בלאט 3 פון 3

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מערץ 23, 2025 5:38 pm
דורך הדסים
Yankel האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 2:28 pm
מהודר האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 2:57 am דינסטאג קומט אי"ה פאר וואלן אין בארא פארק פאר סיטי קאונסל ווי עס לויפן צוויי היימישע קאנדעדאטן ר' שמחה פעלדער די לאנגיעריגע סטעיט סענעטאר און העשי טישלער וואס פארופט זיך אלץ די מאגא קאנדידאט,

ר' שמחה איז ערווארטעט צו געוואונען די וואלן מיט אן איבערוועגענדע מערהייט ווערנדיג אינדראסירט דורך רוב קהילות אין שטאט און זייענדיג באקאנט אלץ לאנגיעריגע פאליטיקאנט מיט א טרעק רעקארד פון טון און ארויסהעלפן דעם היימישע ציבור תושבי העיר בפרט און תושבי ניו יארק סטעיט בכלל מיט וואס נאר שייך.
וואס איז פשט פון אראפגיין פון סטעיט סענאט צו סיטי קאונסיל? און ווער גייט לויפען פאר סטעיט סענאט אין בארא פארק?
viewtopic.php?p=138414#p138414

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מאנטאג מערץ 24, 2025 2:33 pm
דורך עריק
הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 5:33 pm
עריק האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 4:21 pm
מהודר האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 2:57 am דינסטאג קומט אי"ה פאר וואלן אין בארא פארק פאר סיטי קאונסל ווי עס לויפן צוויי היימישע קאנדעדאטן ר' שמחה פעלדער די לאנגיעריגע סטעיט סענעטאר און העשי טישלער וואס פארופט זיך אלץ די מאגא קאנדידאט,אזוי אויך לויפט ר' משה פרידמאן

ר' שמחה איז ערווארטעט צו געוואונען די וואלן מיט אן איבערוועגענדע מערהייט ווערנדיג אינדראסירט דורך רוב קהילות אין שטאט און זייענדיג באקאנט אלץ לאנגיעריגע פאליטיקאנט מיט א טרעק רעקארד פון טון און ארויסהעלפן דעם היימישע ציבור תושבי העיר בפרט און תושבי ניו יארק סטעיט בכלל מיט וואס נאר שייך.
ווער איז ער און אויף וועלכע פארטיי לויפט ער?
למעשה לויפט נישט ר' משה
אויף די דעמאקראטישער זייט לויפט פעלדער
און אויף די טיעם טראמפ פארטיי לויפט טישלר

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מאנטאג מערץ 24, 2025 5:39 pm
דורך מהודר
עריק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 2:33 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 5:33 pm
עריק האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 4:21 pm
ווער איז ער און אויף וועלכע פארטיי לויפט ער?
למעשה לויפט נישט ר' משה
אויף די דעמאקראטישער זייט לויפט פעלדער
און אויף די טיעם טראמפ פארטיי לויפט טישלר
ווער איז דער ר' משה וואס האט געזאלט לויפן?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מאנטאג מערץ 24, 2025 5:46 pm
דורך Yankel
עריק האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 4:21 pm
מהודר האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 2:57 am דינסטאג קומט אי"ה פאר וואלן אין בארא פארק פאר סיטי קאונסל ווי עס לויפן צוויי היימישע קאנדעדאטן ר' שמחה פעלדער די לאנגיעריגע סטעיט סענעטאר און העשי טישלער וואס פארופט זיך אלץ די מאגא קאנדידאט,אזוי אויך לויפט ר' משה פרידמאן

ר' שמחה איז ערווארטעט צו געוואונען די וואלן מיט אן איבערוועגענדע מערהייט ווערנדיג אינדראסירט דורך רוב קהילות אין שטאט און זייענדיג באקאנט אלץ לאנגיעריגע פאליטיקאנט מיט א טרעק רעקארד פון טון און ארויסהעלפן דעם היימישע ציבור תושבי העיר בפרט און תושבי ניו יארק סטעיט בכלל מיט וואס נאר שייך.
לכאורה איינער פון די דריי…
משה גבאי
משה מנהל
משה מאנראער

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מאנטאג מערץ 24, 2025 6:17 pm
דורך מיכל נחום
האט נישט די סיטי קאנסיל טוירם לימיטס פון אכט יאר, און ר' שמחה איז שוין דארט געווען פאר אכט יאר?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 25, 2025 2:56 pm
דורך עריק
מיכל נחום האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 6:17 pm האט נישט די סיטי קאנסיל טוירם לימיטס פון אכט יאר, און ר' שמחה איז שוין דארט געווען פאר אכט יאר?
די לימיט איז נאר אין איין צו

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 25, 2025 10:25 pm
דורך הדסים
מיט 98.82 פון די שטימען געציילט האט דער רעטייערטער סטעיט סענאטאר שמחה פעלדער 4,479 פון די שטימען 81.69%
העשי טישלער האט 949 17.31%
און 55 1% איז רייט-אין.

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 6:40 pm
דורך מהודר
צוויי היימישע וואל פארמעסטן פאר ווילעדזש טראסטי זיצן אין ספרינג וואלי

מאנסי - נאך וואס העסקן ר׳ אשר גראסמאן האט געמאלדן פארלאפענע מאנאט אז נאך דריי טערמינען אלס ווילעדזש טראסטי פון ספרינג וואלי וועט ער נישט לויפן אויף ווידערוויילונג ביי די וואלן קומענדיגע יוני, האט העסקן ר׳ יעקב יוסף קויפמאן געמאלדן אז ער וועט לויפן צו ערפילן דער ליידיגער זיץ אלס ספרינג וואלי טראסטי צו קענען מער ארויסהעלפן איינוואוינער פון מאנסי און די אומגעגנט אזויווי ער האט געטוהן די לעצטערע יארן אלס א באקאנטע חברים וואלונטיר.

אויך וועט לויפן פאר א טראסטי זיץ העסקן ר׳ יוסף הערש גראס וואס וועט לויפן פאר זיין דריטע טערמין אלס ווילעדזש טראסטי, מאנסי איינוואוינער גרייטן זיך צו ארויסקומען שטימען אין די מאסן פאר די צוויי היימישע קאנדידאטן וואס וועלן ארבעטן האנט ביי האנט ארויסצוהעלפן יעדן.

זעמל

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 6:51 pm
דורך הדסים
מהודר האט געשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 6:40 pm צוויי היימישע וואל פארמעסטן פאר ווילעדזש טראסטי זיצן אין ספרינג וואלי

זיי האבן קעגנער?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 9:50 pm
דורך נאנטער חבר
הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 6:51 pm

יא, אבער פון זיי רעדט מען נישט, נישטא קיין מענטשן מיט גענוג גרויסע אגענדעס וואס זאלן שטיפן זייער נאמען.

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 11:32 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
נאנטער חבר האט געשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 9:50 pm

אפשר קענסט ביטע בעסער מסביר זיין דיין אגענדע....

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 12:50 pm

ווער לויפט קעגן זיי אידן אדער גוים?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:28 pm
דורך מהודר
אידישער רעפובליקאנער קאנדידאט געווינט קאנגרעס זיץ קעגן מוסולמענער דעמאקראט אין שמאלע פארמעסט

פלארידע - די לעצטע פאר וואכן האט די אמעריקאנער פאליטישע וועלט ארויסגעקוקט אויף א פארמעסט אין פלארידע פאר די קאנגרעס זיץ פון די זעקסטע דיסטריקט וואס איז ליידיג געווארן נאכן אויפנאמע פון מייקל וועלץ אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דורך פרעזידענט טראמפ, וועלץ האט געווינען דעם זיץ פארלאפענע נאוועמבער מיט 30 פראצענט מער ווי זיין דעמאקראטישע קעגנער אבער ביי די איצטיגע פארמעסט האבן די אנקעטעס געצייגט גאר א שמאלע אויסקום.

פון די רעפובליקאנער זייט איז געלאפן א אידישע קאנדידאט וואס איז שטארק פרא טראמפ און פרא מדינת ישראל מיטן נאמען רענדי פיין, און קעגן אים איז געלאפן אויפן דעמאקראטישע טיקעט דזשאש ווייל וואס האט זיך מיט עטליכע יאר צוריק געטויפט צו איסלאם און איז א שטארקער פרא פאלעסטינער אקטיוויסט, טראמפ און די פירערשאפט פון די רעפובליקאנער פארטיי זענען געווען גאר אנגעצויגן אז פיין קען פארלירן דעם פארמעסט און נאך מער פארשמעלערן די קליינע מערהייט וואס זיי פארמאגן אין קאנגרעס וואס דערפאר האבן זיי אפגערופן די קאנדידאטורשאפט פון קאנגערספרוי סטעפאניק פאר די יו.ען. אמבאסאדאר צו אנהאלטן איר זיץ.

טראץ די אויסזעהן איבער א מעגליכע פארלוסט צוליב די אנקעטעס און די אויפגעטריבענע קאמפיין געלטער וואס ווייל האט פארמאגט צען מאל מער ווי פיין, האט דער רעפובליקאנער פיין באוויזן צו געווינען דעם פארמעסט וואס האט געברענגט א רואיגקייט ביי די רעפובליקאנער אז די רויטע פלארידע איז נאך אלס רויט, פיין האט אנגעצויגן מיט באלד צען פראצענט מער שטימען ווי זיין קעגנער און אריינגעקומען אלס דער זיגער.

זעמל

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:40 pm
דורך הדסים
מהודר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:28 pm אידישער רעפובליקאנער קאנדידאט געווינט קאנגרעס זיץ קעגן מוסולמענער דעמאקראט אין שמאלע פארמעסט

פלארידע - די לעצטע פאר וואכן האט די אמעריקאנער פאליטישע וועלט ארויסגעקוקט אויף א פארמעסט אין פלארידע פאר די קאנגרעס זיץ פון די זעקסטע דיסטריקט וואס איז ליידיג געווארן נאכן אויפנאמע פון מייקל וועלץ אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דורך פרעזידענט טראמפ, וועלץ האט געווינען דעם זיץ פארלאפענע נאוועמבער מיט 30 פראצענט מער ווי זיין דעמאקראטישע קעגנער אבער ביי די איצטיגע פארמעסט האבן די אנקעטעס געצייגט גאר א שמאלע אויסקום.

פון די רעפובליקאנער זייט איז געלאפן א אידישע קאנדידאט וואס איז שטארק פרא טראמפ און פרא מדינת ישראל מיטן נאמען רענדי פיין, און קעגן אים איז געלאפן אויפן דעמאקראטישע טיקעט דזשאש ווייל וואס האט זיך מיט עטליכע יאר צוריק געטויפט צו איסלאם און איז א שטארקער פרא פאלעסטינער אקטיוויסט, טראמפ און די פירערשאפט פון די רעפובליקאנער פארטיי זענען געווען גאר אנגעצויגן אז פיין קען פארלירן דעם פארמעסט און נאך מער פארשמעלערן די קליינע מערהייט וואס זיי פארמאגן אין קאנגרעס וואס דערפאר האבן זיי אפגערופן די קאנדידאטורשאפט פון קאנגערספרוי סטעפאניק פאר די יו.ען. אמבאסאדאר צו אנהאלטן איר זיץ.

טראץ די אויסזעהן איבער א מעגליכע פארלוסט צוליב די אנקעטעס און די אויפגעטריבענע קאמפיין געלטער וואס ווייל האט פארמאגט צען מאל מער ווי פיין, האט דער רעפובליקאנער פיין באוויזן צו געווינען דעם פארמעסט וואס האט געברענגט א רואיגקייט ביי די רעפובליקאנער אז די רויטע פלארידע איז נאך אלס רויט, פיין האט אנגעצויגן מיט באלד צען פראצענט מער שטימען ווי זיין קעגנער און אריינגעקומען אלס דער זיגער.

זעמל
דער זשאש ווייל איז נישט קיין איד?
איצט אז זיי האבן ביידע געווינען וועט סטעפאניק יא באקומען איר פאזיציע אינעם יו.ען.?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 8:37 am
דורך מהודר
צוויי היימישע אקטיוויסטן שטעלן ארויס קאנדידאטור צו איבערנעמען סטעיט סענאט זיץ פון ר׳ שמחה פעלדער

בארא פארק - נאך וואס ר׳ שמחה פעלדער האט געווינען די וואלן פאר די סיטי קאונסיל זיץ פאר די 44׳סטע דיסטריקט וואס איז ליידיג געווארן דערנאך וואס ר׳ קלמן יעגער איז אריינגעוועלט געווארן אלס ניו יארק סטעיט אסעמבלימאן, האט גאווערנאר האוקעל געמאלדן א ספעציעלע פארמעסט צו אנפילן די סטעיט סענאט זיץ פון פעלדער פאר די 17׳טע דיסטריקט, די פארמעסט וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגע מאי דעם 20׳סטן.

צוויי היימישע אקטיוויסטן האבן ארויסגעשטעלט זייער קאנדידאטור צו ערפילן דעם זיץ וואס דעקט די היימישע געגנטער פון בארא פארק און פלעטבוש און די ארומיגע געגנטער, אלס דעמאקראט האט זיך ארויסגעשטעלט ר׳ שמואל סאטאן פון די ספרדי'שע געמיינדע פעדעראציע און ער האט באקומען די שטיצע פון די דעמאקראטישע פארטיי פירער אין ברוקלין, קעגן אים לויפט אויפן רעפובליקאנער טיקעט דער וועטעראן אקטיוויסט ר׳ נחמן קאלער וואס איז אין יאר 2014 געלאפן קעגן ר׳ דוב הייקינד אין די פארמעסט פאר די 48׳סטע דיסטריקט זיץ פארן סטעיט אסעמבלי.

זעמל

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 5:32 pm
דורך הדסים
מהודר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 8:37 am צוויי היימישע אקטיוויסטן שטעלן ארויס קאנדידאטור צו איבערנעמען סטעיט סענאט זיץ פון ר׳ שמחה פעלדער

שמחה פעלדער האט עימיצן אינדארסירט?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 12:03 am
דורך מהודר
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 5:32 pm

דערווייל נישט

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 7:37 pm
דורך דער תהלים איד
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:44 am ק/פ
איינמאל אין נאכאמאל!
שאק אין שוידער נעמט ארום די יודן וואס האבן ארויסגענומען די פאסט יעצט מוצא שבת און אלע געגענטער ארום קר"י, אז דער וויסטער אנטיסעמיט סקויפעס האט נאכאמאל ארום געשיקט ליפלעטן א קעגן אינז כלל ישראל, די איינציגסטע וואס שרייבט קלאר ארויס זיין אויפטון אז ער האט געשטערט ’חסידים’. א ווארט וואס קיין איין אנדערע פאליטישן טראכט אפילו נישט צו ניצן.
וואס מיט דעים הייבט ער שנאות ישראל אין ווייזט אז ווען מען גייט בדווקא א קעגן אינז קען מען אינז נאכאלץ געווינען.
עס איז צייט ארויס צו ווארפען איינמאל פאר אלעמאל דעים אנטיסעמיט סקופיס.

יא, סאיז זייער מעגליך אז געוויסע עסקנים גייען אים שטיצען וד"ל, מיינט נישט אז מיר דארפן נישט וויסען די אמת.

פאר דער וואס ווילן וויסען פארוואס דער אנטיסעמיט סקופיס דארף אינזער יודישע וואוטס? ווייל אנדעם קען ער נישט געווינען! און מיר גייען זיך נישט לאזן!!!
#סקופיס אנטיסעמיט

https://chat.whatsapp.com/D7tyTvOyIyuLvAeZISolBb

אינטערסאנט צו צוריקקוקן יעצט!...

:roll:

יא יא, ס'איז צייט ארויסצואווארפן דעם כח הדמיון אז מ'פארשטייט בעסער פון יעדן.