בלאט 3 פון 23

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: פרייטאג מאי 30, 2025 2:31 pm
דורך Joel
unnamed - 2025-05-30T144158.813.jpg
unnamed - 2025-05-30T144158.813.jpg (210.66 KiB) געזען געווארן 1509 מאל
unnamed - 2025-05-30T144203.545.jpg
unnamed - 2025-05-30T144203.545.jpg (155.1 KiB) געזען געווארן 1509 מאל

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 1:14 am
דורך רעאליסטיש
מסיבת התחזקות פאר די גבאי ועסקני התאחדות אברכים וומ"ס לרגל די קאמפיין בתוככי קהילתינו הק' זיך אנצושליסן צום פרישן מחזור לימוד הש"ס בחבורת תורתך שעשועי פארגאנגענעם דינסטאג נאכט אין די זאל פון גינת אסתר.

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 1:14 am
דורך שקיעה
ווי קומט פאר די סיום?

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 1:18 am
דורך לכל קהלא
שקיעה האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 1:14 am ווי קומט פאר די סיום?
Rcc און מאנסי

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 3:18 pm
דורך דער תהלים איד
די מאמענטום צו אנהויבן און "דורכאקערן גאנץ ש"ס אין 12 יאר" וואקסט גאר שטארק!

די לעצטע וואך צייט איז געווארן אנגעפירט א ספעציעלע "קאל צענטער" אנגעפירט דורכ'ן עסקן הרב נפתלי יצחק כהנא, וואו מען האט ארומגערופן פרעגן ווער עס פלאנט און וויל זיך אנשליסן אינעם התחלת הש"ס, און דאן זיך איינקויפן א טיקעט צום היסטארישער מעמד הסיום.

לויט ווי ר' נפתלי יצחק האט מיר פריער געזאגט, האבן זיך במשך די וואך - פון די קאלס אליינס - פאקטיש איינגעשריבן איבער 500 נייע לומדים!

0.jpg
0.jpg (216.92 KiB) געזען געווארן 1295 מאל

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 2:42 am
דורך רעאליסטיש

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 3:11 pm
דורך דער תהלים איד
פריידיגע זיצן מעלדונג

אין א גוטע שעה שטייען מיר שוין ביי די געוואלדיגע צו מסדר זיין די טויזנטער זיצן ביים "מעמד הסיום", צו זעצן די לומדים חשובים לפי ערכם וכבודם, ביי זייער געגארטע שמחת התורה, במקהלות עם קודש, יחד שבטי ישראל.

צוליב דעם ריזן ערווארטעטן ציבור, וואו יעדער משתתף איז א פערזענליכער "בעל שמחה" און "חתן תורה", איז דער גאנצער מעמד אַהערגעשטעלט אויסגערעכנט און אָרגאַניזירט, אז יעדער משתתף באקומט א פון-פאראויס-באַשטימטע זיץ צו פארברענגן דורכאויס די לעכטיגע שעות פונעם מעמד.

חתני התורה – מסיימי הש"ס:

עס איז פארשטענדליך אז די הויפט בעלי שמחה צו דעם מעמד הסיום, זענען די "חתני התורה" וועלכע האבן זיך געשטעלט צו די "חודש'ליכע בחינות", עס איז זייער צייט פון "ברנה יקצורו" צו שניידן די פירות פון עמל התורה פון גאנצע צוועלף יאר.

דעריבער איז באשטימט די מקומות מכובדים "אין צענטער פונעם זאל" פאר די חתני התורה הנבחנים

צו קענען גוט מיטהאלטן אלע פרטים פון דעם אינהאלסטפולן סדר היום דורכאויס דעם גאנצן מעמד, אינאיינעם מסיים זיין בקהל רב, און אינאיינעם זיך משמח זיין בשמחת התורה בתוך קהל מסיימי ש"ס.

געסט און מתחילים:

נאכן איבערגיין אלע אפציעס, לפי הסדר הטוב ולבקשת הלומדים, ווערן אלע זיצן מסודר לויט "גרופעס", כדי אלע געסט זאלן קענען זיצן אינאיינעם מיט ידידים און קרובי משפחה.

אויב וויל א "חתן תורה – נבחן" זיצן דוקא נעבן זיינע געסט, ידידים און בני משפחה, אנשטאט זיצן אין די צענטער זיצן צווישן די אנדערע חתני התורה, שרייבט דאס אריין אין די אפליקאציע, און מיר וועלן מסדר זיין די גאנצע גרופע אויף די זייטיגע שורות, לפי ראות עיני המסדרים.

איידער איר פילט אויס די "זיצן אפליקאציע", בעטן מיר ווי פאלגענד:

· שמועסט אפ מיט אייערע חברים וקרובים מיט וועמען איר ווילט זיצן, און בלויז "איינער פון די גרופע" זאל אויספילן און צוריקשיקן די אפליקאציע.

· וויכטיג! איידער איר שרייבט אריין די חברים וקרובים אין אייער גרופע, מאכט זיכער אז זיי זענען "רעגיסטרירט" צום סיום דורך אריינרופען צום "קול הסיום".

· פילט אויס די אינפארמאציע פון אלע בני החבורה, נאמען, טעלעפאון נומער, סעל נומער, און שטאט וואו מ'וואוינט.

· אויב זענט איר א "חתן התורה – מסיים הש"ס", און איר ווילט זיצן אויף די דעזיגנירטע "חתני התורה זיצן" אין צענטער פונעם זאל, שטעלט צוזאם אייער גרופע בלויז מיט אנדערע חתני התורה המסיימים. אויב לייגט איר אריין אין אייער גרופע צו זיצן צווישן אייערע געסט, קרובים, ידידים ובני משפחה וואס זענען "נישט קיין מסיימים", וועט די זיצן פון די גאנצע גרופע ווערן געזעצט לפי ראות עיני המסדרים, אויף א גוטן פלאץ וואס מעגליך.

· וויבאלד די זיצן ווערט פארטיילט "לויט גרופעס", און א גרופע ווערט צוזאמגעשטעלט "לויט אייער געשמאק" פון געוויסע סארט יארגענג און דרגות (אהבת קדומים, יושבי אוהל, בעה"ב, אברכים), זאל מען אינאכט נעמען אז ס'קען זיך אויסשטעלן אז מ'ווערט געזעצט לפי ראות עיני המסדרים לויט די גרופע, און נישט ווי מ'וואלט געזעצט לפי החשיבות והגיל, ביטע האבן פארשטענדעניש פון פאראויס און נישט באמוטשען די עסקנים.

אפליקאציע קען מען דא דאונלאודן >

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 3:35 pm
דורך מיט קלארקייט
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:11 pm פריידיגע זיצן מעלדונג
► Show Spoiler
ממוז שרייבן א גאנצע גרופע? אויב וויל איך זיצן דייקא נעבן איין ספעציפישע מענטש?

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 3:39 pm
דורך דער תהלים איד
מיט קלארקייט האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:35 pm ממוז שרייבן א גאנצע גרופע? אויב וויל איך זיצן דייקא נעבן איין ספעציפישע מענטש?
די גרופע גרויסקייט איז לויט דיין געשמאק.

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 5:22 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איך שעץ זייער דאס התעוררות אויף תורה אבער די חבורה מוז באשליסן וואו זיי שטייען און וועמען זיי צילן. אדער די וועלט אדער יענע וועלט. למשל די ווידיא וואס זיי האבן ארומגעשיקט פאסט נישט פאר א סאטמארע חבורה. אזוי איז מיין פריוואטע געפיל.

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 5:54 pm
דורך היימיש
גם אני מצטרף
דאס התעררוות אויף לימוד התורה בכלל און אויף מסיים זיין ש"ס איז גאר א געוואלדיגע זאך, אבער מען ברויך זעהן נישט צו מקיל זיין און ברעכן אנדערע גדרים וסייגים
למשל דאס ארויפלייגן א וועבזייטל איבעראל, דאס צוברעכט אביסל די מערכה וואס מען פירט קעגן אינטערנעט, ווען מען זעהט אז דייקא די ארגענעזאציע וואס פארשפרייט תורה וקדושה מעג מקיל זיין דאן מעגן אנדערע אויך
דאס איז מיין פריוואטע געפיל

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 7:30 pm
דורך הימל
היימיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 5:54 pm גם אני מצטרף

ווער פירט א מערכה??

תורתך שעשועי ברויך זיך רעכענען מיט די בויך קרעמפן פון די השמעיני את קוליך??

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 7:30 pm
דורך הימל
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 5:22 pm איך שעץ זייער דאס התעוררות אויף תורה אבער די חבורה מוז באשליסן וואו זיי שטייען און וועמען זיי צילן. אדער די וועלט אדער יענע וועלט. למשל די ווידיא וואס זיי האבן ארומגעשיקט פאסט נישט פאר א סאטמארע חבורה. אזוי איז מיין פריוואטע געפיל.
זיי צילן יעדן איינעם.

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 8:42 pm
דורך וואוילער
הימל האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:30 pm
היימיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 5:54 pm גם אני מצטרף
דאס התעררוות אויף לימוד התורה בכלל און אויף מסיים זיין ש"ס איז גאר א געוואלדיגע זאך, אבער מען ברויך זעהן נישט צו מקיל זיין און ברעכן אנדערע גדרים וסייגים
למשל דאס ארויפלייגן א וועבזייטל איבעראל, דאס צוברעכט אביסל די מערכה וואס מען פירט קעגן אינטערנעט, ווען מען זעהט אז דייקא די ארגענעזאציע וואס פארשפרייט תורה וקדושה מעג מקיל זיין דאן מעגן אנדערע אויך
דאס איז מיין פריוואטע געפיל
ווער פירט א מערכה??

תורתך שעשועי ברויך זיך רעכענען מיט די בויך קרעמפן פון די השמעיני את קוליך??
קאם אן, לייגן א וועבזייטל איז נישט קיין השמעינו נושא, און פאסט נישט צו געטוהן ווערן מטעם הקהילה.

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 9:03 pm
דורך דבוק אין צדיק
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:42 pm

וואס איז אנדערש פון קהל וואס האט א וועבסייט די מוסדות, די בית החיים, וכו’?

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 9:34 pm
דורך בן נביאים
ווי האבן זיי ארומגעשיקט א ווידיא? איך בין א לומד ונבחן ב"ה און נישט באקומען א ווידיא

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 10:34 pm
דורך ענותן
איז שייך צו ווערן א חבר תורתך אן אדורכגיין די אלע נערישע סטעפס?
מורא'דיג וויכטיג אז מקען נאר ווערן איינגעשריבן דורך פארמאגן טעקסט אדער אימעיל...
סארי אין קרית יואל איז דא אן אנדערע שפראך...
כך מתאמרא בביה מדרשא#

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 10:42 pm
דורך דעת קדשי
ענותן האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:34 pm איז שייך צו ווערן א חבר תורתך אן אדורכגיין די אלע נערישע סטעפס?
מורא'דיג וויכטיג אז מקען נאר ווערן איינגעשריבן דורך פארמאגן טעקסט אדער אימעיל...
סארי אין קרית יואל איז דא אן אנדערע שפראך...
כך מתאמרא בביה מדרשא#
קאל אריין התאחדות אבריכים

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 10:44 pm
דורך הימל
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:42 pm
הימל האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:30 pm
היימיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 5:54 pm גם אני מצטרף
דאס התעררוות אויף לימוד התורה בכלל און אויף מסיים זיין ש"ס איז גאר א געוואלדיגע זאך, אבער מען ברויך זעהן נישט צו מקיל זיין און ברעכן אנדערע גדרים וסייגים
למשל דאס ארויפלייגן א וועבזייטל איבעראל, דאס צוברעכט אביסל די מערכה וואס מען פירט קעגן אינטערנעט, ווען מען זעהט אז דייקא די ארגענעזאציע וואס פארשפרייט תורה וקדושה מעג מקיל זיין דאן מעגן אנדערע אויך
דאס איז מיין פריוואטע געפיל
ווער פירט א מערכה??

תורתך שעשועי ברויך זיך רעכענען מיט די בויך קרעמפן פון די השמעיני את קוליך??
קאם אן, לייגן א וועבזייטל איז נישט קיין השמעינו נושא, און פאסט נישט צו געטוהן ווערן מטעם הקהילה.
משא"כ ווען די קהילה שרייבט אפציעל אז מ' קען באצאלן מעמבערשיפ אנליין "מטעם הקהילה" דאס איז אקעי?

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 10:48 pm
דורך חלום חלמתי
ענותן האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:34 pm איז שייך צו ווערן א חבר תורתך אן אדורכגיין די אלע נערישע סטעפס?
מורא'דיג וויכטיג אז מקען נאר ווערן איינגעשריבן דורך פארמאגן טעקסט אדער אימעיל...
סארי אין קרית יואל איז דא אן אנדערע שפראך...
כך מתאמרא בביה מדרשא#
די סוקסעס פון תורתך איז אז ס'ווערט נישט געפירט דורך די אידן וואס זייער קורצע בליק ערלויבט זיי נישט צו טראכטן ברייטער פון א האטליין

און פאר די מתאמרא בביה מדרשא איז דא א נומער ווי אריינצירופן

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:41 am
דורך רעאליסטיש
סאיז דא ארגאניזאציעס פון סור מרע און תורתך איז ועשה טוב
בראתי יצר הרע ובראתי לו תורה תבלין כנגדה, די תורה וואס תורתך ברענגט איז אנטקעגן די אלע נסיונות

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:46 am
דורך בן תורה
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:42 pm
קאם אן, לייגן א וועבזייטל איז נישט קיין השמעינו נושא, און פאסט נישט צו געטוהן ווערן מטעם הקהילה.
איך האלט אויך אז לייגן א וועבזייטל איז א עוולה, אבער נאכדעם וואס די קהילה אליינס האט שוין אינעם עבר אפיציעל געמאלדן אין די בתי מדרשים אז מען קען באצאלן די התחייבות https://pay.satmarky.com/ קען מען שוין נישט האבן קיין טענות.

(נאר אנדערע טארן נישט לייגן קיין לינקס...)

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:14 am
דורך מיט קלארקייט
בן נביאים האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 9:34 pm ווי האבן זיי ארומגעשיקט א ווידיא? איך בין א לומד ונבחן ב"ה און נישט באקומען א ווידיא
קוק ביי פראמאשענס א אמעיל פון startshas@157274894.mailchimpapp.com

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:03 pm
דורך הימל
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:46 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:42 pm
קאם אן, לייגן א וועבזייטל איז נישט קיין השמעינו נושא, און פאסט נישט צו געטוהן ווערן מטעם הקהילה.
איך האלט אויך אז לייגן א וועבזייטל איז א עוולה, אבער נאכדעם וואס די קהילה אליינס האט שוין אינעם עבר אפיציעל געמאלדן אין די בתי מדרשים אז מען קען באצאלן די התחייבות https://pay.satmarky.com/ קען מען שוין נישט האבן קיין טענות.

(נאר אנדערע טארן נישט לייגן קיין לינקס...)
דאס איז די לינק פון די עקספאו, ניין?

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:45 pm
דורך Think and Thank
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:03 pm
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:46 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:42 pm
קאם אן, לייגן א וועבזייטל איז נישט קיין השמעינו נושא, און פאסט נישט צו געטוהן ווערן מטעם הקהילה.
איך האלט אויך אז לייגן א וועבזייטל איז א עוולה, אבער נאכדעם וואס די קהילה אליינס האט שוין אינעם עבר אפיציעל געמאלדן אין די בתי מדרשים אז מען קען באצאלן די התחייבות https://pay.satmarky.com/ קען מען שוין נישט האבן קיין טענות.

(נאר אנדערע טארן נישט לייגן קיין לינקס...)
דאס איז די לינק פון די עקספאו, ניין?

די וועבסייט איז סאטמאר ק"י, נישט סאטמארק...