► Show Spoiler
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 5:56 pm @שאינו יודע לשאול דו מיינסט טאקע אז מיר זיצן דא און גלייבן דיינע באריכטן?? וואס האקסטו אין קאפ אריין מיט "שווערע רעגן איז ערווארטעט", "שווערע פארפלייצונג האט זיך אראפגעלאזט"? מיר ווייסן אסאך מער ווי דו מיינסט! מיר ווייסן אייגענטליך אלעס!! דו ביסט דער פראדעצירער פון די גאנצע כאאס! די ביסט דער היימישער ביל געיטס!
איך ווייס קלאר אז דו ביסט דער וואס דרייט אן די גאנצע געשעפט. דו האסט געמאכט א דעיל מיט זשימפינג פון טשיינע, ער גיסט אראפ וואסער פון די סעטעלייטס, און אין אויסטויש שאפט דיין ווייב אויף עליעקספרעס. דו מיינסט איך זעה נישט די הונדערטער פעקלעך פון עליעקספרעס וואס קומען אן צו דיין טיר טעגליך??!! וואס דו פארדינסט דערפון ווייס איך אבער נישט.
אבער דער אמת איז, עס איז נישט סוד אז דו באשעפטיגסט זיך איבערן טאג מיטן גראבן גריבער אין די זאמד, דו ביסט שוין אלץ קינד געווען א מומחה אין דעם! דיין קאריער האט זיך שוין אנגעהויבן אין נעפענעק, יעצט קלערסטו צו מאכן פרנסה פון דעם. דו דרייסט אן פאניק און כאאס איבער פארפלייצונגען, און נאכדעם ווילסטו גיין פארקויפן פאר אלע קעמפס און קאנטריס זאמד זעק כדי זיך צו באהיטן פון פארפלייצונגען. יעדער ווייסט דיינע שמוציגע מאטיוון! ס'איז נישט צום גלייבן וואס א מענטש איז גרייט צו טוהן פאר אפאר דאלער!
דריטענס געדענק איך אז אין אנהויב קאוויד ווען די דראמע איז געווען גרויס, האסטו זיך אנגעסטאקט מיט ריזיגע קוואנטאמס פון טוילעט פעיפער (אזוי ווי גאנץ כלל ישראל) און דו ביסט שטעקן געבליבן מיט גאר אסאך דערפון. זעהענדיג אז דאס איז א האט אייטעם אין אנגעצויגענע צייטן, ווילסטו אנדרייען כאאס, און אזוי ארויפרוקן די פרייז דערפון און פארדינען געלט. מיר גייען זיך פון דיר נישט לאזן!
פערטנס, איך קען גוט דיין שוואגער דער אינשורענס אגענט, און איך ווייס אויך אז ער געבט דיר 10 פראצענט פאר יעדע אינשורענס פאלעסי וואס דו פארקויפסט. ווען דו ענדיגסט פאוסטן די נייעס דא, גייסטו גלייך פארקויפן פלאד אינשורענס פאלעסיס פארן עולם. דו ביסט גענוג קלוג אז טאמער איינער פרעגט דיר ווען איז די לעצטע מאל געשעהן א פלאד, קענסטו שנעל געבן א מיש אויף אידטיש און דו קענסט אים ווייזן די שאדן בלויז פון די איינע וואך.
חוץ מזה וואס מען זעהט קלאר, אז אין געגענטער ווי די וואקסינאציע ראטע איז העכער איז אויך די פארפלייצונג ראטע אסאך העכער! דאס איז פעסטגעשטעלט געווארן דורך די גרעסטע פראפעסערס אין דעם פעלד! די סיבה איז פשוט.
די טשיפס וואס ליגט אין די DNA וואס ליגט אין די MRNA וואקסין (וואס איז אגב די זעלבע DNA וואס מען לייגט אריין ביי השתלת שחלות) האט א כח צו מענאווירען די וואלקענעס, און דערנאך קען מען זיך מיט דעם ארומשפילן. נאכדערצו יעצט איינמאל טראמפ האט זיך צושלאגן מיט מאסק, האט מאסק געהעקט די טשיפס, און ער וויל אנזייען כאאס אין אמעריקע. סקופיס וואס ווערט באצאלט דורך די דיעפ סטעיט ארבעט שטילערהייט אונטערן טיש מיט מאסק, וואס ארבעט מיט דיבלאזיאו, וואס ארבעט מיט די היימשטאט, וואס ארבעט מיט נפתלי משה אינדיג, וואס ארבעט קעגן משה דוד נידערמאן, וואס ארבעט מיט חומת הדת, (אאפפס... דער פון חומת הדת ארבעט דאך נישט...) עכ"פ, ס'איז קלאר אז דו באקומסט באצאלט מיליאנען פאר דעם! גזירת השתקה!
בנוגע וואלדפייערן, איז קלאר אז איר האט א יד אין דעם, איך ווייס דאך יא אז דו האסט אינוועסטירט יעצט אסאך געלט צו ערצייגן שוך פיץ מיט אן השגחה. און יעצט פראבירסטו מיט אלע מיטלען צו פארקויפן אז די נישט כשר'ע שוך פיץ טריקענט אויס די אינוויייערמענט, און דאס פאראורזאכט וואלד פייערן. זאל דער עולם וויסן! דער גרייט זיך צו רייטן אויפן ציבור!
חוץ מזה, איך ווייס אז דו פירסט שוין לאנג א קאמף מיט ארענדזשעס. נאך פון אלס קינד האסטו עפעס א מערכה געהאט מיט ארענדזשעס, איך ווייס נישט פארוואס. און אזוי ווי ארענדזשעס וואקסט אויף גאר אסאך וואסער ווילסטו מען זאל פארבאטן צו פלאנצן ארענדזשעס.
עני וועי דארף מען נישט צוקומען צו די אלע טענות, ווייל דו ביסט סתם אזוי אנטי טראמפ. דו ווילסט ווייזן אז זאכן געשעהן יא אונטער זיין זייגער. נו נו, קענסט שוין ארויסנעמען די בעטערי פון דיין זייגער, עס וועט דיר גארנישט העלפן!
אבער איך האב א געפיל אז דו האנדעלסט מיט אנצוגען. און אזוי ווי נאך יעדע קאטעסטראפע דארפן אלע פאליטישענס פון איבער די לאנד קומען באזוכען, און אויב קומען פאלעטישענס, דארפן זיי דאך האב א סוט אנצוטוהן, ווילסטו זיי זאלן קויפן די סוט ביי דיר!
דאס איז אלעס גוט פאר א וויץ. אבער מיין טייערע @שאינו יודע לשאול וויסן זאלסטו אז פון די מינוט וואס דו האסט אנגעהויבן באריכטן נייעס, האט זיך די טרעפיק דא אויף אידטיש גדאפעלט און געטריפעלט! די מיליאנען אידטיש ליינער פון איבער די גארער וועלט הערן נישט אויף ריפרעשן די בולעטין פעידזש און באלעקן זיך מיט דיינע באריכטן. דאס האט גורם געווען אז פולע סערווירס איבער די לאנד זאלן קראכן, און אלץ רעזולטאט געשעהן די אלע נאטורליכע קאטעסטראפעס! כי לחי!
-------------
יוי איז שווער צו שרייבן אונטער פרעשור! נעווער עגען בלי''נ!
זאג,
די האסט אפאר איבריגע פון די קיכען (בריינוס)? כ‘קען עס ניצען.. אאפפפססס. כ‘מיין איך קען איינער וואס ווייסט פון איינער וואס קען עס ניצען.