בלאט 3 פון 21
Re: עצרת יום תפילה וזעקה א' נצבים וילך
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 5:06 pm
דורך יאנטשי
מהרי"י גייט אויך?
Re: עצרת יום תפילה וזעקה א' נצבים וילך
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 6:39 pm
דורך שמח
יאנטשי האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 28, 2024 5:06 pm
מהרי"י גייט אויך?
ס'הייסט אז יא, בעזהשי''ת.
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:19 am
דורך kyocera
מצד מהרי''י
ר' יואל
ר' יצחק בנימין שטערן
מצד מהר''א
ר' ישראל בער שטיין
ר' אברהם יוסף פרידמאן
ר' ישראל לאנדא
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:19 am
דורך kyocera
ווי איך האב געהערט האט האדמו"ר מסקווירא שליט"א צוגעשטימט מיט די עסקנים אז עפעס דראסטיש מוז געטון ווערן, און עס איז געבליבן אז סקווירא רבי וועט ארויסשיקן די חסידים צום עצרת. עס איז נאכנישט קלאר אויב סקווירא רבי אליין וועט זיך משתתף זיין.
אגב, ווען די עסנים זענען אריין צו סקווירא רבי פארגאנגענע מוצש"ק האט מען געשמועסט אז די עצרת וועט פארקומען ערגעצוואו אין א זאל, און נישט אויף די מאנהעטן גאסן.
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:57 am
דורך שמח
יעצט ביינאכט ביים צענטראלן יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר''א שליט"א אדרעסירט די שרעקליכע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל בארץ הקודש, דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה.
דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 1:47 am
דורך דער תהלים איד
- zaakas_hagola_24_57_1724992601194_670_57_240830123643.png (205.58 KiB) געזען געווארן 1556 מאל
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:01 am
דורך פראנקרייך
ויסבערג מיט א באריכט
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:08 am
דורך דער תהלים איד
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:16 am
דורך שמעון סאמעט
מנהל קול סאטמאר נעבן מנהל מערכת סאטמאר...
אההה
עפעס א גוטע זאך קומט יא ארויס פון די מדינה...
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:47 am
דורך לא ימושו מפיך
די בילדער זענען ריפרעשינג..
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:53 am
דורך totty2024
טוישן קעפל צי: היסטארישע יום תפילה ועצרת מחאה בחוצות העיר
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 8:54 am
דורך געשמאקער איד
פראנקרייך האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:01 am
ויסבערג מיט א באריכט
וואס איז פארגעקומען?
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 9:10 am
דורך שמעון סאמעט
totty2024 האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:53 am
טוישן קעפל צי: היסטארישע יום תפילה ועצרת מחאה בחוצות העיר
עס איז נישט צוויי עקסטערע זאכן?
די פותח הטעמע רעדט פון א יום תפילה וואס גייט פארקומען ערב ר"ח אלול אין די גאנצע וועלט די זעלבע צייט פארופן דורך מהר"א סאטמאר, און א' נצו"י גייט זיין אן עצרת פאר אלע אידן פון ניו יארק און ניט זשערסי פארופן דורך אלע קהילות.
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:09 pm
דורך שמח
שמעון סאמעט האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 9:10 am
totty2024 האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:53 am
טוישן קעפל צי: היסטארישע יום תפילה ועצרת מחאה בחוצות העיר
עס איז נישט צוויי עקסטערע זאכן?
די פותח הטעמע רעדט פון א יום תפילה וואס גייט פארקומען ערב ר"ח אלול אין די גאנצע וועלט די זעלבע צייט פארופן דורך מהר"א סאטמאר, און א' נצו"י גייט זיין אן עצרת פאר אלע אידן פון ניו יארק און ניט זשערסי פארופן דורך אלע קהילות.
ניין ס'איז די זעלבע זאך, אנהייב האט מען געוואלט אויף ערב ר''ח, מ'האט עס גערוקט.
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:19 pm
דורך שמאי הזקן
שמעון סאמעט האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:16 am
מנהל קול סאטמאר נעבן מנהל מערכת סאטמאר...
אההה
עפעס א גוטע זאך קומט יא ארויס פון די מדינה...
איר קענט צוצייכענען אויפן בילד ווער ביידע זענען?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:54 pm
דורך להגדיל הטראסק
דער מיטן האנט אויפן מויל איז הר"ר אהרן יוסף פריעדמאן
לינקס פון אים איז הר"ר אייזיק דאסקאל
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:59 pm
דורך צווייזייטיג
שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:09 pm
ניין ס'איז די זעלבע זאך, אנהייב האט מען געוואלט אויף ערב ר''ח, מ'האט עס גערוקט.
קוקט דיר אויס די זעלבע?
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 12:33 pm
יעצט אויך וועט מען צוזאמנעמען אלע אידן פון די גאנצע וועלט, א יעדע שטאט וואו עס וואוינען נאר אידן, דער רבי האט אויסגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, מאנטריאל, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, קליוולאנד, באסטאן, לאנדאן, מאנטשעסטער, און סייווי ס'וואוינען אידן. וועט מען מאכן צוזאמען א יום תפילה, מ'וועט קובע זיין א צייט, יעצט אין די זומער וואכן איז אביסל שווער, אבער מ'וועט קובע זיין אויף נאך די זומער.
שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:57 am
דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה. דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 3:01 pm
דורך שמח
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:59 pm
שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:09 pm
ניין ס'איז די זעלבע זאך, אנהייב האט מען געוואלט אויף ערב ר''ח, מ'האט עס גערוקט.
קוקט דיר אויס די זעלבע?
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 12:33 pm
יעצט אויך וועט מען צוזאמנעמען אלע אידן פון די גאנצע וועלט, א יעדע שטאט וואו עס וואוינען נאר אידן, דער רבי האט אויסגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, מאנטריאל, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, קליוולאנד, באסטאן, לאנדאן, מאנטשעסטער, און סייווי ס'וואוינען אידן. וועט מען מאכן צוזאמען א יום תפילה, מ'וועט קובע זיין א צייט, יעצט אין די זומער וואכן איז אביסל שווער, אבער מ'וועט קובע זיין אויף נאך די זומער.
שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:57 am
דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה. דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
די אופן הלמעשה נישט, מ'האט עס אויסגעארבעט אויף א בעסערע און האפענטליך מיר אפעקטיווע מהלך.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 31, 2024 10:59 pm
דורך הימל
למעשה וויסט איינער צו עס גייט זיין אויך דרשות??
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 12:22 pm
דורך מושי פוטערפאס
"כל הגולה כמדורת אש"
דאס גאנצע חרדי'שע אידנטום איבער די גארער וועלט האבן אויפגענומען מיט גרויס איבערגענומענקייט, די היסטארישע גינסטיגע נייעס וואס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט צווישן יעדע קהילה און חבורה ביז יעדן יחיד ויחיד, אז נאך לענגערע בארוטינגען צווישן די גרעסטע עסקנים און כלל טוהער'ס פון כלל ישראל, און מיט די געמיינזאמע שטאנדפונקט פון די מנהיגי היהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן, איז באשטימט געווארן אן ערשטמאליגן היסטארישן מעמד עצרת תפילה "זעקת הגולה" וואס וועט פארקומען אי"ה דעם קומענדיגן זונטאג פרשת נצבים וילך אויף א ריזן שטח וואס זאל ערמעגליכן צו אקאמענדירן דאס גאנצע יהדות הגולה פון ארה"ב וקאנאדע, אויסצושרייען דעם געוואלדיגן קול מחאה, און בעטן ביים בורא כל עולמים להעביר את רוע הגזירה פון אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק וואס שוועבט העכער זיי א שרעקליכן ביטערן גזירת שמד להעביר על הדת אלע פרומע בחורים און יונגעלייט מיט'ן זיי רעקוטירן צום שמעלץ טאפ פונעם צבא השמד.
ווי ברייט באקאנט האט זיך אין די לעצטערע תקופה אראפגעלאזט א שווארצן נעפל אויף די חרדי'שע געמיינדע אין ארץ ישראל מיט'ן שרעקליכן גזירה וואס איז אויסגערופן געווארן דורכ'ן מדינה הציונית אויסצומעקן פולקאם דאס גאנצע אידישע היסטאריע פון אירע באדנ'ס דורכ'ן אריינשלעפן מיט געוואלד אלע בחורים און יונגעלייט אין די יונגערע יארן צום צבא השמד, וואס אויסער דעם קלארן איסור ביהרג ואל יעבור זייט איר גרינדונג דורך אלע מנהיגי קהילות הקודש פון אלע פראקציעס פונעם פאריגן דור, וביותר די מלחמת חרמה דורך רבותינו הקדושים השוכנים בארץ המה אין שפיץ פונעם ערליכן טורעם וואס טוהט זיך נישט בייגן פון די אידישע פרינציפן פאר קיין פרייז, דאס בי"ד הגדול שבירושלים העדה החרדית מיט איר דעמאלט'סדיגע מנהיג און רב רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א, טוהט דאס ביטערן מציאות פונעם עבר דייטליך אויפווייזן אשר כל באיה לא ישובין, ווען ליידער פון דארטן קומען ארויס נאר פארפאלענע און פארבלאנדזשעטע נשמות וואס זענען אינגאנצן אראפ פונעם אידישן וועג.
אצינד האט זיך ברוך השם ארויסגעשטעלט דעם ריינעם און לויטערן אמת וואס איז שוין יארן לאנג אויסגעשריגן געווארן דורך אונזערע רבי'ס און מנהיגים מיום הווסדה פון די מדינה פאר א ביטערן מציאות וואס פאטשט און פנים, אז מיט'ן זיצן אויף איין טיש מיט די מינים וכופרים ברענגט נישט קיין גוט'ס מילד גערעדט, אויסער דאס הארבן איסור זיך מיט זיי צו משתתף זיין טוהט דאס אינגאנצן נישט ברענגען קיין גינסטיגע רעזולטאטן צו קענען אפילו אויפטטוהן דאס מינדסטע וואס איז נאר שייך ראטעווען דאס וואס זיי טוהען מיט אלע כוחות פרובירן צו איינווארפן. עס לאזט זיך זאגן אז די קרייזן וואס האבן עס דאן נאכנישט פארשטאנען טוהען שוין היינט צוטאג'ס אנקוקן די מצב מיט אינגאנצן א צווייטן בליק, ווען מ'האט אנגעהויבן זעהן די שריט וואס איז גענומען געווארן דורך געוויסע פון זיי, בפרט פון די ספרדי'שע חדר, וואס האבן זיך אינגאנצן ארויסגעשטעלט מיט א אפענע מלחמה קעגן די מדינה, וואו זיי זענען נישט גרייט איינצוגיין אויף קיין שום פשרה בנוגע דאס צוקונפט פון אונזערע דורות, און אומצוויידייטיג באפוילן אירע אנהענגער'ס נישט אויסצופאלגן דעם באפעל וואס איז געשטעלט געווארן אויף זיי דורך די ציוני'סטישע מיליטער זיך בכלל רעגוסטרירן ביי זייערע הויפטקווארטירן. פון די אנדער זייט אבער האט געווייטאגט און געציפט יעדן ערליכן איד, וואס האט צוגעזעהן ווען פון די אפציעלע פארטייען פון אלע סעקטעס האבן יא געוויזן עטוואס גרייטקייט איינצוגיין אויף פארשידענע פשרות איבער שוואכערע בחורים וכדומה, איבערצוגעבן מיט די אייגענע הענט פרומע בחורים אינעם כור השמד.
פונעם לעצט פארבליבענע ערליכן ווינקל אשר לא כרעו לבעל אין ירושלים עיה"ק, די שרי צבא ה' פונעם בי"ד העדה החרדית, האט מען שוין פונעם ערשטן מינוט זיך געזעצט מטכס עצה זיין איבער די נויטיגע פעולות וואס דארף דא אנגענומען ווערן אוסצושרייען דעם ביטערן וויי געשריי פון די אנשי ישוב הישן, איבער די גזירת העברה על הדת וואס שוועבט אויף כלל ישראל, רבינו הגדול לוחם מלחמות ה' כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א האט די ביטערע נייעס גענומען צום הארצן, און מיט זיין לויטערן דעת תורה וואס ער האט מקבל געווען פון די לייבן פונעם פאריגן דור, דעם ריינעם אויסגעטראטענעם דרך פון רבותינו הק' זי"ע, האט אויפגעפאדערט צוזאמנעמען די ערליכע אידן פאר א עצרת תפילה ומחאה מסביר צו זיין און אויסצושרייען דעם זעקת הדת איבער גאנץ ארץ ישראל קעגן דעם טמא'נעם מדינה מיט אירע נאכפאלגער'ס למיניהם, דאס איז ווי פארשטענדליך גלייך צושטאנד געקומען מיט'ן הילף פון די ערליכע עסקנים, ווען אינעם נאכפאלגנדן זונטאג פרשת קורח האבן זיך טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זיך צוזאמגענומען אינעם רחבת כיכר זופניק בראשות האדמורי"ם וראשי ישיבות שליט"א ועל צבאם רבינו הגדול הגאב"ד שליט"א מיט די חברי הבד"צ שליט"א, וואו ס'איז געהערט געווארן פייערדיגע דרשות איבער די פליכט פון יעדן יחיד ויחיד אין דעם שווערן תקופה, ווען די הויעכפונקט איז געווען דאס פייערדיגע דברות קודש וואס איז אויסגעשריגן געווארן מנהמת לבו הטהור פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א וועלכע האט איבערגעלאזט דאס גאנצן ציבור מיט הויפענ'ס חיזוק והתחזקות און טרייסט אשר לא השבית לנו גואל, ווען דעם אמת טוהט נאך געהערט ווערן אינעם היינטיגן צומישטן און פארנעפלטן דור דורך איר מנהיג פונעם פריערדיגן דור.
אין די נאכפאלגנדע וואכן האט מען פון ארה"ב אנגעפאנגען צו הערן דורך די מנהיגי הקהילות און ראשי גולת אריאל איבער די שריט וואס דארף גענומען ווערן דורך אחינו שבגולה צוצולייגן א פלייצע צו די ביטערע טעג וואס גייען אריבער אויף אונזערע ברודער אין ארץ ישראל, דאן האט זיך צום צווייטן מאל ארויסגעוויזן דאס כח התורה פונעם ירושלימ'ער בי"ד העדה החרדית, וואס האבן אפגעשריבן א מכתב קודש צו די אדמורי"ם און ראשי הישיבות פון די ראשי הגולה, מיט א הארציגן בקשה נמרצת צו די ראשי גולת אריאל זיך צוצושטעלן צום מערכה כבידה וואס טוהט אנגיין אין ארץ ישראל דורך יראי ה' אפצושלאגן דעם ביטערן גזירה וואס הויערט אויף זייערע קעפ, און צוזאמנעמען דאס גאנצע יהדות הגולה פון אלע אירע ווינקלען אויסצושרייען דעם "זעקת הגולה" מסוף העולם ועד סופו, און מרעיש עולמות זיין קעגן די בייזווייליגע פלענער פון די רשעי הציונים אריינצושלעפן די פרומע בחורים אין איר מיליטער.
דעם זעקת התורה פון ארץ ישראל האט אויפגעוועקט און אויפגעשאקלט דעם יהדות החרדית אין חוץ לארץ, ווען ס'האט נאכגעפאלגט דעם רוף דורכ'ן ראש גולת אריאל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינאיינעם מיט אחיו בדומה לו פון די צווייטע סאטמאר'ע פראקציע, דאן איז פארשפרייט געוורן א מכתב קודש פונעם התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדע, וואו אלע האבן איינשטומיג פאררופן מיט א פאראייניגטן כח דאס גאנצע יהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן הנאמנים לה' ולתורתו פאר א היסטארישן עצרת 'זעקת הגולה' אויף דעם קומענדיגן זונטאג פר' נצבים וילך ברחובה של עיר אויסצושרייען במעמד רבבות אלפי ישראל אין שפיץ פון די ראשי העדה, אדמורי"ם רבנים און ראשי ישיבות, דיינים און מרביצי תורה פון אלע קרייזן צוגלייך, דעם קול תפילה ומחאה קעגן דעם ביטערן גזירה וואס די ציוני'סטישע מדינה האט ארויפגעלייגט אויפ'ן חרדי'שן ציבור אין ארץ ישראל.
דאס געוואלדיגן קידוש השם שרייט זיך ארויס פון אלע זייטן, ווען אין די איצטיגע טעג זיצן אינאיינעם די גרעסטע עסקנים און כלל טוהער'ס פון אלע גרעסערע קהילות אויף אסיפות, ווען יעדער פון זיי האלט פאר זיך דעם ריינעם ציל לקדש שם שמים אן קיין שום זייטיגע אינטערעסן, אויסצוארבעטן דעטאלירטע פלענער פאר דעם היסטארישן מאמענט צו קענען צוזאמברענגען דאס גרעסטן ציבור החרדים לדבר ה', און זיך צושטעלן צו אלע נויטיגע פרינציפן וואס פעלן זיך ס'זאל פון דעם ריזן עצרת ארויסקומען די ריכטיגן און ריינעם קידוש השם און גינסטיגע תוצאות וואס זאל אויפרודערן און אויפשאקלען דעם גאנצן וועלט ת"ק מאות על ת"ק מאות פרסה. די פונקטליכע פלענער ווערט אין די קומעדיגע טעג באשטעטיגט און אויסגעארבעט מיט אלע קהילות און ישיבות פון איבער גרעיטאר ניו יורק און ניו דזשערסי און אלע געגנטער ארום, און וועט ארויסגעשטעלט ווערן פאר'ן ציבור ווי נאר אלעס וועט ווערן פולקאם באשטעטיגט.
יה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:21 pm
דורך דער תהלים איד
הימל האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 31, 2024 10:59 pm
למעשה וויסט איינער צו עס גייט זיין אויך דרשות??
עס הייסט אפיציעל אז נישט.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 10:48 pm
דורך לג בעומר
גייט קומען איינער פון ארץ ישראל?
רבנים? ראשי ישיבות? וכדומה
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 10:09 am
דורך ווער
- anVtrGp_wide_m.jpeg (245.54 KiB) געזען געווארן 550 מאל
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:47 pm
דורך שבת קודש
איז שוין דא נאך קהלות וואס זאגן אז זיי גייען קומען חוץ סאטמאר?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:50 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 10:09 am
anVtrGp_wide_m.jpeg
אויף וועלכע גאסן הענגט מען די דברות קודש פון "אדמו"ר מסאטמאר" און אויף וועלכע הענגט מען פון "אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר"?