בלאט 3 פון 3

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 7:20 pm
דורך פיי
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:46 am
ר’ מנחם איז געוועזן דער וועלכער האט מתקן געווען אז מזאל מער נישט געבן קיין מיאון, א קטנה וואס די טאטע מאכט חתונה און זי ווערט א גדולה, נאר זי דארף א גט. עטליכע דורות שפעטער געפונען מיר די פולמוס מיט ר’ יעקב פאללאק איבער מיאון אין וועלכע ר’ יעקב האט מתיר געווען דאס געבן מיאון.
מנהגים.
קודם א גרויסן דאנק פאר די הערליכע מאמרים, אויף גאר א וויסטע תקופה וואס ווייניג ווייסן און נאך ווייניגער שרייבן.

הערות קצרות בדיני מיאון.
מיאון איז נאר שייך ביי א קטנה און נאר ווילאנג מ'איז נישט קיין גדולה.
אויב די טאטע האט חתונה געמאכט קען מען נישט ממאן זיין, ווייל דעמאלט איז די קידושין מן התורה און זי דארף א גט.
מיאון איז נאר שייך ווען א צווייטער מאכט איר חתונה, אדער אויב איר טאטע האט איר חתונה געמאכט און זי האט שוין באקומען א גט, און נאכדעם האט זי נאכאמאל באקומען קידושין.

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

געפאוסט: פרייטאג אפריל 17, 2026 2:03 pm
דורך מסתמא
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:02 pm
רבינו מנחם ממירזבורג
121639281.pdf
(190.71 KiB) דאונלאודעד 2 מאל