בלאט 3 פון 7

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 11:39 am
דורך ירא השם
ביסט גערעכט האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:32 am
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:04 am
היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:54 pm האו אבאוט אסאך חשובע זקני רבנים תלמידי רבינו הקדוש און נאך רבנים אשטייגער ווי הרב ישראל דוד שלעזינגער ועוד האלטן אז עס איז א חיוב צו גיין על טהרת הקודש דאהי?
פון ווי קומט די הנחה אז די טיטל קומט נאר פאר מוסדות אר"י? טהרת הקודש מיינט ריינקייט און הייליגקייט, הרבי ר' זלמן לייב שליט"א האט דאך קלאר געזאגט אין אנטווערפן אז ווען די רעגירונג מישט זיך אין די חינוך דארף מען סטאפן נעמען געלט און עס גייט הייסן טהרת הקודש.
ועוד כולי עלמא מודי אז עס איז בעסער נישט צו נעמען געלט סיי פאר מוסדות און סיי פאר זיך, ווען איינער קומט דיר בעטן אז זיין ווייב דארף 200 דאלער אויסצוטוהן די שייטל צו קויפן א שפיצל וואלסטו נישט געגעבן ווייל דיין ווייב קען נישט ביישטיין די נסיון? צאנזער רב ועוד גדולים האבן געזאגט אז א שייטל איז אסור, רביה"ק האט אויך געוואלט איינפירן ולא עלתה בידו כידוע.
צום פוינט עס איז נאך עני טיים אזוי וויכטיג ווי צו געבן פאר די גרויסע קאמפעניעס.

ולסיום ידוע פון ר' אהרן קאטלער אז די ערליכע מוסדות מאכט די אייבישטער זיי זאלן זיך מיטשענען אז מען זאל גיין נאך געלט מפרסם צו זיין א גוטע זאך משא"כ די אנדערע, אזוי ווי ערי מקלט האט געהאט סיינס ווי צו גיין אז מען זאל נישט דארפן מפרסם זיין וואס ער האט געטוהן און ביי עולה רגל זיין וואס איז נוגע טויזענטער אידן נישט כדי מען זאל דארפן פרעגן דיירעקשענס און מפרסם זיין.

און ווען די וועסט זעהן די העיט פון די גרויסע מוסדות אויף די קליינע הייפעלע וועסטו אויך זעהן אז עפעס מער באדערט דא

לעצם הענין, ווען די מוסדות פירות פון די האטליינס וואס שרייען אז אונז זעמיר רשעים, אפיקורסים, ציונים און נאך, (אריינגערעכנט די וואס זאגן אויף אונז וכל קרני רשעים אגדע)
אט אזוי קוקן די מזרחי פארטייען אויף אונז
וועגין דעים גיימיר נישט צו זיי נאך געלט

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 11:42 am
דורך דער תהלים איד
א טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:50 pm
unnamed.jpg

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:54 pm אשטייגער ווי הרב ישראל דוד שלעזינגער ועוד
הגרי"ד שלעזינגער און הגר"א שלעזינגער זענען פון א צווייטן חדר, און די וואס פירן די דאזיגע מוסדות זענען נישט אונטער זייער דעת תורה, קיינמאל, נאר ווען עס קומט זיי אויס צופעליג גוט פאר אנדערע סיבות.

עס קען זיין אז לשיטת בריסק לדורותיהם, און די ליטאים, טאר מען בכלל נישט נעמען קיין געלט פון גויים, דאס האט מיט אונז גארנישט.

און יא, ווען "זיינע חסידים" וועלן קומען נאך געלט און זאגן "איך נעם נישט קיין געלט ווייל 'מיין רבי לאזט מיר נישט'", וועל איך אים יא העלפן.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 11:48 am
דורך א גוטן מועד
@דער תהלים איד איך פארשטיי דיין געפיל, אבער אזויווי כ'האב געשריבן, דיין געלט דעקט נישט זיין שיגעון, דיין געלט ראטעוועט פשוט א אידיש קינד פון ציין ווייטאג וואס ער וואלט געבליבן ווען נישט דיין געלט

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 11:52 am
דורך דער תהלים איד
@א גוטן מועד זאגסט א פוינט לגבי מיין משל מיט די ציין. העמיר דעמאלס זען...

אבער לגבי די נמשל מיט די מוסדות, אויב וועט דער מוסד אונטערגיין וועט גארנישט פאסירן. (אויסער אז מיין אינגל וועט האבן אין קלאס איינעם וואס קען האבן מיזעלס אדער טשיקן פאקס. נישט געפרליך, ער איז אימיונירט..)

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 12:06 pm
דורך א גוטן מועד
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:52 am @א גוטן מועד זאגסט א פוינט לגבי מיין משל מיט די ציין. העמיר דעמאלס זען...

אבער לגבי די נמשל מיט די מוסדות, אויב וועט דער מוסד אונטערגיין וועט גארנישט פאסירן. (אויסער אז מיין אינגל וועט האבן אין קלאס איינעם וואס קען האבן מיזעלס אדער טשיקן פאקס. נישט געפרליך, ער איז אימיונירט..)
סוי געלט וועסטו סייווי געבן ווייל מער קינדער מיינט דאך א גרעסערע באדשעט פאר די מוסדות..

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 1:01 pm
דורך אנדערער
איך וואלט געגעבן געלט פונקט ווי פאר יעדע אנדערע מוסד. נישט מער און נישט ווייניגער

דער סאטמארער רבי האט געגעבן געלט פאר חינוך עצמאי מוסדות טאקע שטילערהייט אבער געגעבן למעשה

איך וואלט אבער זיך נישט אנגעשטרענגט פאר זיי

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 2:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:25 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:27 pm איך זע גראדע נישט די פראבלעם צו געבן געלט פאר די מוסדות.

למעשה, אלע מוסדות אין ניו יארק דארפן צוקומען צו נדבות. קיינער איז נישט אפילו פופציג פראצענט געקאווערט פון די רעגירונג, סך הכל דארפן זיי אביסל (אסאך) מער, וויל זיי צאלן אליין די עסן און באסעס וכדו'.

סאו ווען דו גיבסט זיי טראכט אז דו גיבסט נאר פאר די חלק פונען בודזשעט וואס זיי ווארטן סייווי געדארפט צוקומען צו דיר...(א בחינה פון דער איד וואס איז אייביג די צענטער צום מנין, איי ס'דא דרייסיג? נו זיי זענען איבריג...)

אגב, פאר די נאלעדזש בעלמא, דער טיטל פון טהרת הקודש איז א שם המושאל אויך אויף די ארץ ישראל'דיגע מוסדות. (אוכל חולין על טהרת הקודש- איינער וואס עסט אלעמאל אויף די זעלבע דרגא טהרה וואס פאדערט זיך ביי קדשים)
די אידן וואלטן לכתחילה נישט געדארפט עפענען א מוסד און נעמען אויף זיך דעם בודזשעט.

האסט יא? גוט, עס עס אויף מיט אפעטיט.
מיך קומט גראדע אויס בעסער אז זיי זאלן מאכן שבת פאר זיך און נישט שיקן זייערע קינדער צוזאמען מיט מיינע...

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 2:19 pm
דורך ירא השם
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:01 pm איך וואלט געגעבן געלט פונקט ווי פאר יעדע אנדערע מוסד. נישט מער און נישט ווייניגער

דער סאטמארער רבי האט געגעבן געלט פאר חינוך עצמאי מוסדות טאקע שטילערהייט אבער געגעבן למעשה

איך וואלט אבער זיך נישט אנגעשטרענגט פאר זיי
נישט אמת

עס איז נולד געווארן ווען מ' איז געפארן קיין פראנקרייך ראטעווען די קינדער זאלן קענן גיין לערנען אין חינוך עצמאי

פאר סלונים האט ער איינמאל געגעבין

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 4:01 pm
דורך אנדערער
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:19 pm עס איז נולד געווארן ווען מ' איז געפארן קיין פראנקרייך ראטעווען די קינדער זאלן קענן גיין לערנען אין חינוך עצמאי

פאר סלונים האט ער איינמאל געגעבין
איך האב עס געהערט יארן צוריק געהערט פון א איד טאג געדענק דער רבין אין די געזונטע יארן

אז דער רבי האט געגעבן געלט פאר די ערשטע אמבולאנסן אין ארץ ישראל האסטו געוואוסט?

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 4:32 pm
דורך צווייטער
א ריינע שנאת חנם אשכול.

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 4:52 pm
דורך וואס נישט
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:42 am
א טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:50 pm
unnamed.jpg

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:54 pm אשטייגער ווי הרב ישראל דוד שלעזינגער ועוד
הגרי"ד שלעזינגער און הגר"א שלעזינגער זענען פון א צווייטן חדר, און די וואס פירן די דאזיגע מוסדות זענען נישט אונטער זייער דעת תורה, קיינמאל, נאר ווען עס קומט זיי אויס צופעליג גוט פאר אנדערע סיבות.

עס קען זיין אז לשיטת בריסק לדורותיהם, און די ליטאים, טאר מען בכלל נישט נעמען קיין געלט פון גויים, דאס האט מיט אונז גארנישט.

און יא, ווען "זיינע חסידים" וועלן קומען נאך געלט און זאגן "איך נעם נישט קיין געלט ווייל 'מיין רבי לאזט מיר נישט'", וועל איך אים יא העלפן.
unnamed.jpg
unnamed.jpg (110.84 KiB) געזען געווארן 730 מאל

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 5:00 pm
דורך וואס נישט
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (239.07 KiB) געזען געווארן 717 מאל

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 5:54 pm
דורך א טראכטער
לאנטש פראגראם

אזוי ערשיינט אויף די געזעצן וועבסייד פון די 'פעדעראלע' רעגירונג בנוגע וועליכע סקול קען באקומען לאנטש פראגראם
7 CFR Part 210 (up to date as of 5-15-2024).pdf
(788.14 KiB) דאונלאודעד 44 מאל

דאס איז איבערגעטיישט בקיצור פון page 6 of 98

סקול באדייט

1 - א עדיוקעישאן יוניט פון היי-סקול אדער אינגער, וועלכע זענען 'אנערקענט' דורך די לאקאלע 'סקול עדיוקעישאן
סיסטעם פון די סטעיט'.

-2 קינדערגארטן קלאסן פון פובליק אדער פריוואטע שולעס, 'וועלכע זענען אונטער דעם תנאי פונעם ערשטן סיעף'.
3 - לעגאלע טשיילד קעיר \ און זוממער קעמפס \ און לעגאלע היימען פאר מענטל העלטה וכדו'.

דאס הייסט נאך די גרינגסטע פראגרעם וואס האט נישט מיט חינוך,
און געב א קוק וואס די געזעצט זאגט,

(אזוי איז די געזעצט היינט אבער ביז תשמ''ה (9185 ) האט די געזעצט נישט אזוי געראלט)

יעצט זאגן אז עס איז נישט דא קיין מקום נישט צו נעמען קיין פראגראם'ס עד כדי כך אז מזאל זיי נישט שטיצן,
איז זינלאז אן קיין ביאור חוץ שנאת חנם.

אויב עפעס קען מען עפנען א אשכול צו עס איז מותר צו נעמען געלט פון א רעגירונג וואס מישט זיך אריין און חינוך,

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 6:04 pm
דורך דער תהלים איד
@א טראכטער מען רעדט נישט דא צו זיי קענען אריינרעדן אדער נישט. יעדער ווייסט אז יא. פשוט ווייל דו ביסט א סקול.

די פוינט דא איז, אז דאס געלט גייט נישט פאר די לימודים.

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 6:34 pm
דורך אנדערער
וואס נישט האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:52 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:42 am
א טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:50 pm
unnamed.jpg

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:54 pm אשטייגער ווי הרב ישראל דוד שלעזינגער ועוד
הגרי"ד שלעזינגער און הגר"א שלעזינגער זענען פון א צווייטן חדר, און די וואס פירן די דאזיגע מוסדות זענען נישט אונטער זייער דעת תורה, קיינמאל, נאר ווען עס קומט זיי אויס צופעליג גוט פאר אנדערע סיבות.

עס קען זיין אז לשיטת בריסק לדורותיהם, און די ליטאים, טאר מען בכלל נישט נעמען קיין געלט פון גויים, דאס האט מיט אונז גארנישט.

און יא, ווען "זיינע חסידים" וועלן קומען נאך געלט און זאגן "איך נעם נישט קיין געלט ווייל 'מיין רבי לאזט מיר נישט'", וועל איך אים יא העלפן.
unnamed.jpg
איינער האט אמאל געברענגט דא א גאנצע שמועס וואס רב זארגער האט געזאגט וואס דארט זעט מען וואסערע שטותים מען האט אים איינגערעדט

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 6:38 pm
דורך אנדערער
א טראכטער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:54 pm לאנטש פראגראם

אזוי ערשיינט אויף די געזעצן וועבסייד פון די 'פעדעראלע' רעגירונג בנוגע וועליכע סקול קען באקומען לאנטש פראגראם

7 CFR Part 210 (up to date as of 5-15-2024).pdf

דאס איז איבערגעטיישט בקיצור פון page 6 of 98

סקול באדייט

1 - א עדיוקעישאן יוניט פון היי-סקול אדער אינגער, וועלכע זענען 'אנערקענט' דורך די לאקאלע 'סקול עדיוקעישאן
סיסטעם פון די סטעיט'.

-2 קינדערגארטן קלאסן פון פובליק אדער פריוואטע שולעס, 'וועלכע זענען אונטער דעם תנאי פונעם ערשטן סיעף'.
3 - לעגאלע טשיילד קעיר \ און זוממער קעמפס \ און לעגאלע היימען פאר מענטל העלטה וכדו'.

דאס הייסט נאך די גרינגסטע פראגרעם וואס האט נישט מיט חינוך,
און געב א קוק וואס די געזעצט זאגט,

(אזוי איז די געזעצט היינט אבער ביז תשמ''ה (9185 ) האט די געזעצט נישט אזוי געראלט)

בפשטות דארף מען אפיר זוכען א היתר פארוואס מען זאל מעגען נעמען די פראגרעמס,
און א צייט וואס די רעגירונג מישט זיך אריין און חינוך,
און נישט פארקערט אזוי מען שרייבט דא אויפן שנאת חנם אשכול.
וואס איז די פראבלעם?

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 7:30 pm
דורך מענדל
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:04 pm @א טראכטער מען רעדט נישט דא צו זיי קענען אריינרעדן אדער נישט. יעדער ווייסט אז יא. פשוט ווייל דו ביסט א סקול.

די פוינט דא איז, אז דאס געלט גייט נישט פאר די לימודים.
נעמען פאר לימודים איז א פראבלעם ?

Re: מוסדות על "טהרת הקודש" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 10:29 pm
דורך א טראכטער
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:04 pm @א טראכטער מען רעדט נישט דא צו זיי קענען אריינרעדן אדער נישט. יעדער ווייסט אז יא. פשוט ווייל דו ביסט א סקול.

די פוינט דא איז, אז דאס געלט גייט נישט פאר די לימודים.
ממילא איז שוין נישטא קיין ענין, נישט צונעמען קיין געלט פון די רעגירונג עד כדי כך אז מזאל זיי נישט שטיצן?

וואס שטייט און די בריוו פון מרן הגרי"צ דושינסקיא זצוק"ל ובית דינו בשנת תש''ב און תש''ו אויפן איסור צו נעמען געלט,
די איסור איז ווייל די געלט גייט פאר די לימודים, אדער ווייל זיי קענען אריינרעדן און חינוך ?

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 2:39 pm
דורך דער תהלים איד
מענדל האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 7:30 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:04 pm @א טראכטער מען רעדט נישט דא צו זיי קענען אריינרעדן אדער נישט. יעדער ווייסט אז יא. פשוט ווייל דו ביסט א סקול.

די פוינט דא איז, אז דאס געלט גייט נישט פאר די לימודים.
נעמען פאר לימודים איז א פראבלעם ?

אויב מען ברויך זיי איינרעדן אז מען לערנט סעקולאר, איז עס א פראבלעם.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 2:40 pm
דורך דער תהלים איד
א טראכטער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 10:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:04 pm @א טראכטער מען רעדט נישט דא צו זיי קענען אריינרעדן אדער נישט. יעדער ווייסט אז יא. פשוט ווייל דו ביסט א סקול.

די פוינט דא איז, אז דאס געלט גייט נישט פאר די לימודים.
ממילא איז שוין נישטא קיין ענין, נישט צונעמען קיין געלט פון די רעגירונג עד כדי כך אז מזאל זיי נישט שטיצן?

וואס שטייט און די בריוו פון מרן הגרי"צ דושינסקיא זצוק"ל ובית דינו בשנת תש''ב און תש''ו אויפן איסור צו נעמען געלט,
די איסור איז ווייל די געלט גייט פאר די לימודים, אדער ווייל זיי קענען אריינרעדן און חינוך ?

איך בין נישט קלאר וויאזוי די מאנדאט האט געארבעט און פארוואס די גדולי ירושלים האבן דעמאלס אזוי געהאלטן.

הפנים, די גדולי ישראל אין אלע אנדערע לענדער האבן נישט געהאלטן אז ס'איז א פראבלעם.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 6:34 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:40 pm

איך האב עס נישט וועריפייד אבער מ'זאגט אז רביה"ק מ'סאטמאר האט אויך אינטערגעשריבן אויפן קו"ק.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 11:53 pm
דורך היימישע זייגער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 6:34 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:40 pm
א טראכטער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 10:29 pm

ממילא איז שוין נישטא קיין ענין, נישט צונעמען קיין געלט פון די רעגירונג עד כדי כך אז מזאל זיי נישט שטיצן?

וואס שטייט און די בריוו פון מרן הגרי"צ דושינסקיא זצוק"ל ובית דינו בשנת תש''ב און תש''ו אויפן איסור צו נעמען געלט,
די איסור איז ווייל די געלט גייט פאר די לימודים, אדער ווייל זיי קענען אריינרעדן און חינוך ?

איך בין נישט קלאר וויאזוי די מאנדאט האט געארבעט און פארוואס די גדולי ירושלים האבן דעמאלס אזוי געהאלטן.

הפנים, די גדולי ישראל אין אלע אנדערע לענדער האבן נישט געהאלטן אז ס'איז א פראבלעם.
איך האב עס נישט וועריפייד אבער מ'זאגט אז רביה"ק מ'סאטמאר האט אויך אינטערגעשריבן אויפן קו"ק.
די ק"ק?
11111.png
11111.png (470.83 KiB) געזען געווארן 500 מאל
2222222.png
2222222.png (410.77 KiB) געזען געווארן 500 מאל

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 11:54 pm
דורך היימישע זייגער
33333333.png
33333333.png (463.1 KiB) געזען געווארן 524 מאל
44444444444.png
44444444444.png (538.57 KiB) געזען געווארן 524 מאל

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 11:55 pm
דורך אנדערער
היימישע זייגער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:54 pm 33333333.png
44444444444.png

דריטע איז געבלאקט דורך מיין פילטער

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 9:21 am
דורך דער תהלים איד
דא זעט מען דאך קלאר אז די נושא איז ווייל דאס געלט קומט דורך די רשעי ישראל, וואס ווילן ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך.