בלאט 3 פון 3

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:58 am
דורך דער אנאנימער
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... mxvfjpIIN-

אנטשולדיגט כאגעמיינט ס'איז א חיד"א

Re: ט' באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 1:53 am
דורך הדסים
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:09 am
דער אנאנימער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:48 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 9:32 pm

כהאב שוין לאנג א חשד אז דער מלך המשיח גייט זיין א ספרדי... כבין פולקאם רעדי
אלזא, דיין חשד איז לכאורה ריכטיג. ווי באקאנט פון חיד"א זענען די אשכנזים אפשטאמיגע פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה.
משיח איז דאך בן דוד אן אייניקל פון יהודה, איא?
זייער אינטערסאנט וואס איך הער דא, קיינמאל געהערט דערפון. וואו אין חידא שטייט עס?
סתם אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער מהר"ל איז געווען משבט יהודה און ס'איז פארהאן א יחוס בן אחר בן צו דוד המלך.

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 11:55 am
דורך Think and Thank
דער אנאנימער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:58 am https://www.google.com/url?sa=t&source= ... mxvfjpIIN-

אנטשולדיגט כאגעמיינט ס'איז א חיד"א

דער שבט מוסר ברענגט אין איינס פון זיינע ספרים (אפשר מדרש תלפיות, איך האב נישט די גענויע מקור צו די האנט יעצט) אז די אשכנזים קומען פון בנימין. די חלק פון יהודה שרייבט ער נישט.

אבער לויט רש"י אין עובדיה קומט אויס אז די אשכנזים זענען די עשרת השבטים (שריי נישט, קוק עס נאך...) און די ספרדים זענען יהודה און בנימין. לפי זה וועט משיח טאקע זיין א ספרדי....

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 5:52 pm
דורך הדסים
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 11:55 am

איי דער מהר"ל? וועט מען לכאורה מוזן זאגן אז ס'מיינט רוב אשכנזים/ספרדים, ולפי"ז איז שוין נישט מוכרח...
ס'דא א מעשה'לע אז מ'האט געפרעגט איינעם פון די גדולי החסידות צי משיח וועט זיין א חסיד אדער א מתנגד, האט ער געזאגט אז זיכער א מתנגד ווייל אויב וועט ער זיין א חסיד וועלן די מתנגדים קיינמאל נישט גלייבן אין אים.. (היינט איז פארקערט...)
לענינינו...

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 5:54 pm
דורך הדסים
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 11:55 am
דער אנאנימער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:58 am https://www.google.com/url?sa=t&source= ... mxvfjpIIN-

אנטשולדיגט כאגעמיינט ס'איז א חיד"א

דער שבט מוסר ברענגט אין איינס פון זיינע ספרים (אפשר מדרש תלפיות, איך האב נישט די גענויע מקור צו די האנט יעצט) אז די אשכנזים קומען פון בנימין. די חלק פון יהודה שרייבט ער נישט.

אבער לויט רש"י אין עובדיה קומט אויס אז די אשכנזים זענען די עשרת השבטים (שריי נישט, קוק עס נאך...) און די ספרדים זענען יהודה און בנימין. לפי זה וועט משיח טאקע זיין א ספרדי....
במדרש תלפיות ערך גימטריאות בשם ספר כח ה' (לתלמידו של היש"ר מקנדיא) וזו לשונו: ושמעתי מרבי שרוב האשכנזים משבט בנימין הקטן שבשבטים על כן משתמשים הרבה במספר קטן ע"כ.

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 10:09 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שיעורים צו הערן אום תשעה באב, צוגעשטעלט דורך יושבי אוהל.
unnamed - 2025-07-31T220722.022.jpg
unnamed - 2025-07-31T220722.022.jpg (395.8 KiB) געזען געווארן 521 מאל
unnamed - 2025-07-31T220718.284.jpg
unnamed - 2025-07-31T220718.284.jpg (383.49 KiB) געזען געווארן 521 מאל

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 2:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איכה אין די בית הכנסת הגדול אין רוים.

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 2:46 pm
דורך עדיטאריעל
מיילך ברונשטיין ליל תשעה באב פה

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 5:59 pm
דורך היימיש
עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 2:46 pm מיילך ברונשטיין ליל תשעה באב פה

איך מיין אז עס פאסט נישט פאר אידטיש

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:06 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
אפשר דוקא יא, כדי צו קענען בעסער לויבן דעם אויבערשטן, ששם חלקינו בין יושבי ביהמ"ד, ולא בין יושבי קרנות.

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:18 pm
דורך הלבלר בקולמסו
מען טאר דאס נישט טון תשעה באב.

תשעה באב דארף מען זיין אנגעזעצט און דעפרעסט. (פאר די וואס פאלאוען רבי יוסף קארו און רבי משה איסערלס' פסקים...)

נעקסט קעיס.

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:34 pm
דורך לאקאלער רב
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:18 pm מען טאר דאס נישט טון תשעה באב.

תשעה באב דארף מען זיין אנגעזעצט און דעפרעסט. (פאר די וואס פאלאוען רבי יוסף קארו און רבי משה איסערלס' פסקים...)

נעקסט קעיס.
דאס איז געווען צוגעשטעלט פאר בחורים מיט ספעציעלע (רוחניות'דיגע) געברויכן..

אל תדין חברך וכו'...

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:10 pm
דורך הלבלר בקולמסו
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:34 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:18 pm מען טאר דאס נישט טון תשעה באב.

תשעה באב דארף מען זיין אנגעזעצט און דעפרעסט. (פאר די וואס פאלאוען רבי יוסף קארו און רבי משה איסערלס' פסקים...)

נעקסט קעיס.
דאס איז געווען צוגעשטעלט פאר בחורים מיט ספעציעלע (רוחניות'דיגע) געברויכן..

אל תדין חברך וכו'...
זאלן זיי פרעגן זייער @לאקאלער רב...

אבער אז מען לייגט דאס ברבים, דארף מען דאס זאגן. ס'זאל נאר נישט ווערן די נייע טרענד...

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 10:03 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ליל ת"ב ביי האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 10:04 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איכה ביי האדמו"ר מתוא"י שליט"א

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 11:49 pm
דורך הלבלר בקולמסו
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 10:03 pm ליל ת"ב ביי האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א
ווער איז דער וואס זאגט פאר, און צי זאגט מען אלעמאל אזוי הויעך?

Re: תשעה באב אין דער אידישער וועלט

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 3:53 pm
דורך היימיש
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:10 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:34 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 6:18 pm מען טאר דאס נישט טון תשעה באב.

תשעה באב דארף מען זיין אנגעזעצט און דעפרעסט. (פאר די וואס פאלאוען רבי יוסף קארו און רבי משה איסערלס' פסקים...)

נעקסט קעיס.
דאס איז געווען צוגעשטעלט פאר בחורים מיט ספעציעלע (רוחניות'דיגע) געברויכן..

אל תדין חברך וכו'...
זאלן זיי פרעגן זייער @לאקאלער רב...

אבער אז מען לייגט דאס ברבים, דארף מען דאס זאגן. ס'זאל נאר נישט ווערן די נייע טרענד...
אויב האט מען עס געמוזט צושטעלן פאר בחורים מיט ספעציעלע געברויכן, זאל זיין,
פארוואס דארף מען דאס אבער פאבליצירן פארן ברייטן המון עם?

עס איז מן הסתם דא געונג פלעצער אויפן געוועב ווי מען קען זעהן אזוינע סארט תשעה באב קומזיצן, מיט כל מיני נייע דרכים, אבער כגלייב אז דא אויף אידטיש דרייען זיך א צווייטע סארט ציבור, וואס ווייטאגן אויף די סארט נייע מהלכים,