בלאט 3 פון 3
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 11:29 am
דורך חלום חלמתי
אין אויסטראליע מאכט מען יעצט ברכת אילנות...
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 3:19 pm
דורך חלום חלמתי
הרה"צ ר' יואלי ווייזער ביים אריינגאנג פון רייקערס איילענד, הושענה רבה
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:15 pm
דורך חלום חלמתי
שוידערליכע טראגעדיע אין לעיקוואד
פיר בחורים זענען ליידער אומגעקומען ווען א שיכור'ע דרייווער האט אריינגעקראכט אין זייער קאר.
הבחורים יעקב זילבערבערג, אהרן נתן זילבערשטיין, שלמה אבא כהן, און חיים שמחה גראסמאן ז"ל זענען היינט פארטאגס געפארן אויפן ניו דזשערסי טורנפייק ווען א שיכור האט זיי אראפגעשטופט פונעם הייוועי אריין אין די זייט ל"ע.
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:23 am
דורך חלום חלמתי
אין ווילידזש און וואודרידזש (קעטסקילס) האט מען האט מען היינט אויפגענומען דעם ביז יעצטיגן ווילידזש טראסטי און פייער טשיף העסקן ר' יוסף אשר שלעזינגער אלס מעיאר.
נאכדעם וואס די מעיאר פרוי קאלינס איז געשטארבן האבן די ווילידזש טראסטיס אויפגענומען ר' יוסף אשר אלס מעיאר ביז מען גייט אפהאלטן ספעציעלע וואלן.
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:26 am
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:23 am
אין ווילידזש און וואודרידזש (קעטסקילס) האט מען האט מען היינט אויפגענומען דעם ביז יעצטיגן ווילידזש טראסטי און פייער טשיף העסקן ר' יוסף אשר שלעזינגער אלס מעיאר.
נאכדעם וואס די מעיאר פרוי קאלינס איז געשטארבן האבן די ווילידזש טראסטיס אויפגענומען ר' יוסף אשר אלס מעיאר ביז מען גייט אפהאלטן ספעציעלע וואלן.
Wow.
וואדרידזש האט א אידישע מעיאר. נישט צום גלייבן.
טענקס
@חלום חלמתי פאר דיינע כסדרדיגע גאר אייגנארטיגע און העכסט אינפארמאטיווע און אינטערעסאנטע באריכטן און קרישקעלעך.
קיפ איט אפ!
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
דורך חלום חלמתי
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב
ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.
לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:42 pm
דורך לאקאלער רב
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב
ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.
לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
WOW any more details?
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:56 pm
דורך ר' משה
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב
ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.
לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
הודו לה'
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 1:08 pm
דורך שינאווער
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:42 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב
ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.
לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
WOW any more details?
Weberman Resentenced to 18 Years, Will Remain in Prison Additional 5 Years Followed by 10 Years Probation and Registry
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:12 pm
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 1:08 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:42 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:33 pm
על בשורות טובות אומר הטוב ומטיב
ריכטער נארוואס געאורטיילט און דראסטיש געשניטן די צאל יארן פאר ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן.
לויטן פלאן וועט ער קענען ארויסקומען ביז געציילטע יאר.
WOW any more details?
Weberman Resentenced to 18 Years, Will Remain in Prison Additional 5 Years Followed by 10 Years Probation and Registry
איך מיין אז פינף יאר איז נאר אויף די ביכער, ס'גייט אראפ פופצן פראצענט פאר גוטע אויפפירונג וואס שטעלט עס אין טאטאל צו 15 יאר און 4 חדשים, דאס הייסט נאך צוויי יאר און צוויי חדשים.
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:48 pm
דורך חלום חלמתי
קאמפיין פאר די איין מאן באנד ארגאניזאציע הרה"צ ר' יואלי ווייזער שליט"א האט אויפגעטריבן א מיליאן דאלער +. דעם זינטאג און מאנטאג ארום די יארצייט פון הרה"ק ר' משה לייב סאסאווער זי"ער.
יואלי איז שוין ברייט באקאנט היינט אלס א איד וואס גיבט אוועק זיין לעבן צו העלפן אחב"י יושבי חושך וצלמות, און כלל ישראל האט אים באווארפן מיט געלט ער זאל קענען ממשיך זיין מיט זיינע הייליגע פעילות.
ס'איז געווען מערקבאר ווי במשך די קאמפיין איז נישט געווען קיין שום זייטיגע ספענדעריי, האטעלן קאנצערטן און קאמאנדא צענטערן. די גאנץ יאריגע צדיקים וואלענטורן האבן זיך צוזאמגענומען און שווער געשוויצט פאר יעדן דאלער, ביז מען האט ב"ה דערגרייכט דעם ציל.
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 11:10 pm
דורך חלום חלמתי
דף היומי מגיד שיעור הרב אלי' סטעפענסקי ביים ציון פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע פארגאנגענע וואך אין קר"י.
Re: אידישע נייעס ארום די וועלט
געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 3:26 am
דורך הערליכע ביימער
ברכת המזון האט געראטעוועט: בעל תשובה געראטעוועט פון קאר אריינגעשמעטערט אין זיין הויז, נאכן זיך נישט אויפשטעלן פון ארט אינמיטן בענטשן
קאליפארניע - א גאר אינטערסאנטע געשיכטע האט פארלאפענע וואך פאסירט אינעם שטאט סאניוועיל, וואו א בעל תשובה וועלכער האט געהאלטן אינמיטן בענטשן ברכת המזון איז געראטעוועט געווארן פון ווערן צודריקט פון ברוכווארג נאך וואס א קאר האט אריינגעשמעטערט אין זיין הויז.
עס האט פאסירט ווען דער איד מיטן נאמען וואדים אליי וועלכער ארבעט אין די גרויסע אלגעמיינע 'גוגל' פירמע איז לעצטנס דערנעטערט געווארן צו אידישקייט, ווען ער ער איז געזעסן און געבענטשט ברכת המזון נאך פרישטאג און האט געהערט א הויכע גרודער, זייענדיג אינמיטן בענטשן האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט פון ארט. עטליכע סעקונדעס שפעטער האט ער באמערקט ווי א קאר האט אריינגעזעצט אין זיין הויז און אנגעמאכט א שווערע חורבן.
ווי ער זאגט האט די פאקט אז ער איז געבליבן זיצן ענדיגן בענטשן במתינות און נישט געלאפן אין ריכטונג פון די גרודער, געראטעוועט זיין לעבן פון ווערן דירעקט באפאלן מיט די ברוכווארג.