בלאט 3 פון 9

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:34 am
דורך אסמכתא בעלמא
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:32 am
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:22 am
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:06 am

דאס איז אזאך וואס געשעהנט מיט די צייט, דא קומט א מער טיפערע ביאור וויאזוי א סערטש ענדזשין ארבעט...
גראדע קען מען עס אויך טוהן דורך גאגל עד'ס וכדומה. אבער ס'קאסט געלט.
די הנהלה האט געוואלט אז די אויבן זאל זיין שיין, אן די ווייסע טעקסט פון די נאמען פונעם פארום.
אבער וואס זיי האבן פארזען, איז אז עס איז א חלק פון די אריינגעבויעטע seo פון phpbb.
אפ'ס. טאקע פארזעהן אז ס'שטייט נישט אויבן.
אבער די אמת איז אז נישט נאר דאס מאכט די זאך אז ס'זאל ארויפקומען, נאר דאס וועט געשעהן מיט די צייט, למשל איינער וועט אריינלייגן אין גאגל סערטש 'צענזור פון.. - וועט ארויפקומען די ריזאלט'ס - ...פון אייוועלט', און נישט פון אידטיש. מיט די צייט וועט עס יא ארויפקומען.
יעצט באמערקט אז די גאגל-באט האט זיך שוין געטראפן דאס פלאץ דא אויף אידטיש.
גוגל ברענגט ארויף וואס זיי טרעפן.
Phpbb קומט מיט א רעלאטיוו גוטע seo אויב ווייסט מען וויאזוי עס צו נוצן.
דא האט מען פון זיי אפגעהאלטן די דאזיגע אינפארמאציע.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 5:57 am
דורך א קלער
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:20 am איך ווייס נישט ווי עס קומט צו שרייבן:
איך האב נישט קיין אנונג, פארוואס מאנכע עפענען א נייע טעמע, און גארנישט, אן קיין איין תגובה דערויף.
עטליכע טעמע'ס האבן אנדערע זיך באמיט אריינצוקמען מיט א באמערקונג וכדו, און עטליכע איז נאך אלס ליידיג..
מיין שאלה פארוואס פעלט עס בכלל אויס דא? איז דא א ציהל דא צו עפענען ווי מער טעמע'ס, ס'העלפט ארויס אידטיש? ס'העלפט ארויס די אייגענע תגובות? איך מיין פונקט פארקערט, די מטרה פון אידטיש איז דאך אז ס'דארף נישט ווערן ריזיג, ס'מעג זיין קליין, אבער וואס ס'איז יא דא, זאל זיין אינטערעסאנט, תוכנ'דיג, נוצבאר, און צום זאך.
זייער קלאר

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 12:52 pm
דורך אני-הק'
וואלט געווען א גוטע זאך פאר מער מעגליכקייטן אין די האום פעידזש די העדליין אפטיילונג פון אידטיש
ווי למשל, אז א איינגעשריבענע באנוצער זאל קענען ציטירן א נייעס און אריינברענגען אין א עקזיסטירנדע טעמע, אדער קענען עפענען א נייע טעמע דערפון
אדער כאטש מאכן א באזונדערע קאמענט סעקשן וואס אויב מ'וויל זאל מען קענען צושרייבן אונטער יעדע נייעס
אזוי אויך אויב ס'איז שוין דא ערגעץ ציטירט איבער די העדלייין נייעס, זאל זיין א לינק קנעפל נעבן די נייעס ווי מ'קען אריינגיין אין די פארום אפייטלונג זעהן די אפהאנדלונגען איבער דעם.
אזוי אויך ווען די באדאנקן קנעפל וועט ארבעטן, אז מ'זאל אויך קענען באדאנקן די העדליין נייעס, אז מ'זאל קענען וויסן וועלכע סארט נייעס די עולם גלייכט
אפשר איז אויך כדאי אז אן איינגעשריבענע באנוצער זאל קענען ברענגען א נייעס העדליין פון איינע פון די ערלויבטע פלעצער, און נאך א מנהל נעמט עס אן זאל עס ווערן פובליצירט צווישן די העדליינ'ס.
אזוי אויך מיין אז ס'וואלט געווען א שטארקע זאך צו מאכן אן אפטיילונג פון בחצרות הקודש העדליינ'ס, און ברענגען פון אנדערע פלעצער ווי בחצרות הקודש בליק און נאך די העדליינ'ס פון אזעלכע נייעסן.

די אלע זאכן וועט מאכן אז די באנוצער זאלן זיך מער באנוצן מיט די העדליין אפטיילונג, נישט נאר מיט די פארום אפטיילונג, און ס'וועט מאכן גאנץ אידטיש פאר א יוניק נייע זאך וואס איז נאכנישט דא אין ערגעץ.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:00 pm
דורך מילעכיג
עס זאל זיין מיט אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:21 pm
דורך גראז
אדמיניסטראטאר האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:22 am
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:06 am
איך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:53 pm דערווייל קען מען נאר אנקומען צום סייט דורך yidtish.com
עס וואט גאווען שיין ווען מען זאל קענען אנקומען צום סייט דורך אריינלייגן אין אידיש "אידטיש"
דאס איז אזאך וואס געשעהנט מיט די צייט, דא קומט א מער טיפערע ביאור וויאזוי א סערטש ענדזשין ארבעט...
גראדע קען מען עס אויך טוהן דורך גאגל עד'ס וכדומה. אבער ס'קאסט געלט.
די הנהלה האט געוואלט אז די אויבן זאל זיין שיין, אן די ווייסע טעקסט פון די נאמען פונעם פארום.

אבער וואס זיי האבן פארזען, איז אז עס איז א חלק פון די אריינגעבויעטע seo פון phpbb.
איך קום יא צום סייט דורך אריינלייגן "אידטיש".

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:23 pm
דורך אני-הק'
גראז האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:21 pm
אדמיניסטראטאר האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:22 am
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:06 am

דאס איז אזאך וואס געשעהנט מיט די צייט, דא קומט א מער טיפערע ביאור וויאזוי א סערטש ענדזשין ארבעט...
גראדע קען מען עס אויך טוהן דורך גאגל עד'ס וכדומה. אבער ס'קאסט געלט.
די הנהלה האט געוואלט אז די אויבן זאל זיין שיין, אן די ווייסע טעקסט פון די נאמען פונעם פארום.

אבער וואס זיי האבן פארזען, איז אז עס איז א חלק פון די אריינגעבויעטע seo פון phpbb.
איך קום יא צום סייט דורך אריינלייגן "אידטיש".
נעכטן איז עס נאכנישט געגאנגען, היינט ארבעט עס שוין.
ייש"כ פאר די הנהלה פארן ארבעטן אונטער די קוליסן

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:29 pm
דורך גראז
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:23 pm
גראז האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:21 pm
אדמיניסטראטאר האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:22 am
די הנהלה האט געוואלט אז די אויבן זאל זיין שיין, אן די ווייסע טעקסט פון די נאמען פונעם פארום.

אבער וואס זיי האבן פארזען, איז אז עס איז א חלק פון די אריינגעבויעטע seo פון phpbb.
איך קום יא צום סייט דורך אריינלייגן "אידטיש".
נעכטן איז עס נאכנישט געגאנגען, היינט ארבעט עס שוין.

ייש"כ פאר די הנהלה פארן ארבעטן אונטער די קוליסן
ביי מיר איז עס געגאנגען פון די ערשטע מינוט די סייט איז ארויס פובליק.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:02 pm
דורך אינזשעניר
אני-הק' האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:23 pm איך האלט די זעלבע
און נאך עפעס איבער די קעפלעך, קעפלעך מוזן נישט זיין קאפי פעיסט פון אייוועלט, מ'מעג טראכטן אייגנארטיג, און יא, די חברי הנהלה מעגן טוישן א קעפל ווען ס'פעלט זיך אויס, און מ'זאל פרובירן אז יעדע קעפל זאל ריפלעקטירן ווי מער די תוכן, און בעיקר אז איינער וועט עס זוכן אז ער עס גרינג און שנעל קענען טרעפן.
לייק

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:15 pm
דורך קיינמאל אויפגעבן
ביטע מאכן א ״פינאנץ״ סוב פארום אינטער ״פארשידענס״.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 7:49 pm
דורך והיתם נקיים
איך וואלט זייער שטארק געשטופט אז מ'זאל מאכן (אויב ס'איז שייך אזא זאך) אז ראנגען זאלן נישט גיין לויט די צאל תגובות נאר לויט די סך הכל כאראקטערס אין אלע תגובות אינאיינעם.

נאך איינער איז מסכים?

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 7:51 pm
דורך קיינמאל
והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:49 pm איך וואלט זייער שטארק געשטופט אז מ'זאל מאכן (אויב ס'איז שייך אזא זאך) אז ראנגען זאלן נישט גיין לויט די צאל תגובות נאר לויט די סך הכל כאראקטערס אין אלע תגובות אינאיינעם.

נאך איינער איז מסכים?
יא

אדער טיטלען

Re: טעכנישע פראבלעמען/באגס/זאכן צו פאריכטן אויפן סייט.

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 4:09 pm
דורך גביר
די דיזיין פון דעם סייט איז געשמאק.
איין הערה. די תגובות מיט א ווייסע בעגראונד איז בעסער ס'זאל האבן כאטש א גאר לייט בעקגראונד נישט א גענצלך ווייסע בעקגראונד ווי איצט ווייל עס בלענד אריין מיט די זייט.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 6:15 pm
דורך רעגנדיג
והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:49 pm איך וואלט זייער שטארק געשטופט אז מ'זאל מאכן (אויב ס'איז שייך אזא זאך) אז ראנגען זאלן נישט גיין לויט די צאל תגובות נאר לויט די סך הכל כאראקטערס אין אלע תגובות אינאיינעם.

נאך איינער איז מסכים?
👌

אבער מ'דארף עס גאר גוט אויסארבעטן עס זאל זיין סענסיטיוו און אויף אן אופן וואס זאל חלילה קיינעם נישט וויי טון.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 9:32 pm
דורך והיתם נקיים
רעגנדיג האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:15 pm
והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:49 pm איך וואלט זייער שטארק געשטופט אז מ'זאל מאכן (אויב ס'איז שייך אזא זאך) אז ראנגען זאלן נישט גיין לויט די צאל תגובות נאר לויט די סך הכל כאראקטערס אין אלע תגובות אינאיינעם.

נאך איינער איז מסכים?
👌

אבער מ'דארף עס גאר גוט אויסארבעטן עס זאל זיין סענסיטיוו און אויף אן אופן וואס זאל חלילה קיינעם נישט וויי טון.
איך רעד פון אן אטאמאטישער סיסטעם וואס זאל ציילן כאראקטערס, נישט אז מ'זאל דן זיין וואסערע ראנג ס'קומט זיך פאר יעדעם.

פשוט אז איינער וואס האט געשריבן פערציג פאוסטס אבער יעדע איינס פון זיי איז מלא תוכן און שווערע ארבעט און האט געגעבן שטאף פאר די ליינער פאר לאנגע מינוטן זאל נישט הייסן "שר העשר", אין די צייט וואס א פרישער ניק וואס האט נאך גארנישט צוגעגעבן צום סייט זאל הייסן "שר חמשת אלפים" בלויז ווייל ער איז אריינגעקומען פינף טויזענט מאל צו איבערגעבן זיינע געפילן און מיינונגען איבער דאס וואס אנדערע האבן געשריבן.

נישט אז יענער טוט זיכער נישט גוט מיט'ן אריינרעדן, ווייל אויב ער געבט קאמפלימענטן פאר שרייבער שטופט ער זיי מיט דעם צו שרייבן מער, אבער 1) פארדעם קומט זיך נישט אזא גרויסע אנערקענונג ווי צו שרייבן זעלבסט 2) זייער אסאך מאל זענען די קורצע ענטפערס נישט קיינע קאמפלימענטן צום שרייבער, נאר טרוקענע מעלדונגען איבער דעם ניקס פרעזענליכע מיינונג בנושא (אן צו אייגנטליך מאכן א קעיס פארוואס מ'האלט אזוי) וואס אז מ'קלערט אריין איז עס נישט עכט אינטערסאנט, ווייל וואס זאל איך טוהן מיט די אינפארמאציע? עס דאקומענטירן?... ס'געבט נישט קיין אינפארמאציע אדער מחשבה אויף אהיימצונעמען (אויסער אויב די טעמע איז וואס אונזער המון עם האלט אויף א געוויסע נושא המכונה אנקעטע).

Re: טעכנישע פראבלעמען/באגס/זאכן צו פאריכטן אויפן סייט.

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 5:53 am
דורך אהרן זאב
איז דא א מעגליכקייט צו אנשטעלן אז מזאל יא קענען אטעטשען פיילס צו אן אישי?

Re: טעכנישע פראבלעמען/באגס/זאכן צו פאריכטן אויפן סייט.

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 2:36 pm
דורך א קלער
אהרן זאב האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 5:53 am איז דא א מעגליכקייט צו אנשטעלן אז מזאל יא קענען אטעטשען פיילס צו אן אישי?
מ'קען, אבער עס איז כעת נישט אין פלאן.

Re: טעכנישע פראבלעמען/באגס/זאכן צו פאריכטן אויפן סייט.

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 6:28 pm
דורך מיילעך
א קלער האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 2:36 pm
אהרן זאב האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 5:53 am איז דא א מעגליכקייט צו אנשטעלן אז מזאל יא קענען אטעטשען פיילס צו אן אישי?
מ'קען, אבער עס איז כעת נישט אין פלאן.
ווייל?

Re: טעכנישע פראבלעמען/באגס/זאכן צו פאריכטן אויפן סייט

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 7:06 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
מסתמא ווייל עס נעמט אוועק ספעיס פונעם סערווער (און דער ציבור האט נישט הנאה פון טישי'ס)..

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 6:26 am
דורך שמעלקא
והיתם נקיים האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:32 pm
רעגנדיג האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:15 pm
והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:49 pm איך וואלט זייער שטארק געשטופט אז מ'זאל מאכן (אויב ס'איז שייך אזא זאך) אז ראנגען זאלן נישט גיין לויט די צאל תגובות נאר לויט די סך הכל כאראקטערס אין אלע תגובות אינאיינעם.

נאך איינער איז מסכים?
👌

אבער מ'דארף עס גאר גוט אויסארבעטן עס זאל זיין סענסיטיוו און אויף אן אופן וואס זאל חלילה קיינעם נישט וויי טון.
איך רעד פון אן אטאמאטישער סיסטעם וואס זאל ציילן כאראקטערס, נישט אז מ'זאל דן זיין וואסערע ראנג ס'קומט זיך פאר יעדעם.

פשוט אז איינער וואס האט געשריבן פערציג פאוסטס אבער יעדע איינס פון זיי איז מלא תוכן און שווערע ארבעט און האט געגעבן שטאף פאר די ליינער פאר לאנגע מינוטן זאל נישט הייסן "שר העשר", אין די צייט וואס א פרישער ניק וואס האט נאך גארנישט צוגעגעבן צום סייט זאל הייסן "שר חמשת אלפים" בלויז ווייל ער איז אריינגעקומען פינף טויזענט מאל צו איבערגעבן זיינע געפילן און מיינונגען איבער דאס וואס אנדערע האבן געשריבן.

נישט אז יענער טוט זיכער נישט גוט מיט'ן אריינרעדן, ווייל אויב ער געבט קאמפלימענטן פאר שרייבער שטופט ער זיי מיט דעם צו שרייבן מער, אבער 1) פארדעם קומט זיך נישט אזא גרויסע אנערקענונג ווי צו שרייבן זעלבסט 2) זייער אסאך מאל זענען די קורצע ענטפערס נישט קיינע קאמפלימענטן צום שרייבער, נאר טרוקענע מעלדונגען איבער דעם ניקס פרעזענליכע מיינונג בנושא (אן צו אייגנטליך מאכן א קעיס פארוואס מ'האלט אזוי) וואס אז מ'קלערט אריין איז עס נישט עכט אינטערסאנט, ווייל וואס זאל איך טוהן מיט די אינפארמאציע? עס דאקומענטירן?... ס'געבט נישט קיין אינפארמאציע אדער מחשבה אויף אהיימצונעמען (אויסער אויב די טעמע איז וואס אונזער המון עם האלט אויף א געוויסע נושא המכונה אנקעטע).
אויסער וואס עס איז זייער נישט פראקטיש דעם מהלך וואס איר ברענגט ארויף, איז עס אויך נישט עפעס וואס פעלט עכט אויס.

די ראַנג וואס שטייט ביים ניק-נאמען ווייזט בכלל נישט אויף וואסערע פערזענליכקייט אדער טיפ עס שטייט אונטער דעם ניק, דאס קען מען זייער שנעל זען נאך עטליכע תגובות פון דעם שרייבער, עס צייגט ליבערשט אין קורצן וויפיל תגובות דער ניק פארמאגט.

צי עס זאל ווערן גערעכנט לויט די פארומס איז שוין א נושא פאר זיך.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 7:05 pm
דורך אמת
ווען די הנהלה שרייבט אריין אין פאליטיק וכדומה מיט זייער ניק, קומט עס נישט אריין אזוי קלאר, כנלענ"ד עס מאכט אויסקוקן אז דאס איז די שטעלונג פון אידטיש, און שטערט די ארגינעלקייט פון די שמועסן.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 7:39 pm
דורך שמעלקא
אמת האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:05 pm ווען די הנהלה שרייבט אריין אין פאליטיק וכדומה מיט זייער ניק, קומט עס נישט אריין אזוי קלאר, כנלענ"ד עס מאכט אויסקוקן אז דאס איז די שטעלונג פון אידטיש, און שטערט די ארגינעלקייט פון די שמועסן.
איז זייט וויסן אז ווען איינער פון די חברי המערכת וההנהלה שרייבט עפעס, נישט אנבאלאנגט די פארשריפטן אדער טעכנישע איינצלהייטן פונעם סייט, רעפלעקטירט עס זייער פערזענליכער מיינונג, און גארנישט מיט די אפיציעלע שטעלונג פון איד־טיש. פארשטייט זיך אויסער אויב ער שרייבט עפעס בשם ההנהלה.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 7:42 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איך שפיר פארקערט. איך גלייך עס דוקא יא.

דא רעדט מען נישט קיין פאליטיק. דא שמועסט מען אויס מציאות'ן. יעדער ווייסט אז די הנהלה האט פון אלע קהילות, איז אדרבה זאל יעדער מיט-שמועסן און זאגן וואס ער ווייסט.

יישר כח @מנהלים!

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 8:59 pm
דורך רעגנדיג
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:42 pm איך שפיר פארקערט. איך גלייך עס דוקא יא.

דא רעדט מען נישט קיין פאליטיק. דא שמועסט מען אויס מציאות'ן. יעדער ווייסט אז די הנהלה האט פון אלע קהילות, איז אדרבה זאל יעדער מיט-שמועסן און זאגן וואס ער ווייסט.

יישר כח @מנהלים!
גא"מ

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 9:19 pm
דורך תינוק הבורח
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:42 pm איך שפיר פארקערט. איך גלייך עס דוקא יא.

דא רעדט מען נישט קיין פאליטיק. דא שמועסט מען אויס מציאות'ן. יעדער ווייסט אז די הנהלה האט פון אלע קהילות, איז אדרבה זאל יעדער מיט-שמועסן און זאגן וואס ער ווייסט.

יישר כח @מנהלים!
כן נראה עיקר.

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 9:28 pm

יאפ.