בלאט 3 פון 6
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:38 pm
דורך וואוילער
פארגעב פאר אנדערע, נישט ווייל ס'קומט זיין צו ווערן פארגעבן, נאר ווייל ס'קומט דיר צו האבן א געשמאק לעבן!
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:20 am
דורך ווינטעלע
A negative mind will never give you a positive life!
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:12 am
דורך ווינטעלע
You can hurt me.
You can hate me.
you can block me.
But you can't stop me!!
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 11:34 am
דורך נארמאלע מענטש
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:14 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
קענסט נאכזאגן מיינע תורות אין דיין נאמען!!!
אבער זאג נישט דיינע תורות אין מיין נאמען!!!
חתם סופר.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 5:33 am
דורך ווינטעלע
א קלייניגקייט קען פארזיסן אסאך ביטערקייט. איין קליינע צוקערל קען פארווישן די ביטערקייט פון א צוועלף אונס גלאז קאווע. איין געלונגענע סעקונדע קען אויסמעקן לאנגע שטונדן פון שטורמישע געפילן. איין אויפריכטיגער קאמפלימענט קען אראפווארפן א יאך פון נידערלאגע.
דער פראבלעם איז אבער איין לעפעלע פעפער פארביטערט א טאפ זיסע מארשמעלוי.......!
נישט קורץ אבער שארף
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 01, 2024 2:45 pm
דורך פליט
געבן קריטיק פאר א קריטיקירער איז אויך קריטיק
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:12 pm
דורך פליט
זוך אין זיך ביז די טרעפסט זיך!
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:29 pm
דורך פייל און בויגן
האבן א טעגליכע חברותא, מיינט נישט אז מ' לערנט יעדן טאג.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:52 pm
דורך פייל און בויגן
דו האסט נישט ליב צו זעהן די הימל ווייל עס איז שיין בלוי.
נאר די הימל איז שיין בלוי כדי דו זאלסט עס ליב האבן צו זעהן.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:32 am
דורך פליט
ווען א עושר בעט טשענדזש א צענער, מיינט עס קומט א צוואנציגער, ווען ער בעט א פיפציגער, קומט א הונדערטער,
ווי מער טשענדזש אלס מער באקומט מען.
ווי גרעסער די שוועריקייט איז, אלס גרעסער קומט נאכדעם!!!
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 19, 2024 2:27 am
דורך פליט
יעצט ווען אונז קענען נישט קאנטראלירן די קעלט אינדרויסן, לאמיר כאטשיג קאנטראלירן די ווארעמקייט אין אונז.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 19, 2024 2:30 am
דורך פליט
לאמיר נישט זיין ווי דעם שניי-מענטש, וואס ווען איינער באקט אויף אים צולאזט ער זיך, לאמיר זיין ווי דעם פרוכט, וואס אלץ מער מען באקט אויף אים אלץ שענער וואקסט ער.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:40 am
דורך פליט
זאלסט נאר וויסן ווען די ביסט אנגעצויגן, צוואנציג פערצענט מענטשן גייט עס בככל נישט אן, די אנדערע אכציג פרייען זיך..!
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:48 am
דורך שמייכלדיג
ענליכס פון היום יום ק"י נעכטן
ווערן אין כעס מיינט נקמה נעמען אין זיך אליינס פאר די טעותים פון אנדערע.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:50 am
דורך שמייכלדיג
נאך א גוט ווארט פון היום יום אינספיראציע
דאס לעבן קען זיין שווער צוליב צוויי סיבות: אדער צוליב דעם וואס מען גייט ארויס פונעם באקוועמליכקייט-זאנע, אדער ווייל מען איז דארט געבליבן…
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:36 pm
דורך וואוילער
אויב יעדער טראכט די זעלבע, איז א סימן אז קיינער טראכט נישט.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:13 pm
דורך פליט
פיר דיך אויף צי יענעם ווי א מענטש, נישט ווייל 'ער' איז א מענטש, נאר ווייל 'דו' ביסט א מענטש.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:37 pm
דורך וואוילער
דער בעסטע באווייז פון א מענטש מיט גוטע מדות, איז וויאזוי ער ס'פראוועט זיך מיט יענעם'ס שלעכטע.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:58 pm
דורך שאינו יודע לשאול
זאגט מיר א חבר אז 90 פראצענט פון די מענטשהייט האלטן אז זיי זענען פון די 10 פראצענט קלוגסטע
די איבריגע 10 פראצענט זענען טאקע...
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
יעדע מאן וויל אז זיין ווייב זאל זיין פונקט גענוג שארפזיניג צו כאפן זיין חכמה, און פונקט גענוג תמימות'דיג עס צו באוואונדערן....(קרעדיט-חזק\מעלות)
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 4:29 am
דורך פליט
פרייד איז אמאל א געפיל און אמאל אן החלטה.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 9:33 am
דורך פופציגער
געוויסע מענטשן גייען מיט’ן קאפ אין וואנט.
אנדערע גייען מיט א וואנט אין זייער קאפ.
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 2:25 pm
דורך וועליך
יעדער מענטש האט איין מיטגליד אין זיין משפחה וואס איז אביסל נישט נארמאל!
אויב די כאפסט נישט ווער ס'איז, איז עס מסתמא די...
Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!
געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:30 pm
דורך טראכט אריין
כדי צו קענען זיין בשמחה דארף מען זיין פרייליך