בלאט 3 פון 14

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:11 pm
דורך מירון
איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:07 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:06 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:03 pm
די קהילה אדער די רבי?
די רבי פון די קהלה קען עס סטאפן, דער רב פון די קהלה קען עס סטאפן.

און נאכאמאל איך זאג נישט ער איז גערעכט, ער האט געוויסע פונקטן. מורי ורבותי אונזערע מארקעטערס און נאך האבן אונז אביסל פארפירט, מ'דארף זיך צוריקשטעלן אויף די רעלסן.
קען זיין ביסט גערעכט

אבער עס באלאנגט נישט אויף די סייט, וואס אפציעל דא צו שטופן ווייטער יענע אגענדעס
קען זיין, ס'באלאנגט נישט דא, אבער די פרעסס, די גשם, די פארגרעבטקייט דארף האבן א גרויסע תיקון אין אלע חסידות'ער נישט נאר ביידע סאטמארס און נישט נאר ביי די חסידות'ער נאר אפילו לעיקוואוד קען שוין היינט נוצן א תיקון.

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:12 pm
דורך יום טוב
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:06 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:03 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:01 pm וואס זאגט עטס טייערע אינגעלייט אויף דעם?

פאר איך גיי ווייטער אלע טוען דאס!

מ'מאכט א גרויסע מסיבה פאר תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות און די קהלה נעמט אויף [הוא העיקר, וביודעי ומכירי קאמינא] א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער אז דו שיינע בילדער זאלן קענען ערשיינען אין אלע פאבליקאציעס.

פארוואס האט א קהלה אן אינטרעסע צו צאלן געלט פאר א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער? נישט צו קענען בויען און ווייזן ווי שטארק מיין קאמפאני איז? איין מ'האלט דאך דא אינמיטן יסודות הדת - תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות? און וואס האסטו אינזין?
די קהילה אדער די רבי?
די רבי פון די קהלה קען עס סטאפן, דער רב פון די קהלה קען עס סטאפן.

און נאכאמאל איך זאג נישט ער איז גערעכט, ער האט געוויסע פונקטן. מורי ורבותי אונזערע מארקעטערס און נאך האבן אונז אביסל פארפירט, מ'דארף זיך צוריקשטעלן אויף די רעלסן.
דער רבי רב האט וויכטיגערע זאכן צו קעיר נעמען ער האלט נישט אז עס שטעקט אין דעם , און עס וועט מילא זיין בילדער אויב נישט דורך די קאמפאני אליינס וועט עס זיין דורך אנדערע , א שאד אויסצונוצן די ענערדזשי אויף א זאך וואס איז א פארגגאנגענהייט , אבער צוליב די קשיא מאכן א מסקנה חרוב צו מאכן אידישקייט איז אפיקורסות

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:14 pm
דורך מירון
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:12 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:06 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:03 pm
די קהילה אדער די רבי?
די רבי פון די קהלה קען עס סטאפן, דער רב פון די קהלה קען עס סטאפן.

און נאכאמאל איך זאג נישט ער איז גערעכט, ער האט געוויסע פונקטן. מורי ורבותי אונזערע מארקעטערס און נאך האבן אונז אביסל פארפירט, מ'דארף זיך צוריקשטעלן אויף די רעלסן.
דער רבי רב האט וויכטיגערע זאכן צו קעיר נעמען ער האלט נישט אז עס שטעקט אין דעם , און עס וועט מילא זיין בילדער אויב נישט דורך די קאמפאני אליינס וועט עס זיין דורך אנדערע , א שאד אויסצונוצן די ענערדזשי אויף א זאך וואס איז א פארגגאנגענהייט , אבער צוליב די ’שיא מאכן א מסקנה חרוב צו מאכן אידישקייט איז אפיקורסות
בקיצור איר זאגט די זעלבע ווי מיר - ס'איז א פראבלעם - נאר וואס דען "דער רבי אדער רב האט וויכטיגערע זאכן צו קעיר נעמען"

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:15 pm
דורך dev
חאצקיל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:14 pm כ'האב באקומען עפעס א דרשות סעודת משתה היין, בענין השתלשלות החסידות
שטייט אבער נישט ווער דער רבינו שליט"א איז.
נישט אריינרעדענדיג צי די שמועס איז אויסגעהאלטן צי נישט, וויל איך מיך שטעלן אויף איין נקודה וואס דער מגיד זאגט דא וואס איז לכאורה נישט ריכטיג, אדרבה זאל דער עולם אריינקומען.

ער ברענגט ארויס אז ס'איז קיינמאל נישט געווען די דרך ביי חסידים צו נעמען א ממלא מקום פון א רבי א קינד פון די גזע, און ער ברענגט צו משלים, לכאורה ביי די משלים איז ער גערעכט,

אבער איך מיין אז ביי אלע אנדערע רבי'ס איז דייקא יא געווען איינער פון די גזע האט ממלא מקום געווען, איבעראל, צו ביי די רוסישע רבי'ס נאך אזוי פרי ווי ביים הייליגען תניא זי''ע האבן די קינדער ממלא מקום געווען,

ביי די פולישע רבי'ס גור, ראדאמסק, וכוי' האבן די קינדער ממלא מקום געווען, די זעלבע אין גאליציע, צאנז, ראפשיטץ, וכוי', אפגערעדט אין אונגארן פונעם ישמח משה און אראפ האבן די קינדער ממלא מקום געווען,

בין איך ראנג??

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:17 pm
דורך א טויב
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:01 pm וואס זאגט עטס טייערע אינגעלייט אויף דעם?

פאר איך גיי ווייטער אלע טוען דאס!

מ'מאכט א גרויסע מסיבה פאר תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות און די קהלה נעמט אויף [הוא העיקר, וביודעי ומכירי קאמינא] א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער אז דו שיינע בילדער זאלן קענען ערשיינען אין אלע פאבליקאציעס.

פארוואס האט א קהלה אן אינטרעסע צו צאלן געלט פאר א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער? נישט צו קענען בויען און ווייזן ווי שטארק מיין קאמפאני איז? איין מ'האלט דאך דא אינמיטן יסודות הדת - תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות? און וואס האסטו אינזין?
איך בין א סאטמאר'ע חסוד. איך בין זייער בייז אויף ווי אזוי מיין קהילא פירט זיך אויף און געוויסע פעלער.
רעדן אויף אלע רבנים ווערט נישט מותר!

אגב איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם מיין רבי זאל האבן בלויז 1 מינין און א בעסמענט, ווי לאנג איך בין א חלק פונעם מינין!

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:17 pm
דורך יום טוב
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:14 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:12 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:06 pm

די רבי פון די קהלה קען עס סטאפן, דער רב פון די קהלה קען עס סטאפן.

און נאכאמאל איך זאג נישט ער איז גערעכט, ער האט געוויסע פונקטן. מורי ורבותי אונזערע מארקעטערס און נאך האבן אונז אביסל פארפירט, מ'דארף זיך צוריקשטעלן אויף די רעלסן.
דער רבי רב האט וויכטיגערע זאכן צו קעיר נעמען ער האלט נישט אז עס שטעקט אין דעם , און עס וועט מילא זיין בילדער אויב נישט דורך די קאמפאני אליינס וועט עס זיין דורך אנדערע , א שאד אויסצונוצן די ענערדזשי אויף א זאך וואס איז א פארגגאנגענהייט , אבער צוליב די ’שיא מאכן א מסקנה חרוב צו מאכן אידישקייט איז אפיקורסות
בקיצור איר זאגט די זעלבע ווי מיר - ס'איז א פראבלעם - נאר וואס דען "דער רבי אדער רב האט וויכטיגערע זאכן צו קעיר נעמען"
נישט ממש
איך האלט אויך אז עס טויג נישט אזוי , אבער עס איז נישט דא קיין עכטע סאלאשען אדרבה זאג דו וואס גייט געשעהן אויב די קהילה גייט נישט נעמען א פאטאגריפער , עס גייט נישט זיין קיין בילדער פון די מעמדים? אודאי יא , נאר @מירון גייט וויסן אז עס איז נישט געדינגען דורך די קהילה

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:18 pm
דורך א טויב
dev האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:15 pm
חאצקיל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:14 pm כ'האב באקומען עפעס א דרשות סעודת משתה היין, בענין השתלשלות החסידות
שטייט אבער נישט ווער דער רבינו שליט"א איז.
נישט אריינרעדענדיג צי די שמועס איז אויסגעהאלטן צי נישט, וויל איך מיך שטעלן אויף איין נקודה וואס דער מגיד זאגט דא וואס איז לכאורה נישט ריכטיג, אדרבה זאל דער עולם אריינקומען.

ער ברענגט ארויס אז ס'איז קיינמאל נישט געווען די דרך ביי חסידים צו נעמען א ממלא מקום פון א רבי א קינד פון די גזע, און ער ברענגט צו משלים, לכאורה ביי די משלים איז ער גערעכט,

אבער איך מיין אז ביי אלע אנדערע רבי'ס איז דייקא יא געווען איינער פון די גזע האט ממלא מקום געווען, איבעראל, צו ביי די רוסישע רבי'ס נאך אזוי פרי ווי ביים הייליגען תניא זי''ע האבן די קינדער ממלא מקום געווען,

ביי די פולישע רבי'ס גור, ראדאמסק, וכוי' האבן די קינדער ממלא מקום געווען, די זעלבע אין גאליציע, צאנז, ראפשיטץ, וכוי', אפגערעדט אין אונגארן פונעם ישמח משה און אראפ האבן די קינדער ממלא מקום געווען,

בין איך ראנג??
100% אויך געוויסט דערפון נאר נישט געקענט אנכאפן ביי די נעמען!
יישר כח פאר צוברענגן.

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:19 pm
דורך מירון
dev האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:15 pm
חאצקיל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:14 pm כ'האב באקומען עפעס א דרשות סעודת משתה היין, בענין השתלשלות החסידות
שטייט אבער נישט ווער דער רבינו שליט"א איז.
נישט אריינרעדענדיג צי די שמועס איז אויסגעהאלטן צי נישט, וויל איך מיך שטעלן אויף איין נקודה וואס דער מגיד זאגט דא וואס איז לכאורה נישט ריכטיג, אדרבה זאל דער עולם אריינקומען.

ער ברענגט ארויס אז ס'איז קיינמאל נישט געווען די דרך ביי חסידים צו נעמען א ממלא מקום פון א רבי א קינד פון די גזע, און ער ברענגט צו משלים, לכאורה ביי די משלים איז ער גערעכט,

אבער איך מיין אז ביי אלע אנדערע רבי'ס איז דייקא יא געווען איינער פון די גזע האט ממלא מקום געווען, איבעראל, צו ביי די רוסישע רבי'ס נאך אזוי פרי ווי ביים הייליגען תניא זי''ע האבן די קינדער ממלא מקום געווען,

ביי די פולישע רבי'ס גור, ראדאמסק, וכוי' האבן די קינדער ממלא מקום געווען, די זעלבע אין גאליציע, צאנז, ראפשיטץ, וכוי', אפגערעדט אין אונגארן פונעם ישמח משה און אראפ האבן די קינדער ממלא מקום געווען,

בין איך ראנג??
קלאר אז ער איז נישט גערעכט מיט די נקודה

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:22 pm
דורך שבת קודש
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:06 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:03 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:01 pm וואס זאגט עטס טייערע אינגעלייט אויף דעם?

פאר איך גיי ווייטער אלע טוען דאס!

מ'מאכט א גרויסע מסיבה פאר תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות און די קהלה נעמט אויף [הוא העיקר, וביודעי ומכירי קאמינא] א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער אז דו שיינע בילדער זאלן קענען ערשיינען אין אלע פאבליקאציעס.

פארוואס האט א קהלה אן אינטרעסע צו צאלן געלט פאר א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער? נישט צו קענען בויען און ווייזן ווי שטארק מיין קאמפאני איז? איין מ'האלט דאך דא אינמיטן יסודות הדת - תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות? און וואס האסטו אינזין?
די קהילה אדער די רבי?
די רבי פון די קהלה קען עס סטאפן, דער רב פון די קהלה קען עס סטאפן.

און נאכאמאל איך זאג נישט ער איז גערעכט, ער האט געוויסע פונקטן. מורי ורבותי אונזערע מארקעטערס און נאך האבן אונז אביסל פארפירט, מ'דארף זיך צוריקשטעלן אויף די רעלסן.
נישט אזא גרויסע עבירה אז ס'איז דא בילדער פון א מעמד אז די רבי זאל עס דארפן אפשטעלן,

רבנים ווערן נאכנישט קיין 'ערב רב' ווייל ס'איז דא בילדער פון זייערע מעמדים, אדרבה מיר זעהן כסדר בילדער אין די אויסגאבעס פון די מעמדים פונעם בעל דרשן

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:22 pm
דורך מירון
א טויב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:17 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:01 pm וואס זאגט עטס טייערע אינגעלייט אויף דעם?

פאר איך גיי ווייטער אלע טוען דאס!

מ'מאכט א גרויסע מסיבה פאר תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות און די קהלה נעמט אויף [הוא העיקר, וביודעי ומכירי קאמינא] א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער אז דו שיינע בילדער זאלן קענען ערשיינען אין אלע פאבליקאציעס.

פארוואס האט א קהלה אן אינטרעסע צו צאלן געלט פאר א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער? נישט צו קענען בויען און ווייזן ווי שטארק מיין קאמפאני איז? איין מ'האלט דאך דא אינמיטן יסודות הדת - תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות? און וואס האסטו אינזין?
איך בין א סאטמאר'ע חסוד. איך בין זייער בייז אויף ווי אזוי מיין קהילא פירט זיך אויף און געוויסע פעלער.
רעדן אויף אלע רבנים ווערט נישט מותר!

אגב איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם מיין רבי זאל האבן בלויז 1 מינין און א בעסמענט, ווי לאנג איך בין א חלק פונעם מינין!
אט אזוי, פיין געזאגט!

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:29 pm
דורך וואלף
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:19 pm
dev האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:15 pm
חאצקיל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:14 pm כ'האב באקומען עפעס א דרשות סעודת משתה היין, בענין השתלשלות החסידות
שטייט אבער נישט ווער דער רבינו שליט"א איז.
נישט אריינרעדענדיג צי די שמועס איז אויסגעהאלטן צי נישט, וויל איך מיך שטעלן אויף איין נקודה וואס דער מגיד זאגט דא וואס איז לכאורה נישט ריכטיג, אדרבה זאל דער עולם אריינקומען.

ער ברענגט ארויס אז ס'איז קיינמאל נישט געווען די דרך ביי חסידים צו נעמען א ממלא מקום פון א רבי א קינד פון די גזע, און ער ברענגט צו משלים, לכאורה ביי די משלים איז ער גערעכט,

אבער איך מיין אז ביי אלע אנדערע רבי'ס איז דייקא יא געווען איינער פון די גזע האט ממלא מקום געווען, איבעראל, צו ביי די רוסישע רבי'ס נאך אזוי פרי ווי ביים הייליגען תניא זי''ע האבן די קינדער ממלא מקום געווען,

ביי די פולישע רבי'ס גור, ראדאמסק, וכוי' האבן די קינדער ממלא מקום געווען, די זעלבע אין גאליציע, צאנז, ראפשיטץ, וכוי', אפגערעדט אין אונגארן פונעם ישמח משה און אראפ האבן די קינדער ממלא מקום געווען,

בין איך ראנג??
קלאר אז ער איז נישט גערעכט מיט די נקודה
דער הייליגער צאנזער רב (שמועס אין חמדה גנוזה) דערמאנט די נקודה אז ס'האט זיך געטוישט און היינט גייט עס יא איבער צו די קינדער

ואמר אא"ז, אז זייא זענין אבער נפטר געווארן איז דעך שוין נישט דא קיין בעל מדריגות און אויך נישט קיין נכנס לחנותו של בושם, ווארין אז מען האט צוגענומען די בחירה פון רע און מען האט נאר גיהאט ציטוהן מיט דעם עשה טוב, איז מען געוועזין איין בעל מדריגה, משא"כ היום – אין פין הימעל וויל מען אבער אז עס זאל זיך ווייטער פירען דאס רביסטוויא, ווארין דאס רביסטוויא איז מבטל אפיקורסות און מסירות און ניאוף בפרהסיא, קיין מנהיגים איז אבער נישט דא, האלט עס זיך ביי די קינדער, צווישען די קינדער איז דא גוטע און שלעכטע – נאר פון דעסט וועגין צווישען די חסידים איז נישט צו דערקענען – ווארין דער גיטער איז דעך אויך נישט בכח אריין צו ברענגין אין דעם חסיד וואס מען דארף – שטייט דעך איבער דעם די וועלט זייער געמיין, דארף השי"ת רחמנות צו האבין אראן צי שיקען משיחען, אדער עכ"פ א גרויסע נשמה וואס זאל אויף הייבען דאס דור ווי פארצייטנס.

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:44 pm
דורך שמח
כ'האב געהאט געשריבן פריער אז ''כ'בין זיכער'' אז ס'איז פון ... כ'צו צוריק, כ'האב זיך טועה געווען מיט א צווייטע זאך וואס יענער האט געזאגט שושן פורים, דאס וואס מ'דעבאטירט דא ווייס איך נישט אויף זיכער פון וועמען עס קומט.

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:30 pm
דורך משה רבינו
אזןי שטייט אין פסוק דארף מען טוהן אויב די זוהן איז ראוי קומט ער פאר א פרעמדען
הכהן המשיח תחתיו מבניו
אזוי אויך ביי מלכים וכדו' איבעראל

מען האט אמאל געפרעגט די ברך משה מיין איך פארוואס קינדער פון צדיקים זענען ווייטער רביז האט ער געזאגט ווייל געווענליך א צדיק בעט מער ביי אהבה רבה און ביי והערב אויף זיינע קינדער

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:44 pm
דורך חאצקיל
עפעס זאגט ער אז טויזנטער חסידישע בחורים פארן לערנען צו ליטווישע ישיבות יעדעס יאר

אבער קיין איין ליטווישע בחור קומט נישט צו קיין חסידישע ישיבה - קיינמאל.

כ׳כאפ נישט די פונקט.
די ישיבות ביינונז איז נישט עפעס וואס ציט, וממילא?

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:46 pm
דורך מענדל
איינער ווייסט פאר זיכער ווער מרן רבינו שליט"א דא איז ?

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 8:16 pm
דורך מחישי
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:01 pm וואס זאגט עטס טייערע אינגעלייט אויף דעם?

פאר איך גיי ווייטער אלע טוען דאס!

מ'מאכט א גרויסע מסיבה פאר תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות און די קהלה נעמט אויף [הוא העיקר, וביודעי ומכירי קאמינא] א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער אז דו שיינע בילדער זאלן קענען ערשיינען אין אלע פאבליקאציעס.

פארוואס האט א קהלה אן אינטרעסע צו צאלן געלט פאר א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער? נישט צו קענען בויען און ווייזן ווי שטארק מיין קאמפאני איז? איין מ'האלט דאך דא אינמיטן יסודות הדת - תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות? און וואס האסטו אינזין?
דא מאכט מען גאר ליצנות אויב א קהלה שטעלט נישט עמטליך צו בילדער.... וכדי בזיון וקצף
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:06 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:28 pm דאכצעך קרית יואל האט נאך אזא פורים נישט געהאט
די 4 שעה'יגע טיש פון הגה"צ רח"צ רב דקיט"ל איז געווען עפעס לעילא לעילא
איז דא ערגעץ בילדער?
כהאב נאר געזען א קליפ אויף אה בליק, זעט נישט אויס קיין גרויסער עולם גראדע, זיכער נישט פאר די מצב וואס מ'האט אנגעדרייט.

ביי מגילה ליינען זעט יא אויס א שיינער עולם.

קען זיין אז דער טיש מיט די דברי תורה פאר זיך זענען שיין געווען.
פישפיקלאדיין האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:19 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:28 pm דאכצעך קרית יואל האט נאך אזא פורים נישט געהאט
די 4 שעה'יגע טיש פון הגה"צ רח"צ רב דקיט"ל איז געווען עפעס לעילא לעילא
איז דא ערגעץ בילדער?
וויפל קריספאדאנטן האט "קרית יואל" דארט געהאט?

ברענג עפעס שיינע בילדער.

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 8:39 pm
דורך לקדש שם שמים
wowow so well said

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:04 pm
דורך וואוילער
באקומען עטליכע יאר צוריק:

בחור ישיבה בשאלה טובה להרב אמנון יצחק - שמתחמק ללא נתינת תשובה......


Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:15 pm
דורך פשוטער איד
כבודו של ר' מאטיל שליט"א במקומו מונח

אבער ער האט אויך אויפגענומען זיין זון אלס דיין אין די קהילה

און לאחר מוע"ש וועט מען נישט אויפנעמען א ממלא מקום פון די פרעמד

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:22 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:35 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:31 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:29 pm
וואס בלייבסטו ביי די ’שיא ? ברענג דעם תירוץ אויך וועסטו זעהן אז נישט פון דעם האט דער הייליגער דברי חיים גערעדט
דא האסטו די גאנצע, קוקט נישט אויס ווי ס'דארף א תשובה
אויב דו האסט נישט באמערקט, ער שרייבט אויך אז רובא דרובא פונעם "דור"וועט זיין פון די ערב רב

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:23 pm
דורך שמח
ווילאנג מ'ווייסט נישט אויף זיכער וועלכע רב וכדומה האט דאס געזאגט נעם איך אן אז א נארישע וואצעפפער האט דאס געשריבן און געלייגט די פרעים ארום אז מענטשן זאלן עס ליינען כאילו עפעס א רב/רבי/אדמור/פ''ר האט דאס געזאגט...

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שמח האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:23 pm ווילאנג מ'ווייסט נישט אויף זיכער וועלכע רב וכדומה האט דאס געזאגט נעם איך אן אז א נארישע וואצעפפער האט דאס געשריבן און געלייגט די פרעים ארום אז מענטשן זאלן עס ליינען כאילו עפעס א רב/רבי/אדמור/פ''ר האט דאס געזאגט...
האט מיר אויך אויסגעזען אזוי

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:42 pm
דורך להגדיל הטראסק
ביזדערווייל האב איך נאך פון קיינעם נישט געהערט קיין זיכערע יא אז ער איז דאס.
און בכלל, פארוואס איז עס ארויסגעקומען 2 וואכן נאך פורים? די וועלט איז היינט שנעלער פון דעם...
און וואו איז די רעקארדינג דערפון?

שמעקט מיט בעלאוני און מוציא שם רע...

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:43 pm
דורך דער תהלים איד
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:01 pm וואס זאגט עטס טייערע אינגעלייט אויף דעם?

פאר איך גיי ווייטער אלע טוען דאס!

מ'מאכט א גרויסע מסיבה פאר תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות און די קהלה נעמט אויף [הוא העיקר, וביודעי ומכירי קאמינא] א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער אז דו שיינע בילדער זאלן קענען ערשיינען אין אלע פאבליקאציעס.

פארוואס האט א קהלה אן אינטרעסע צו צאלן געלט פאר א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער? נישט צו קענען בויען און ווייזן ווי שטארק מיין קאמפאני איז? איין מ'האלט דאך דא אינמיטן יסודות הדת - תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות? און וואס האסטו אינזין?

איך פערזענליך גרויל מיך פון די בילדער געמאכאכץ.

אבער, דאס איז דער היינטיגער מציאות. קענסט דן זיין לכף זכות אז די ראשי קהילה דארפן עס פאר פאנדרעיזינג, און אויך, אפשר פאר אטענשן, און אויך, אפשר ווייל אויב דער קאמפאטישן האט עס וועלן מענטשן האבן טענות פארוואס איך האב עס נישט, וכהנה וכהנה.

אבער איך הייב נישט אן צו כאפן וואס דאס האט מיט די רוחניות פון די קהילה.

מילא א קהילה וואס האט "נאר" דאס, ס'הייבט זיך אן ביי בילדער און ס'ענדיגט זיך ביי בילדער, פארשטיי איך דיין טענה. און דאס איז אייגנטליך די קעיס פון געוויסע וואס רעדן טאקע קעגן אלעמען (און איך מיין גראדע נישט רבי מאטל זילבער שליט"א, ער פארקויפט למעשה אסאך מער ווי בילדער, ואכ"מ).

אבער א קהילה, חסידות אדער ביהמ"ד וואס איז א פעקטארי פון תורה, מצות, חסידות, ווערט נישט אפגעפרעגט מיסוד מיט דעם וואס דער גבאי / ראה"ק / שוואנץ / משמש האט ליב בילדער מיט אטענשן. קענסט גערן מגנה זיין די זאך, אבער נישט די קהילה.

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:03 pm
דורך הר ההר
שמח האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:23 pm ווילאנג מ'ווייסט נישט אויף זיכער וועלכע רב וכדומה האט דאס געזאגט נעם איך אן אז א נארישע וואצעפפער האט דאס געשריבן און געלייגט די פרעים ארום אז מענטשן זאלן עס ליינען כאילו עפעס א רב/רבי/אדמור/פ''ר האט דאס געזאגט...
צו זיין נעריש דארף מען נישט קיין וואצעפ. און אויב זאגט עס איינער אן א וואצעפ מאכט דאס נישט די טענה שטערקער.
די שאלה וואס יעדער זאל זיך אליינס פרעגן איז צו די ווערטער זענען אמת אדער נישט. אויב איז עס אמת נעם עס אן קיין חילוק פון וועם כמאמר החכם קבל את האמת ממי שאומרון. און אויב איז עס נישט אמת איז דאך עס למעשה געזאגט געווארן אונטער די רושם פון אלקאהאל.