדליך. ווייל איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל עס אים פארקויפן ביי די דרייסיג אויך נישט. אבער ביי די דרייסיג טוט ער שוין סיי ווי וואס ער וויל. ביי די דרייצן רעד איך מיך איין אז איך האב נאך א כח איבער אים.
דו פרעגסט בלויז טעארעטיש צי ס'איז עפ"י דין תורה א עולה, ריכטיג? ווייל לויט ווי דו פירסט אויס איז משמע אז דו האלסט אויך אז למעשה זאל מען דאס נישט טון
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:21 pm
דורך שבת קודש
איך בין נישט קיין רייכערער איך בין פשוט נייגריג אויב רייכערערן איז טאקע שעדליך?
איך קען ביי אונז אין ביהמ''ד צענדליגע עלטערע אידן בעיקר וואס קומען פון אר''י וואס לעבן אויף א ציגערעטעל, אזוי אויך זעהט מען יעדן טאג ווי א איד א קרוב לבן מאה רייכערעט
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:26 pm
דורך איטשע
בן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:03 am
איך מיין מדארף אויך עפענען א אשכול "איז קראלע ביהמ"ד גערעכט?"
איך גיי בכלל נישט אריין צו יונתן שווארץ איז יא גערעכט אדער נישט, ווער בין איך זיך אריינצומישן. אבער איך וואונדער מיך צו קיינעם באדערט נישט אז מ'פארקויפט אין הארץ פון וויליאמסבורג ציגרעטלעך פאר יעדן טינעיזשער.
אויב גיי איך אריין אין די שיך פון די וואס שטייען מיט א פארגרעסערונג גלאז איבער כלל ישראל און נישטערן פאר פראבלעמען ביי כלל ישראל, וועל איך לכאורה קיינמאל אנקומען צו די פראבלעם אז אין קראלי פארקויפט די שמש שטיבל ציגערעטליך פאר בחורים (וואס לאזט זיך ווארשיינליך אויס אלס פאלנער שקר) איך וואלט ליבערשט געגאנגן צו אנדערע ענינים און אנגעהויבן דארט... עכ"פ דא שטעקט נישט די פראבלעם פון כלל ישראל...!
איך ווייס נישט צו די ביסט א וויליאמסבורגע אדער נישט, אבער וומסב"ג איז פול מיט געשעפטן וואס פארקויפן די סארט זאכן, א בחור ברויך נישט אנקומען ביז קראלי זיך צו איינהאנדלן וועיפ'ס, סך הכל האט יונתן אנגעכאפט א ביהמ"ד און ארויסגעלאזט א מעשה וואס 40 פראצענט דערפון איז ריכטיג, ביז ער איז אנגעקומען אז מ'טאר נישט לאזן די קינדער אריינגיין אין קראלי...
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:51 pm
דורך פנים חדשות
אויב ר' יונתן שווארץ ליינט דא, וויל איך אים דערמאנען וואס מ'האט געזעהן ביי די וואלען אין קר"י, אז אפילו די וואלען אויף אייוועלט, וואו ס'דרייען זיך פיל פיל מאל מער מענטשען ווי דאהי, זענען געווען אינגאנצען אינגאנצען נישט אין איינקלאנג מיט די אמת'ע וואלען, איז ממילא זאל ער זיך גארנישט צוטאהן מאכען פון וואס מ'שרייבט און מ'לייקט דא, ווייל ס'ווייזט בכלל בכלל נישט אויף די אמת'ע דעת הקהל, נאר טאמער האלט ער, לאחר מחשבה מעמיקה ועיון בדיני לשה"ר, אז וואס ער טוט איז ריכטיג, זאל ער ווייטער טאהן אזוי.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:12 pm
דורך נאציאנאל
על פי דעת תורה איז גוי'אישע שטודיעס ארום רייכערן בכלל נישט נוגע צו אידן, סיי וואס אידן זענען בכלל אן אנדערע סארט גוף כמבואר בספה"ק, ובפרט אז א איד האט איין טאג אין די וואך וואס ער רייכערט לגמרי נישט, ממילא איז עס קיינמאל נישט ברציפות.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:03 am
איך מיין מדארף אויך עפענען א אשכול "איז קראלע ביהמ"ד גערעכט?"
איך גיי בכלל נישט אריין צו יונתן שווארץ איז יא גערעכט אדער נישט, ווער בין איך זיך אריינצומישן. אבער איך וואונדער מיך צו קיינעם באדערט נישט אז מ'פארקויפט אין הארץ פון וויליאמסבורג ציגרעטלעך פאר יעדן טינעיזשער.
ר' איד, אין יעדע ישיבה זענען דא בחורים 'מזכי הרבים' [ליידער] וואס פארקויפן די סחורה, און אויב נישט - האט ער גענונג אנדערע פלעצער וואו דאס צו שאפן, ווי עטליכע האבן שוין ערווענט.
ס'איז א פראבלעם? יא. צו א ביהמ"ד דארף דאס ארויסלייגן ברבים? ניין.
אבער נישט די ספעציפישע ביהמ"ד איז דער וועם מ'דארף אראפרייסן און עפענען קאמפיינס קעגן. ס'איז א מכת המדינה און דו נעמסט זיך אויף א יחיד?! אומרעכט. פינטל!
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
באחדות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:28 am
איינער האט די צוויי ווידאוס פון יונתן שווארץ וואס ער האט יעצט ארויף געלייגט? (פארוואס פעלט אויס צו זאגן נעמען-מוראדיג א וויכטיגע הודעה סקעם אלערט)
נישט אויף דראפבאקס
ביטע לייגן אין דעגניזירטע אשכול פאר זיינע ווידיאוס.
viewtopic.php?t=579
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:57 pm
דורך נקודות טובות
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:03 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:05 pm
אן אריינרעדן אין די נושא ספעציפיש, וויל איך פארשטיין די עולה פון פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער אונטער די 21? ווייל אזוי האט דער גוי אפגעמאכט? וואס טוישט זיך ביי די 21? אין אונזער תורה שטייט אז פון די דרייצן איז מען א בר דעת. פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער וואס איז דרייצן, איז נישט אנדערש ווי פארקויפן פאר איינער וואס איז דרייסיג. אויב מעג מען ביי די 30 מעג מען ביי די 13, און אויב טאר מען נישט ביי די 13 טאר מען נישט ביי די 30 אויך נישט.
יעצט פרעג מיר נישט אויב איך וואלט געוואלט אז איינער זאל פארקויפן פאר מיין דרייצן יעריגס עפעס וואס איך האלט עס איז שעדליך. ווייל איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל עס אים פארקויפן ביי די דרייסיג אויך נישט. אבער ביי די דרייסיג טוט ער שוין סיי ווי וואס ער וויל. ביי די דרייצן רעד איך מיך איין אז איך האב נאך א כח איבער אים.
כ'קען עס באמת נישט גלייבן, פון דיר קומט אזא תגובה? כ'האב מער געהאלטן פון דיר.
ס'טוט מיר זייער וויי אז מיינע סטאק'ס זענען אזוי דראסטיש געפאלן פון איין מינוט צום צווייטן. איז נאך שייך צו טוהן עפעס צוריק אויפצובויען מיין רעפיוטאציע, אדער איך בין שוין פארטיג?
לענין. מיינע ווערטער זענען אפשר נישט פארשטאנען געווארן ריכטיג. איך דעבאטיר בכלל נישט די עצם נושא, איך פרעג א סימפעל שאלה. פון וואו קומט די נאמבער 18 אדער 21? וואס טוישט זיך דעמאלטס? אין די תורה געפינען מיר אז דער בורא יתברך האט געטרויעט א 13 יעריגע בחור'ל מיט חייבי כריתות וחייבי מיתת בי"ד. ווי שטארק דו זאלסט מיר נאר נישט פארשטיין געבן אז א 13 יעריגע בחור'ל איז נישט קיין בר אחריות, וועל איך דיר אבער זאגן אז די תורה זאגט אז ווען א דרייצן יעריגער איז מחלל שבת דארף מען אים פארשטיינערן. און זאת התורה לא תהא מוחלפת, נישט שייך צו זאגן נשתנו העיתים. נו אויב אזוי פארוואס געטרויעסטו אים נישט צו מאכן די דעסישען אויב ער וויל רייכערן אדער נישט? להבדיל, דער גוי האט דאך קיינמאל נישט אנערקענט אז מען ווערט א גדול ביי די 13 ביי אים ווערט מען דאך אן עדאלט ביי די אכצן, ממילא פארשטיי איך די נאמבער 18. אבער א איד? וואס האט א איד מיט די נאמבער 18? דיני דמלכותא דינא איז דאך נישט די נושא דא, קיינעם באדערט נישט אז איינער טוט עפעס נישט ליגעל. איך קום נישט צו קיין שום מסקנה דא, בסך הכל וויל איך איינער זאל מיר עס העלפן פארשטיין.
חוץ מזה פרעג איך לשיטת די וואס האלטן אז רייכערן איז ממש אזוי שעדליך און מען טאר נישט צולאזן דאס פארקויפן פאר בחורים. פארוואס פאר ערוואקסענע מעג מען יא? דהיינו אויב איז עס ממש אין כלל פון לפני עור (איך רעד נישט דעם איסור, נאר די געדאנק) דאן פארוואס פאר אן ערוואקסענער מעג מען יא? עס איז פונקט אזא לפני עור! ווען מען רעדט פון געווער אדער דרייווען א קאר וכדו', וואס מען דארף זיין גענוג ערוואקסען און דיוועלעפט צו פארשטיין ווי אזוי דאס צו ניצן, פארשטיי איך פארוואס אן ערוואקסענער איז אנדערש ווי א קינד. אבער ווען עס קומט צו א זאך וואס איז בהחלט א סכנה, פארוואס איז אן ערוואקסענער אנדערש? העלפט דען דאס וויסן ווי אזוי מען ניצט דאס? לשיטתם איז דאך א ציגרעטל א זיכערע טויט. נו מאי שנא גדול מקטן? מען טאר נישט און פארטיג! די גאנצע ציגרעטל דארף זיין אומליגאל! און מען דארף פארמאכן אלע געשעפטן וואס פארקויפן דאס! אלע שמשים וואס פארקויפן ציגרעטלעך אפילו פאר ערוואקסענע, דארפן שוין אראפגעריסן ווערן!
@Azoi Tzi Zugen און
@וואלף דאס איז פאר ענק אויך.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:00 pm
דורך הלבלר בקולמסו
סתם שקר וכזב .
די שיינע שאנק מיט די לעד לייטס, ליגט באהאלטן אינטערן טיש, קיינער קען נישט צוקומען דערצו, מ'דארף בעטן פון די שמש וואס מ'דארף..
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:04 pm
דורך וואוילער
#ארויסגענומען די שבת קארטל
רבותי דער עולם וועיפט שבת...
און דער עולם וועיפט ביים עמוד...
גיב א קוק יעדע קליפ פון פאר 50 יאר צוריק, רוב ציבור רייכערט וואו נאר מ'גייט און שטייט, אין פובליק פלעצער און אין אפיס צוגלייך.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:08 pm
דורך וואוילער
איף איי מעי סעי,
כ'מיין אז ר' יונתן האט שוין אן עדיקשן צו אנגיין מיט די קאמפיינס, און ער קען פשוט זיך נישט ארויס דערזעהן דערפון.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:12 pm
דורך יוחנן כהן
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:08 pm
איף איי מעי סעי,
כ'מיין אז ר' יונתן האט שוין אן עדיקשן צו אנגיין מיט די קאמפיינס, און ער קען פשוט זיך נישט ארויס דערזעהן דערפון.
לץ..
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:23 pm
דורך פנים חדשות
נאציאנאל האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:16 pm
א שטארקע ראיה פון וואטסעפפ גרופס וועלכע האבן באשמוצט סק.. ביי די עקסידענט פון רבי'נס מאטארקאדע..
"הרב" יונתן, חידושים נפלאים!!
ער רעדט דא בעיקר צו די סארט אידען, וואס האבען דעמאלטס נישט געהאט קיין טענות, און פלוצלינג יעצט האבען זיי טענות.
טאמער רעדט ער ווען צו ת"ח און כולל יונגעלייט וואס קומען מיט הלכה'דיגע טענות אד"ג, וואלט ער אפשר גערעדט פון דיני לשה"ר לתועלת אא"וו.
@נקודות טובות , דו האסט מיר אויך היפש פארלוירען דאהי, פונקט אזויווי דו פארשטייסט אז ווען א בחור'ל וועט דיר בעטן פאר א ציגארעטל וועסטו אים עס נישט געבן אזוי שנעל ווי ווען א דערוואקסענע מענטש וועט דיר עס בעטן, די זעלבע קענסטו פארשטיין די קאנצעפט דאהי.
די פראבלעם פון אדיקשען איז פיל פיל פיל ערגער ביי יוגענטליכע ווי ביי עלטערע וואס האבען געווענטליך אן אחריות און עול אויף די קאפ.
האו אבאוט מ'זאל אנהייבן חתונה האבען ביי די דרייצן, אזויווי מ'האט זיך געפירט ביי כלל ישראל ביז נישט צו לאנג צוריק??????
דארט פארשטייסטו האפענטליך נישט אריינצומישען זאת התורה לא תהא מוחלפת אד"ג, איז ביטע פארשטייט די זעלבע דא אויך.
און אגב טרעפט מען שוין אין גמרא אז ביז די 20 (וי"א 18) האט מען געוויסע דינים לגבי דיני ממונות, שאינו מוכר בנכסי אביו (ע' ב"ב קנ"ה).
ס'איז פשוט אז טאמער רעדט מען קעגן אזעלכע וואס פארקויפען בכלל ציגארעטלעך/וועיפס וועט ער פארלירען (כמעט) די גאנצע ציבור, ותפסת מרובה לא תפסת.
ס'איז טאקע נישט ריכטיג אוועקצושטעלן די עידזש אויף 18/21, נאר אפשר אויף 25 בערך ווען מ'האט שוין עטליכע קינדער (אדער ווארט מען עטליכע יאר רח"ל), וממילא האט מען שוין א אחריות און עול אויפן קאפ וכו', אבער היות דאס איז א זאך וואס מ'קען כמעט נישט מכריע זיין, און די ציבור וועט עס נישט אננעמען, ממילא גייט מען מיט די לעגאלע עידזש, ותפסת מועט תפסת.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:24 pm
דורך הלבלר בקולמסו
כ'האף ער פארשטייט אז קראלי רבי קוקט נישט קיין ווידאוס....
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:34 pm
דורך איטשע
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:24 pm
כ'האף ער פארשטייט אז קראלי רבי קוקט נישט קיין ווידאוס....
ער פארשטייט בכלל וואס א רבי באדייט?
צו אנרופן קראלי רבי סטראשענען אז ער וועט ארויסלייגן א ווידיאו פארלאנגט זיך א גרויסע מאס חוצפה...
ער איז א מענטש מיט וואטסעפ און סטאטוס וואס וויל זיין די משפיע פון כלל ישראל!
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:43 pm
דורך שמות
דא אין אמעריקע איז אלקאהאל געווען אמאל פארבאטן פאר יעדעם אויך פאר ערוואקסענע.
האט יעדער פארשטאנען אז לא זו הדרך. נאר אן ערוואקסענע קען אליינס אפמאכן צו נעמען אביסל פון דעם טראפ און זיך קאנטראלירן.
דאס זעלבע איז בנוגע די קינדער לגבי צוקערלעך קענדיס, מקען געבן אבער מיט א מאס.
לגבי רייכערן איז דאס אויך נוגע, אמאל אויב דאס העלפט זיך אויס ליפטערן פאר אביסל מיט א קאנטראל קען דאס נישט שאטן און לכן קענען זיי עס נישט אסרן אינגאנצן, פאר עלטערע. איז פארשטענדלעך אז דאס ברויך צוקומען מיט א ערוואקסענע עידזש.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 5:00 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
וועקט אייך אויף. מען טאר נישט רעדן אויף רבנים אפילו ברמז.
"מען טאר נישט"
דיין בחור'ל פון פערצן יאר וועט נישט וויסן קיין חילוק פון יונתן שווארץ צו א צווייטע וואטסעפפ רבי!
האקטס ענק נישט אינטער די פיס!!!!!!!!!
-----
איך רעד פון ווייטאג.
די זאך אז מען ווערט פארגלייבט אין וואטסעפפ רבנים האט שוין אזויפיל שאדן געברענגט..
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:05 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווי קומט דא אריין רבי? ער זאגט נישט אז ער איז א רבי. ער זאגט נאר אז ער זאגט א וויכטיגע נקודה. און איך און דו קענען מחולק זיין.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:33 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:05 pm
ווי קומט דא אריין רבי? ער זאגט נישט אז ער איז א רבי. ער זאגט נאר אז ער זאגט א וויכטיגע נקודה. און איך און דו קענען מחולק זיין.
אז ער קען מאכן א סטעיטמענט אז ווער עס לאזט זיינע קינדער דאווענען אין קראלי איז א רוצח האט ער בעיסיקלי איבערגענומען א ראלע וואס באלאנגט פאר א מנהיג.
אויב פארשטייסטו איז גוט, אז נישט אויך.
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:51 pm
דורך אנדערער
נאציאנאל האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:12 pm
על פי דעת תורה איז גוי'אישע שטודיעס ארום רייכערן בכלל נישט נוגע צו אידן, סיי וואס אידן זענען בכלל אן אנדערע סארט גוף כמבואר בספה"ק, ובפרט אז א איד האט איין טאג אין די וואך וואס ער רייכערט לגמרי נישט, ממילא איז עס קיינמאל נישט ברציפות.
אסאך ערליכע אידן האבן אויפגעהערט רייכערן ווען דאקטוירים האבן געזאגט סאיז שעדליך
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 9:31 am
דורך אויגעלעך
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 1:03 pm
דורך הלבלר בקולמסו
ס'איז א מגיפה ביי די יונגווארג!
דרייצן פערצן יעריגע בחור'לעך דרייען זיך אויף אלע טונקעלע פלעצער.
טאטעס און מאמעס וויינען זייערע קינדער זענען פארנומען שבת און ביים עמוד מיט טעלעגראם, יוטוב און נעטפליקס.
מען דארף ארויסקומען מיט א וויי געשריי אויף אלע קאמפעניס און דרשנים וואס פארקויפן זייערע פנימ'ער פאר ווידיאוס, און לאזן זייערע ברענדס פאר'סמ'ען די יוגנט.
ס'איז דא סטאדיס פון דאקטוירים אז סאושל מידיע הארגע'ט סאך מער קינדער א יאר ווי ציגארעטלעך.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 1:53 pm
דורך נאציאנאל
איז שוין ארויסגעקומען גוטס פון "גיין אלעס פאבליק"?
אויסער שאפן נייע טעמעס צו דיסקוסירן, ליינען און הערן, איז איינער מער געהאלפן געווארן צוליב ארטיקלען און וואויסנאוט'ס איבער סיי וואסערע נושא וואס מ'האט "באהאלטן" ביז די לעצטע 5-8 יאר?